אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך האָב זיך זייער דערפֿרייט, ווען אַ פֿרײַנד האָט מיר געבראַכט פֿון מאָסקווע אַ נײַ רוסיש בוך "פּאָעזיע און פּאָעטיק פֿון אַ שטאָט Поэзия и поэтика города: Wilno — ווילנע — Vilnius", וואָס איז דערשינען אין אַ בכּבֿודיקן פֿאַרלאַג. וואָס שייך "ןן" אויפֿן אָרט פֿון "וו", האָב איך זיך ניט פֿאַרפּלאָנטערט אין די ייִדישע אותיות — אַזוי שטייט עס טאַקע געשריבן אויף ביידע זײַטן פֿון דער הילע: "ןןילנע". נאָך מער: דער דאָזיקער דרוק־פֿעלער אַנטפּלעקט, ממש אויף אַ פֿרוידיאַנישן אופֿן, די פּראָבלעם פֿון אָט דער מאָנאָגראַפֿיע, וועלכע עס האָט אָנגעשריבן וואַלענטינאַ בריִאָ, אַ געוועזענע ווילנער אײַנוווינערין און הײַנט אַ מיטאַרבעטאָרין פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

איציק מאַנגערס ליד "אויפֿן וועג שטייט אַ בוים" איז אפֿשר דאָס פּאָפּולערסטע ליד זײַנס. אין אַ געוויסער צײַט האָט מען געקענט הערן דאָס ליד פֿון מערסטע זינגערס, אַרײַנגערעכנט בען באָנוס, נחמה ליפֿשיץ, עמיל האָראָוועץ א"אַנד. סײַ די ווערטער, סײַ דער ניגון זײַנען רירנדיק, רופֿן אַרויס אַ געפֿיל פֿון וואַרעמקייט און נשמהדיקייט.

ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן, רעליגיע
פֿון שלום בערגער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ניט לאַנג צוריק, אין אַ געוויינטלעכער נאָוועמבער-וואָך, בין איך אַרײַנגעגאַנגען צו "אײַכלערס" (די פּאָפּולערע ברוקלין-ביכערקראָם) און איבערקוקן עטלעכע "מאַגאַזינס" (זשורנאַלן רופֿט מען זיי אין אונדזערע קרײַזן). יעדער הילע, דאַכט זיך, שטעלט פֿאָר אַ פֿילפֿאַרביק, איידל בילד פֿון אַ האַרבסט-געבלעטער, מיט אַן אַרטיקל אינעווייניק וועגן דעם עסטעטישן וווּנדער פֿון סעזאָן. אַזאַ טעמע וואָלט אויך געפּאַסט פֿאַר יעדן זשורנאַל, וואָס מע קויפֿט בײַ דער קאַסע אין אַ סופּערמאַרק, וווּ די חזיר-קאָטלעטן ליגן זײַט בײַ זײַט מיט די פֿלעשער מילך.

ייִדיש־וועלט, מוזיק
פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
חנוכּה אין "קלעזקעמפּ"

שוין פֿיר און צוואַנציק יאָר ווי הונדערטער מוזיקער און ליבהאָבער פֿון ייִדיש געזעגענען זיך מיטן אַלטן יאָר סוף־דעצעמבער בײַ אַ וואָך פֿון מוזיק און ייִדישער קולטור בײַם "קלעזקעמפּ"; אַ וואָך־לאַנגיקער פֿעסטיוואַל און סעמינאַר, דורכגעפֿירט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "ליווינג־טראַדישאָנס" (לעבעדיקע טראַדיציעס) אין די קעטסקיל־בערג פֿון ניו־יאָרק. "קלעזקעמפּ" איז געווען דער ערשטער פֿון אַזוינע מוזיק־ און קולטור־וואָכן, וואָס קומען הײַנט פֿאָר אין מאָנטרעאָל,

ייִדיש־וועלט, קולטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים מיט רועי גרינוואַלד

נישט וויכטיק ס’אָרט, אַבי ס’זאָל זײַן דאָ,
נישט וויכטיק ווען, אַבי ס’זאָל זײַן איצט,
נישט וויכטיק די פֿאַרב, אַבי ס’זאָל זײַן בלוי,
נישט וויכטיק דאָס לשון, אַבי ס’זאָל זײַן ייִדיש.
"קליינע לידער"
אליהו טאָקער, אַרגענטינע

נישט קיין מאַסן האָבן געשטראָמט יענעם באַזונדערן שבת־צו־נאַכט אין "בית־לייוויק". ס'איז דאָרט צו שטאַנד געקומען דער "מאַראַטאָן פֿאַר ייִדישער פּאָעזיע".

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ניקאָלײַ קיסעלעוו

ס'איז גוט באַוווּסט, אַז אַב. קאַהאַן, דער גרינדער פֿון "פֿאָרווערטס", איז געווען אַ גרויסער רוסאָפֿיל. ער האָט פֿון דעם קיין סוד ניט געמאַכט אין זײַנע אַרטיקלען אין דער צײַטונג. למשל, דעם 2טן יאַנואַר 1921 האָט ער געלויבט "די רוסישע אָפֿנהאַרציקייט און די רוסישע פֿעיִקייט זיך אָפּצורופֿן אויף דעם רוף פֿון יושר". דעם אמת זאָגנדיק, האָב איך תּמיד פּראָבלעמען מיט אַרויסזאָגונגען פֿון אַזאַ סאָרט, ווײַל אין זיי ליגט באַגראָבן עפּעס אַ פֿאַרגלײַך, דהײַנו: מענטשן פֿון אַזאַ פֿאָלק רופֿן זיך אָפּ בעסער ווי מענטשן פֿון אַן אַנדער פֿאָלק.

ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך האָבן געוווּסט, אַז עס איז פֿאָרגעקומען אַ צונויפֿקום, ס׳הייסט — אַ צוזאַמענפֿאָר — פֿון ייִדישע לערער, זשורנאַליסטן, אַקטיאָרן, פּאָעטן און מוזיקער אינעם פּרעסטיזשפֿולן אוניווערסיטעט "יוניאָן גראַדזשועט סקול", אין אַריזאָנאַ, וואָס ס׳האָט אָרגאַניזירט דער גוט באַוווּסטער רעדאַקטאָר פֿון "אַסטאַ־לאַוויסטאַ ייִדיש" פֿון מעקסיקע, סענדאַק לעמל.

ייִדיש־וועלט, קולטור
אַ שיל אין שטעטל פֿאַגאַראַס

אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג פֿון די שילן אין דרום־טראַנסילוואַניע (אויף ייִדיש — זיבנבערגן אָדער זימבערגן) אין דער הײַנטיקער רומעניע וועט זיך עפֿענען בלויז אויף עטלעכע טעג אינעם אַטראַן־זאַל בײַם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" דינסטיק, דעם 6טן יאַנואַר. די קוראַטאָרין און פֿאָרשערין פֿון די בילדער איז דזשולי דאָוסאָן, אַן אַמעריקאַנער געבוירענע, וואָס האָט זיך באַזעצט מיט אַנדערטהאַלבן יאָר צוריק אינעם שטעטל סיגאַשאָרע (אויף ייִדיש — טשעסבורג), אַן אָרט מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 32,000 מענטשן.

ייִדיש־וועלט, טעאַטער, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די קינדער און לערער פֿון דער ייִדישער שול מיטן אינטערנאַט פֿאַר 80 לעבן-געבליבענע ייִדישע קינדער, אין צענטער דער אפּוטרופּוס, פּאָלקאָווניק רעבעלסקי

עס איז גוט באַקאַנט, אַז שלמה מיכאָעלס האָט פֿאַרנומען אַ ביז גאָר חשובֿע פּאָזיציע אין די אויגן פֿון די סאָוועטישע ייִדן. זײַן שם ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט וואָס איז קרובֿ למלכות, איז געווען אַזוי גרויס, אַז אַ סך ייִדן האָבן זיך געווענדט צו אים מיט כּלערליי בקשות. אין אַ געוויסן זין איז מיכאָעלס געווען דער שתּדלן פֿאַרן גאַנצן סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַר דער סאָוועטישער מלוכה, און פֿאַר דעם האָט ער לסוף באַצאָלט מיט זײַן לעבן.

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ

דעם 20סטן דעצעמבער איז אין עלטער פֿון 92 יאָר געשטאָרבן די באַוווּסטע סאָוועטישע באַלערינע אָלגאַ לעפּעשינסקאַיאַ. פֿון איר האָט אַ וועלט געהאַלטן סטאַלין, ס׳איז אַפֿילו ניט אויסגעשלאָסן, אַז זי איז געווען זײַן קאָכאַנקע. וועגן דעם האָט מען, יעדנפֿאַלס, גערעדט. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער דיקטאַטאָר האָט זי ממש באַשאָטן מיט פֿאַרשיידענע באַלוינונגען.

לעפּעשינסקאַיאַ האָט געהאַט דרײַ מענער. איר ערשטער מאַן איז געווען דער קינאָ-רעזשיסאָר איליאַ טראַובערג. אין די 1940ער און אין די פֿריִע 1950ער יאָרן האָט זי געהאַט אַן אַנדער ייִדישן מאַן — דעם גענעראַל-לייטענאַנט לעאָניד רײַכמאַן (1908—1990).

װעלט פֿון ייִדיש, ‫אינטערװיוען
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

פֿאָרווערטס׃ דאָס בוך "ייִדישלענדער" האָט צוויי פֿאַרשיידענע פּערזאָנען פֿונעם דערציילער. איינער איז אַ קינד, אַ ייִנגל, וועלכער איז פֿאַרכאַפּט און פֿאַרכּישופֿט דורך דער געשטאַלט פֿון זײַן מאַמען און דורך דעם בילד פֿונעם אַמאָליקן לעבן, וואָס זי פֿאַרקערפּערט און אַנטפּלעקט פֿאַר אים. און דערנאָך באַווײַזט זיך דער צווייטער העלד, אַן עלטערער בחור, וועלכער וויל זיך באַפֿרײַען פֿון איר כּישוף. זײַן באַגער צו ווערן אומאָפּהענגיק פֿון דער מאַמעס השפּעה ווערט וואָס ווײַטער אַלץ שטאַרקער. ער פֿאָרט קיין ישׂראל, דערנאָך קומט צוריק קיין אַמעריקע און ווערט אַ מיטגליד אין "חבֿורת שלום", און דאָס אַלץ האָט צו טאָן מיט זײַנע זוכענישן אויפֿן אייגענעם וועג.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס ייִדישע רעליגיעזע לעבן איז, אין תּוך אַרײַן, אַ ריזיקער לייענקרײַז. ניט צופֿעליק האָבן מיר אין אונדזער שפּראַך דעם פּלאָנטער מיטן וואָרט "שול" — איז עס אַן אָרט, וווּ מע דאַוונט, צי עס איז אַן אָרט וווּ מע לערנט (לייענט)? די סאָציאַליסטישע טעטיקייט צווישן ייִדן, וואָס האָט זיך פֿאַרשפּרייט צום סוף פֿון דעם 19טן יאָרהונדערט, האָט אויך טיילווײַז אויסגעזען ווי אַ לייענקרײַז: אַן אינטעליגענטער מאַנצביל צי אַן אינטעליגענטע פֿרוי פֿלעגט קומען צו אַ גרופּע אַרבעטער,