חנוכּה אין "קלעזקעמפּ" |
שוין פֿיר און צוואַנציק יאָר ווי הונדערטער מוזיקער און ליבהאָבער פֿון ייִדיש געזעגענען זיך מיטן אַלטן יאָר סוף־דעצעמבער בײַ אַ וואָך פֿון מוזיק און ייִדישער קולטור בײַם "קלעזקעמפּ"; אַ וואָך־לאַנגיקער פֿעסטיוואַל און סעמינאַר, דורכגעפֿירט פֿון דער אָרגאַניזאַציע "ליווינג־טראַדישאָנס" (לעבעדיקע טראַדיציעס) אין די קעטסקיל־בערג פֿון ניו־יאָרק. "קלעזקעמפּ" איז געווען דער ערשטער פֿון אַזוינע מוזיק־ און קולטור־וואָכן, וואָס קומען הײַנט פֿאָר אין מאָנטרעאָל, קיִעוו, פּעטערבורג, ווײַמער, קראָקע, און ווין, צווישן אַנדערע. אין 2008 איז "קלעזקעמפּ" פֿאָרגעקומען פֿונעם 21סטן ביזן 26סטן דעצעמבער אינעם "האָדסאָן־וואַלי־רעזאָרט" אין קערקאָנקסאָן, ניו־יאָרק.
אַזוי ווי "קלעזקעמפּ" קומט פֿאָר ווינטער האָט ער פֿאַרשיידענע מעלות און חסרונות וואָס מע געפֿינט נישט בײַ די אַנדערע זומערדיקע פֿעסטיוואַלן. איין חסרון איז, וואָס ס‘רובֿ אָנטיילנעמער בלײַבן אינעווייניק די גאַנצע וואָך, ווײַל דער שניי איז צו טיף, און ס‘איז פּשוט צו קאַלט אַרויסצוגיין אין דרויסן. די הויפּט־מעלה פֿון בלײַבן אין האָטעל, איז וואָס מע באַקענט זיך מיט מער מענטשן, און דאָס שפּילן אָדער זינגען פֿון די סטודענטן ווערט מער אינטענסיוו. וווּ מע גייט, און וווּ מע שטייט, הערט מען קאַפּעליעס פֿון סטודענטן וואָס האָבן זיך ערשט צוזאַמענגענומען און שפּילן אין איינעם צום ערשטן מאָל — דאָס איז אַוודאי די בעסטע פּראַקטיק פֿאַר די מוזיקער.
אַ סטודענטן־אָרקעסטער |
צוליב דעם גלאָבאַלן פֿינאַנציעלן קריזיס, האָט דער "קלעזקעמפּ" געליטן, ווײַל אַ סך ווייניקער אָנטיילנעמער האָבן זיך פֿאַרשריבן דאָס יאָר. די דאָזיקע פֿינאַנציעלע "קרענק" וועט מסתּמא, צום באַדויערן, "אָנשטעקן" אויך אַנדערע וויכטיקע ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען במשך פֿונעם יאָר. נאָר ווי זאָגט מען — "וואָס קלענער דער עולם, אַלץ גרעסער די שׂימחה". אַ דאַנק דער קלענערער צאָל, האָבן די סטודענטן באַקומען מער אויפֿמערק פֿון די לערער און אין האָטעל איז מען געוואָרן מער היימיש איינער מיטן אַנדערן.
די טעמע פֿון "קלעזקעמפּ" דאָס יאָר איז געווען "אַשקענאַש: ייִדישע קולטור און ייִדישע מאכלים"; דער טיטל אַ ווערטערשפּיל פֿון "אַשכּנז" און "נאַש". אין שײַכות מיט דער טעמע האָט דער לעקטאָר און מחבר מײַקל וועקס געהאַלטן עטלעכע קלאַסן וועגן ייִדן און עסן; דער "יוגנט־טעאַטער" פֿון שיינדל ראָמיין האָט אָנגעשריבן און פֿאָרגעשטעלט אַ פֿאַנטאַסטישע דראַמע וועגן דעם ראַטעווען די אַגריקולטור אין אַלאַסקאַ אינעם יאָר 2058. אינעם שפּראַך־ און ליטעראַטור־קלאַס פֿון פּראָפ‘ מרים אײַזיקס האָט זי געלערנט מיט די סטודענטן עטלעכע קלאַסישע סצענעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור; צווישן זיי, שלום־עליכמס "קאַסרילעווקער רעסטאָראַנען". די פֿאָרשערין פֿון ייִדישע מאכלים, איוו יאַכנאָוויץ, האָט עטלעכע לעקציעס געהאַלטן אויף דער טעמע פֿונעם פֿעסטיוואַל. דערצו האָט מען אָנגעהויבן אַ פּראָיעקט צוזאַמענצושטעלן אַ קאָך־בוך — "די גרינע קוויזינע" (!) — וואָס וועט באַשטיין פֿון רעצעפּטן אַרײַנגעשיקט פֿון "קלעזקעמפּער" פֿון אַמאָל און הײַנט, מיט דער האָפֿענונג אַרויסצוגעבן דאָס קאָך־בוך איבער אַ יאָר, צום 25סטן יובֿל פֿון "קלעזקעמפּ".
איינער פֿון די אָרקעסטערס פֿאַר די טענצער |
כאָטש געוויסע אַלטע "קלעזקעמפּ"־לערער האָבן געפֿעלט צוליב בודזשעט־פֿאָדערונגען, האָט מען נאָך געקענט דאָרטן געפֿינען די בעסטע לערער הײַנט אין דער קלעזמער־וועלט. די וואָך איז געצילט צופֿרידנצושטעלן גאַנצע משפּחות און אין דער קינדער־פּראָגראַם, אונטערן אויפֿזע פֿון שׂרה גאָרדאָן און מאַרילאַ וועקס, קענען גאָר קליינע קינדער זיך אויך לערנען ייִדישע מוזיק און וועגן דער ייִדישער קולטור. איין לאַנג־יאָריקער באַטייליקטער אין "קלעזקעמפּ", ראָבערט בלאַקסבערג, קומט אַלע יאָר מיט זײַנע צוויי זין, דן און אַהרן. בלאַקסבערג האַלט, אַז כאָטש דאָס יאָר איז דער עולם געווען קלענער, זענען אָבער די אָנטיילנעמער געווען זייער מאָטיווירט און געשפּילט מיט גרויס כּוונה. ער האָט דאָס יאָר געשפּילט קלאַרנעט אינעם "בעסער מיט אַ קאַפּעליע", מיט וועלכער די פֿלייטיסטין, אַדריאַן גרינבוים, האָט אָנגעפֿירט אַ גרופּע, אין וועלכער די מוזיקער און זינגער לערנען ווי מיטצואַרבעטן, איינער מיטן אַנדערן. ער האָט אויך זיך באַטייליקט אינעם קלאַס פֿון דער פּיאַניסטקע, מאַרילין לערנער, פֿון טאָראָנטאָ, אין וועלכן זי און דער קלאַס האָבן געשאַפֿן אימפּראָוויזאַציע־מוזיק צום פֿילם "מיזרח און מערבֿ", אַ שטום־פֿילם פֿון 1926 מיט מאַלי פּיקאָן. זײַן זון דן האָט געלערנט קלעזמער־מוזיק מיטן יוגנט־אָרקעסטער, און אַהרן האָט געהאָלפֿן מיט די "אומ־טשיקס", דער ייִנגסטער אָרקעסטער מיט מוזיקער פֿון 2 ביז 7 יאָר אַלט (די פֿידלערין דבֿורה שטראַס האָט אָנגעפֿירט מיט דעם קלאַס).
די טאַנץ־פּראָגראַם אין אַלע הײַנטיקע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן איז זייער וויכטיק געוואָרן און דער מײַסטער־לערער סטעוואַן ווײַנטרויב פֿון שיקאַגע פֿירט אָן מיט ייִדישע טאַנץ־קלאַסן אין עטלעכע פֿון זיי, צווישן זיי "קלעזקעמפּ". אָבער עס באַטייליקט זיך אויך די טענצערין און פֿאָרשערין דזשיל געלערמאַן, וועלכע ספּעציעליזירט זיך אין הײַנטיקע חסידישע טענץ. בלאַקסבערג באַמערקט, אַז אין אַנדערע פֿעסטיוואַלן שטעלט מען דעם טראָפּ אויף עלטערע טראַדיציאָנעלע ייִדישע טענץ (ווי די "שער", "פֿריילעכס", "בולגאַר"), אָבער אין "קלעזקעמפּ", לערנט מען זיך אויך די נײַסטע טענץ אין דער חסידישער וועלט. דער לעגענדאַרער טענצער, פֿעליקס פֿיביך, האָט אין זײַנע קלאַסן דערציילט וועגן זײַן לעבן, קאַריערע און צוגאַנג צו ייִדישע טענץ.
פֿאַר די אָנטיילנעמער וואָס שפּילן נישט קיין אינסטרומענט און ווילן נישט הערן קיין לעקציעס, האָבן עטלעכע לערער זיך פֿאַרנומען מיט לערנען געזאַנג. אַדריאַן קופּער האָט, לויט דער טעמע פֿון "קלעזקעמפּ", געלערנט לידער וועגן עסן. מיט די אַוואַנסירטע זינגער האָט דזשאָען באָרץ און דזשאַש דאָלגין אָנגעפֿירט מיט אַן אינטענסיוון קלאַס. דאָלגין איז אַגבֿ מער באַקאַנט אונטער זײַן פּסעוודאָנים "סאָקאָלד" און פֿאַר זײַן ייִדישער היפּ־האָפּ־מוזיק. אָבער ער האָט אויך אַן אַנדער אינטערעס — ייִדישע לידער געזונגען אין האַרמאָניע פֿון פֿיר שטימען. ער רופֿט זײַן קלאַס "די שערערײַ", ווײַל אויף ענגליש ווערט אַזאַ סטיל אָנגערופֿן "אַ שערערײַ־קוואַרטעט". ער האָט געפֿונען עטלעכע רעקאָרדירונגען אין אַזאַ סטיל און האָט אַליין אַראַנזשירט די לידער און לערנט זיי אין זײַן פּאָפּולערן קלאַס.
הוליעט ייִדן, אַ גאַנצע נאַכט! |
דאָס יאָר זענען געקומען עטלעכע ספּעציעלע געסט ווי לעקטאָרן: דער מחבר קורט לעוויאַנט האָט אָנגעפֿירט מיט אַ קלאַס וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור, פֿילם און פֿאָלקלאָר. באָב בערקמאַן אַ פֿאָרשער און זאַמלער פֿון אַלטע "ייִדישע פּיאַנע־מגילות", וואָס מע האָט געדרייט אויף אַמאָליקע מעכאַנישע פּיאַנאָס, האָט פֿאָרגעשפּילט אַלטע און נײַע שאַפֿונגען אויף זײַן אינסטרומענט, אַ פּיאַנאָלאַ. הענעך סאַפּאָזשניק, דער איניציאַטאָר און דירעקטאָר פֿון "ליווינג־טראַדישאָנס" האָט גערעדט וועגן אַלטע פּלאַטעס, וואָס מע הערט זעלטן.
אַלע אין "קלעזקעמפּ" אין 2008, האָבן מסכּים געווען, אַז אַלץ האָט "גוט געקלאַפּט" און מע דערוואַרט קוים ביז איבער אַ יאָר.