אַ שיל אין שטעטל פֿאַגאַראַס |
אַ פֿאָטאָגראַפֿישע אויסשטעלונג פֿון די שילן אין דרום־טראַנסילוואַניע (אויף ייִדיש — זיבנבערגן אָדער זימבערגן) אין דער הײַנטיקער רומעניע וועט זיך עפֿענען בלויז אויף עטלעכע טעג אינעם אַטראַן־זאַל בײַם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" דינסטיק, דעם 6טן יאַנואַר. די קוראַטאָרין און פֿאָרשערין פֿון די בילדער איז דזשולי דאָוסאָן, אַן אַמעריקאַנער געבוירענע, וואָס האָט זיך באַזעצט מיט אַנדערטהאַלבן יאָר צוריק אינעם שטעטל סיגאַשאָרע (אויף ייִדיש — טשעסבורג), אַן אָרט מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 32,000 מענטשן. נאָך דער עפֿענונג, וואָס וועט פֿאָרקומען פֿון 5—7 אַ זייגער אין אָוונט, וועט דער פֿידלער דזשייק שולמאַן־מענט און באַסיסט בנימין פֿאָקס־ראָזען שפּילן ייִדישע מוזיק פֿון דער געגנט, ווי אַ טייל פֿון די "קאַוועהויז"־קאָנצערטן. דער פֿאָטאָגראַף פֿון דער אויסשטעלונג, קריסטיאַן בינדער האָט מיט דאָוסאָן זיך באַקענט בײַ אַ פּראָיעקט פֿון אויפֿצוראָמען אַן אַלטע שיל אינעם שטעטל פֿאַגאַראַס.
דזשוליאַ (זי רופֿט זיך יוליאַ אין רומעניע) דאָוסאָן איז לכתּחילה געפֿאָרן קיין רומעניע צו אַרבעטן פֿאַר דער אַמעריקאַנער אינסטאַנץ "דעם שלום־קאָרפּוס". איר עובֿדה איז באַשטאַנען פֿון לערנען די רומענער ענגליש, אָבער זי איז אין גיכן געוואָרן אַקטיוו אין די ייִדישע ענינים. זי האָט באַלד באַמערקט, אַז די שילן פֿון דער געגנט, דרום־טראַנסילוואַניע, ווערן פֿאַרלאָזט און נישט דאָקומענטירט פֿאַר דער געשיכטע. יעדן טאָג זענען אָנגעקומען דײַטשע טוריסטן אין שטעטל אָנצוקוקן די רעשטלעך פֿון דער אַמאָליקער דײַטשער געשיכטע דאָרטן, אָבער קיין ייִדישע טוריסטן האָט מען נישט געזען.
האָט זי פֿאַרלאַנגט אויף צו באַקומען אַ סובסידיע אויף אַ דאָקומענטאַציע־פּראָיעקט פֿון אַ קולטור־ און דערציִונג־פֿונדאַציע, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט דער אימיגראַציע און עמיגראַציע פֿון די אייראָפּעיִשע פֿעלקער. די פֿונדאַציע האָט מסכּים געווען און דאָוסאָן האָט אָנגעהויבן פֿאָרשן און פֿאָטאָגראַפֿירן די שילן. דערווײַל שטעלט דאָוסאָן דעם טראָפּ אין איר פּראָיעקט אויף דער געגנט וווּ זי געפֿינט זיך, לעבן סיגאַשאָראַ.
תּשמישי־קדושה און אַנדערע שיל־זאַכן געפֿונען אין די שילן פֿון דעוואַ (רעכטס) און מעדיאַזש (לינקס) |
די אַרבעט צו געפֿינען די שילן איז נישט אַזאַ גרינגע. בײַ דער הויפּט ייִדישער אָרגאַניזאַציע אין לאַנד "די פֿעדעראַציע פֿון די פֿאַראייניקטע קהילות אין רומעניע", האָט מען טאַקע אַ רשימה פֿון אַלע שילן, אָבער אויב מע פֿאַרקויפֿט דעם בנין, נעמט מען די שיל אַראָפּ פֿון דער ליסטע. איין שיל האָט דאָוסאָן געפֿונען אַ גאַנצע, כאָטש לויט דער פֿעדעראַציע־רשימה האָט מען זי שוין צעשטערט.
דאָוסאָן, וועלכע רעדט רומעניש און דײַטש און לערנט זיך איצט ייִדיש, שטאַמט פֿון אָסטין, טעקסאַס, און האָט זיך געלערנט אין שיקאַגע. זי קומט נישט פֿון קיין ייִדישער היים, אָבער לעבנדיק אין בערלין, האָט זי זיך באַקענט מיט ייִדישע מוזיקער און האָט אַפֿילו פֿאַר זיי געשאַפֿן אַ פֿעסטיוואַל פֿון קלעזמער־מוזיק אין איר רומענישן שטעטל. אַרומפֿאָרנדיק צו געפֿינען די שילן, פֿאַרבינדט זי זיך אָפֿט מיטן "לעצטן ייִד" אין שטעטל און זי פֿרעגט אים אָדער זי אויס וועגן דער שיל און דער קהילה. געוויינטלעך, איז די באַצייכענונג — "לעצטער ייִד אין שטעטל" — נישט קיין פּינקטלעכע; זי געפֿינט, אַז חוץ די עטלעכע ייִדן אין יעדן אָרט, לעבן נאָך אַנדערע ייִדן. זי באַקלאָגט זיך, וואָס די רומעניש־ייִדישע פֿעדעראַציע גיט זיך אָפּ מער מיט רעליגיעזע ענינים און פֿאַרקוקט די קולטורעלע און היסטאָרישע זײַט פֿונעם רומענישן ייִדנטום.
אין יעדן שטעטל בײַם פֿאָטאָגראַפֿירן די שילן אַנטוויקלט זיך אַן "אַווענטורע". די רומענער און ייִדן רעדן מיט איר, פֿאַרבעטן זי אַהיים, דערציילן פֿון דער געשיכטע. זי געדענקט ווי איין ייִד האָט איר דערקלערט, אַז ייִדיש איז ווי אַן "אייראָפּעיִשער העברעיִש" און דערציילט ווי בײַ זיי האָט מען אַפֿילו געדאַוונט אויף ייִדיש.
אַ שיל אין שטעטל טירנעווען |
אין אַן אַנדער שיל אין מעדיאַזש זענען געלעגן הונדערטער ספֿרים אויף דר‘ערד, און אין די שאַנקען האָט מען נאָך געפֿונען אַלטע טליתים און תּפֿילין־זעקלעך. אַפּנים, האָט מען געמוזט גיך אַנטלויפֿן און לאָזן אַלץ אויף הפֿקר. אַ רומענישע פֿונדאַציע אין ענגלאַנד, "דער מיכײַ עמינעסקו־פֿאָנד", וועט סובסידירן אַ פּראָיעקט אויפֿצובויען אַ ייִדישן קולטור־ און דערציִונג־צענטער אין דער דאָזיקער שיל (אַן איראָניע, ווײַל דער רומענישער פּאָעט עמינעסקו איז געבליבן באַקאַנט ווי אַ גרויסער אַנטיסעמיט).
דאָוסאָן דערציילט, אַז ביז 1918 האָט די טעריטאָריע געהערט צו אונגערן. בעת דעם חורבן האָט מען די ייִדן פֿון דער געגנט פֿאַרשיקט אין נאָענטע אַרבעטס־לאַגערן און אַ סך פֿון זיי האָבן איבערגעלעבט; כאָטש הײַנט טרעפֿט מען זיך מער אָן אין ייִדן פֿון דער בוקעווינע און מאָלדאָווע וואָס האָבן זיך דאָ באַזעצט נאָך דער מלחמה.
דזשוליאַ דאָוסאָן זוכט איצט פֿאָנדן צו פֿאַרברייטערן דעם פּראָיעקט, ער זאָל אַרײַננעמען אַלע שילן אין רומעניע. זי וויל אויך שאַפֿן אַ וועבזײַטל מיט די בילדער און האָפֿט, אַז די ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וועלן זיך שטעלן אין קאָנטאַקט מיט איר און דערציילן וועגן דער שיל און דעם שטעטל.
די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן בלויז פֿונעם 6טן ביזן 9טן יאַנואַר פֿון 11:00 ביז 5:00. דער אַדרעס פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" איז 25 איסט 21סטע גאַס אין מאַנהעטן. צו באַקומען אינפֿאָרמאַציע קלינגט: 8040־505־212.