|
רבֿקה באַסמאַן בן־חיים מיט רועי גרינוואַלד |
|
נישט וויכטיק ס’אָרט, אַבי ס’זאָל זײַן דאָ,
נישט וויכטיק ווען, אַבי ס’זאָל זײַן איצט,
נישט וויכטיק די פֿאַרב, אַבי ס’זאָל זײַן בלוי,
נישט וויכטיק דאָס לשון, אַבי ס’זאָל זײַן ייִדיש.
"קליינע לידער"
אליהו טאָקער, אַרגענטינע
נישט קיין מאַסן האָבן געשטראָמט יענעם באַזונדערן שבת־צו־נאַכט אין "בית־לייוויק". ס'איז דאָרט צו שטאַנד געקומען דער "מאַראַטאָן פֿאַר ייִדישער פּאָעזיע". אויב אַזוי, זאָגט איר, איז אלץ אין אָרדענונג, פּאָעזיע איז דאָך פֿון איר סאַמע וועזנטלעכקייט אַ קונסט־דערפֿאַרונג פֿאַר ווייניקע, מען וואָלט געקאָנט אויך צוגעבן — פֿאַר ראַפֿינירטע פֿײַנשמעקערס. טאָ וווּ איז דאָ דער אויסנאַם, וואָס דווקא אָט דער אָוונט האָט נישט צוגעצויגן קיין גרויסן עולם? בפֿרט ווען עס איז געגאַנגען דאָ אין אויסהערן בלויז פּאָעזיע, און גאָר אויף ייִדיש?
ס'איז אפֿשר כּדאַי צו באַמערקן, אַז ישׂראל האָט אַ גוטע באַציִונג צו פּאָעטן. שוין אַ שיינע פּאָר יאָר ווי עס קומען דאָ פֿאָר, און מיט אַ היפּשן דערפֿאָלג, יערלעכע פּאָעזיע־פֿעסטיוואַלן פֿאַרשטענדלעך, אויף העברעיִש, און נישט אין צענטער פֿון לאַנד, נאָר אין ווײַטע צפֿונדיקע שטעט. פֿאַר וואָס דערצייל איך עס? ווײַל ס'האָט אַ שײַכות צו אונדזער ייִדיש־מאַראַטאָן. אויך דאָ האָבן אָנטייל גענומען יונגע העברעיִשע פּאָעטן, וואָס אַ צופֿאַל, צי דער גורל, האָט זיי צוזאַמענגעפֿירט מיט די בעסטע מוסטערן פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע; און זיי האָבן בפֿירוש זיך פֿאַרליבט, בעיקר אין יענער פּלעיאַדע ייִדישע פּאָעטן, וועלכע זײַנען סוף 19טן — אָנהייב 20סטן — יאָרהונדערט געקומען קיין אַמעריקע און האָבן דאָרט געשאַפֿן דעם צויבער־קאַפּיטל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע. איז דאָך טאַקע נישט קיין וווּנדער, וואָס מען האָט אויף דעם מאַראַטאָן געזען, יונגע מענטשן, וועלכע פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישער פּאָעזיע, זעצן זי איבער אויף העברעיִש, און פֿאַרשפּרייטן זי איבער דער ברייטער ישׂראלדיקער אינטעלעקטואַליטעט.
|
לענקאַ ליכטענבערג פֿון טאָראָנטאָ |
|
בעני מער, רועי גרינוואַלד, מתּן חרמוני שטעלן פֿאָר דעם יונגן דור נאָכפֿאָלגער און ליבהאָבער פֿון דעם ייִדיש־קוואַל.
ווי באַוווּסט, באַטײַט דאָס גריכישע וואָרט "מאַראַטאָן" — אַ לאַנגן געלויף, און אָט דער באַטײַט פּאַסט טאַקע גוט צום איצטיקן פּאָעזיע־פֿאַרמעסט, וווּ איבער העכער דרײַ שעה האָט מען גערעדט, געלייענט, געזונגען ייִדישע פּאָעזיע און ס'איז נאָך פֿאַרבליבן כּוח אויף שפּעטער, אויף ענלעכע פֿאַרמעסטן.
די איניציאַטיוו דורכצופֿירן דעם מאַראַטאָן 2008 פֿאַר ייִדישער פּאָעזיע איז געקומען פֿון דניאל גלאַי, דעם פֿאָרזיצער פֿון דעם ייִדישן שרײַבער־ און זשורנאַליסטן פֿאַראיין אין ישׂראל; אים קומט טאַקע אַן אָנערקענונג פֿאַרן לויבפֿולן אײַנפֿאַל, נאָר היות ווי אַזאַ אונטערנעמונג איז נישט קיין איינפּערזאָניקער אויפֿטו פֿעלן נישט אין בית־לייוויק, צום מזל, קיין קולטורעלע כּוחות מיט "קבלות", ווי מ'זאָגט עס אויף העברעיִש, וואָס מיינט, די באַשטעטיקונג צום אויסנעמלעכן בײַטראָג צו דער וויכטיקער קולטור־מאַניפֿעסטאַציע.
קודם־כּל, קומט צו זאָגן אַ גוט וואָרט דער אַכסניא, דעם בית־לייוויק אַליין. אַזאַ אונטערנעמונג ווי דער ייִדישער פּאָעזיע־מאַראַטאָן, צו גלײַך מיט אַנדערע געלונגענע אונטערנעמונגען, קומען דאָך פֿאַרפֿעסטיקן די עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג פֿון דעם אַנשטאַלט. טאָ ווער זײַנען זיי פֿאָרט, די העלדן פֿון דעם אָוונט?
|
פּראָפֿ׳ אורציון ברתּנא |
|
דרײַ באַזונדערע טיילן, אַרום אַ שעה יעדער טייל, איז געווען דער איינציקער טעכנישער קאָמפּאָנענט פֿון אָוונט; דאָס רעשט — פּאָעזיע און געזאַנג. געזונגען האָט לענקאַ ליכטענבערג, אַ יונגע חנעוודיקע זינגערין, אַ גאַסט פֿון טאָראָנטאָ, קאַנאַדע. זי האָט מיט איר געזאַנג, וואָס זי האָט אַליין זיך באַגלייט אויף פּיאַנע, זיך אַרײַנגעפּאַסט אַקוראַט צו דער באַזונדערער אַטמאָספֿער וואָס האָט געהערשט אין זאַל.
פֿון אָנהייב אָן האָבן מיר איבערגעלעבט אַ דערפֿרייענדיקע דערשײַנונג: בעני הענדל, דער פּאָפּולערער לאַנג־יאָריקער ראַדיאָ־פּערזענלעקייט, האָט נישט בלויז אָנגעפֿירט מיט זײַן באַקאַנטער געשיקטקייט דעם ערשטן טייל פֿון אָוונט; ער האָט אויך אַלעמען איבערראַשט מיט זײַנע ייִדיש־קענטענישן און מיט זײַן גלענצנדיקן לייענען ייִדישע פּאָעזיע. איז דער טייל — אונטער דער לייטונג פֿון אָשר גל און סאָניאַ ראָזענבערג — געווען געווידמעט איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אויף עבֿרית; דער צווייטער טייל — ייִדישע פּאָעזיע אויף אַנדערע שפּראַכן: ייִדיש־רוסיש — משה לעמסטער, וועלוול טשערנין; ייִדיש־ענגליש — נילי פֿולטאָן און בעלאַ קלײַן; ייִדיש־שפּאַניש — לידער פֿון אליהו טאָקער לייענט אורית קרוגלאַנסקי און דניאל גלאַי; ייִדיש־פּויליש — שוראַ טורקאָוו לייענט אויף פּויליש און אויף ייִדיש דאָס קינדער־ליד פֿון יוליאַן טוווים "דער לאָקאָמאָטיוו" אין דער איבערזעצונג פֿון יצחק לודען; ענגליש־ייִדיש — קרן אַלקלעי־גוט לייענט אויף ענגליש, רבֿקה באַסמאַן בן־חיים זעצט איבער אויף ייִדיש; די זעלבע קרן אַלקלעי־גוט — לייענט אויפֿן איטאַליענישן דיאַלעקט פֿריוליאַן — אַ ליד פֿון אַרטוראָ זאַרדיני איבערגעזעצט דורך גלעד צוקערמאַן.
דריטער טייל: בלויז איבערזעצונגען פֿון עבֿרית אויף ייִדיש — לידער פֿון באַוווּסטן דיכטער רוני סומק, אסתּר אײַזן, אורציון ברתנא, ב. ברתנא, דער פֿאָטער פֿון אורציון — אַלע איבערגעזעצטע דורך רבֿקה באַסמאַן בן־חיים.