ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק

כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך האָבן געוווּסט, אַז עס איז פֿאָרגעקומען אַ צונויפֿקום, ס׳הייסט — אַ צוזאַמענפֿאָר — פֿון ייִדישע לערער, זשורנאַליסטן, אַקטיאָרן, פּאָעטן און מוזיקער אינעם פּרעסטיזשפֿולן אוניווערסיטעט "יוניאָן גראַדזשועט סקול", אין אַריזאָנאַ, וואָס ס׳האָט אָרגאַניזירט דער גוט באַוווּסטער רעדאַקטאָר פֿון "אַסטאַ־לאַוויסטאַ ייִדיש" פֿון מעקסיקע, סענדאַק לעמל. ער אַליין וווינט אין שטעטעלע טשיוואַנאַ, לעבן מעקסיקאָ־סיטי. דאָרט פֿירט ער אַ שטאַרקן אָרגאַן פֿון ייִדישע ווינקלען און לייענקרײַזן. אַליין איז ער אַ ייִד אין אָדם הראשונס יאָרן. אָבער זשוואַווע!!! אויף אַלע זײַנע מאָטאָרן. קלינגט ער מיר אָן אַנומלטן און מאַכט:

— מרים! איך פֿאַרשטיי, אַז דו ביסט אַ זשורנאַליסטקע אין "פֿאָרווערטס" און אַ לערערין ערגעץ־וווּ. און אַזוי ווי איך קען אַ מכּה לייענען אָדער רעדן ייִדיש, איז זיי מיר מוחל וואָס איך בין נישט באַקאַנט מיט דײַנע שריפֿטן. אָבער מען האָט מיר איבערגעגעבן גוטע גרוסן. וויל איך דיך פֿאַרבעטן אויף אונדזער קאָנפֿערענץ, וווּ מיר וועלן אַרומרעדן און דיסקוטירן דעם תּכלית פֿון ייִדיש אין אַמעריקע און אין ישׂראל.

זאָג איך אים: — ליבער פֿרײַנד, סענדאַק... — און איידער איך גיי ווײַטער, מוז איך אײַך אויפֿקלערן, ליבע לייענער, אַז סענדאַק איז אַזאַ מין פֿיש, וואָס דער ווילנער גאון האָט יאָ געגעבן אַ הכשר דערויף און דער בעש״ט נישט; ווײַל דער פֿיש האָט פֿאַרמאָגט אַ ביינדל אויפֿן שטערן, וואָס איז געווען ענדלעך צו אַ קרייץ. דעריבער האָט מען די ליטוואַקעס גערופֿן "צלם קעפּ". האָב איך אים געזאָגט:

— ליבער פֿרײַנד סענדאַק, וועמען האָט איר פֿאַרבעטן אויף אײַער תּכלית־קאָנפֿערענץ?

הייבט ער מיר אָן אויסצורעכענען: פּראָפֿעסאָר פּסח פֿישלזאָן, ד״ר מאַגדאַלענאַ יעווטושענקאָ פֿון וואַרשע, די פּאָעטעסע קיילע ליבעסקינד, ד״ר עוואַ פּעטרישקע, פּראָפֿעסאָר שלושית זאַלצמעסטל, פּראָפֿעסאָר יעווגעני קוואַס, ד״ר גרישא ווינער און דעם זשורנאַליסט מישאַ דרײַטיקאָפּ. — זאָג איך אים:

— אַ וואַזשנע קאַמפּאַניע. איז ווי אַזוי קומט מען צו אײַך, מיט אַן עראָפּלאַן, אַ שיף אָדער אַ ביציקלעט? — זאָגט ער מיר:

— אַזוי ווי מיר האָבן נישט קיין הוצאות, וועט איר מוזן זיך אַליין קויפֿן אַן עראָפּלאַן בילעטיק. — זאָג איך אים:

— איך קויף נישט. מיך ברענגט מען אַראָפּ. — מאַכט ער:

— וואָס דאַרפֿט איר דען דאָ באַווײַזן. נעמט אַרויס פֿון שופֿלאָד אײַערס אַן אַרטיקל וועגן ייִדיש און ס׳וועט זײַן גוט גענוג. — זאָג איך אים:

— הערט מיך אויס, מיסטער מיניסטער. אויב איר ווילט איך זאָל זיך באַווײַזן, מוזט איר נאָך מיר שיקן. ווען נישט, קום איך נישט.

זעט אויס, אַז ער האָט זיך אַדורכגעשמועסט מיט זײַנע קומאָשקעלעך פֿון קאָמיטעט און זיי האָבן באַשלאָסן מיך אַראָפּצוברענגען קיין אַריזאָנאַ. און דאָ וויל איך באַשרײַבן וואָס ס׳איז פֿאָרגעקומען בײַם צוזאַמענפֿאָר פֿון די חשובֿע לויטע לגבי דעם תּכלית פֿון אונדזער ייִדיש.

דער פֿאָרזיצער, מיסטער סענדאַק, מיטן טרײַבל אין אויער, האָט געעפֿנט דעם יום־טובֿדיקן אָוונט; פֿאַרשטייט זיך — אויף ענגליש. ער האָט דעם יום־טובֿדיקן עולם באַגריסט מיט אַ "ליידיס ענד דזשענטעלמען", און גענומען אויסטיילן שבֿחים זיך אַליין און זײַן זשורנאַל "אַסטאַ־לאַוויסטאַ ייִדיש". מענטשן האָבן אַפּלאָדירט. איך בין געזעסן ווי אַ טשוטשעלע און באַטראַכט דעם עולם לערער, זשורנאַליסטן, מוזיקער און פּאָעטן. מילא, די מאַגדאַלענאַס צוזאַמען מיט די מישאַס און גרישאַס בין איך אײַך געווען מוחל. אויף וויפֿל זײַנען זיי געווען אַרײַנגעטאָן אין אונדזער קולטור און ייִדישייט האָב איך נישט אָנגעהויבן צו וויסן. נאָר אַזוי ווי יעדער האָט גענומען אַ וואָרט האָב איך אָנגעשטעלט מײַנע אויערמושלען און גענומען האָרכן. דער ערשטער איז געווען פּראָפֿעסאָר פּסח פֿישלזאָן, און אָט וואָס ער האָט געהאַט צו זאָגן:

— ליבע פֿרײַנד און פֿאַרזאַמלטע, וואָס מיר קענען זיך סײַ פֿון ניו־יאָרק, סײַ פֿון "יו־עס־איי" אין לאָס־אַנדזשעלעס און סײַ פֿון קלעזקעמפּ. איך ווייס נישט אויף וויפֿל איר האָט פּראָגרעסירט די לעצטע יאָרן אין אײַער וויסן אין ייִדיש. אָבער איך האַלט שוין הײַנט בײַ חיים גראַדען און בײַ שלום אַשן. די ייִדישע וועלט שרינקט צו ביסלעך אײַן. וויפֿל פֿון אײַך זאָרגן אויף מאָרגן? איך ווייס, אַז איר שרײַבט ביכער און גיט אַרויס "סי־דיס" און "די־ווי־דיס". אָבער גיט איר ארויס ממש אַ דור וואָס וועט איבערנעמען? איך האָב אַוועקגעלייגט מײַן גאַנץ לעבן אויסצושולן סטודענטן און איך זע, אַז פֿון דעם טייג איז קיין חלה נישט אויפֿגעיוירן. וועט בײַ אײַך אויפֿיוירן די חלה? — און ער האָט זיך אַוועקגעזעצט.

די צווייטע איז געווען די פּאָעטעסע קיילע ליבעסקינד. זי איז געקומען מיט אַ גיטאַריסט און אַ מאַנדאָלינע־שפּילער, און געזונגען פֿון די אייגענע לידער. דער עולם האָט זיך פּאָסמאַקעוועט: אָט האָסטו אַן עכטע, אַ סאַמאָראָדנע לידער־שטעלערין וואָס באַשײַנט אונדז די שׂימחה. דער פּראָפֿעסאָר יעווגעני קוואַס — נאָך אַ רעלאַטיוו־יונגער פּראָפֿעסאָר — וואָס איז געקומען אַהער פֿון סאַמאַרקאַנד, האָט זיך אַוועקגעלאָזט אויף דער טעמע: "שער, שערעלעך און שערבלעך". און ער האָט געזאָגט:

— עס איז אַ מוז בײַם לערנען ייִדיש צו זײַן גרייט מיט אַ שער, ווײַל "קטאָ זנאַיעט". ווער ווייסט ווען מען וועט דאַרפֿן שערן. די מאָס פֿון די שערן "אָטשען" וויכטיקסטע. "פּאָ עטאָמו", דעריבעריק "נאַדאַ" קענען שנײַדן. די שערבלעך, דאָס איז פֿאַר מיר אַ גאָר אַ נײַעס. איך האָב עס ערשט נעכטן דערוווּסט וואָס ווען איינער, ברוך־השם, ווען ער שטאַרבט, לייגט מען אויף זײַנע אָקעס אַזעלכע גלעזערנע אָדער פֿון קליי געמאַכטע שטיקלעך. דאָס רופֿט מען טראַדיציע. בײַ אונדז אין סאַמאַרקאַנד האָט מען נישט געוווּסט פֿון דער אַזאַ טראַדיציע. מיר האָבן געוווּסט "נאַ פּרימיער" (למשל) מצה, קרעפּלעך און חתן. כּלות האָט מען שוין נישט געוווּסט, ווײַל בײַ אונדז, אין סאַמאַרקאַנד, איז נישט געווען קיין ייִדישע כּלות, נאָר סאַמאַרקאַנדער "ניוועסטאַס" (כּלות). בײַ אונדז, אין סאַמאַרקאַנד, האָט מען גערעדט רוסיש און געשוווירן צום רויטן פֿאָן. הײַנט האָבן מיר מדינת־ישׂראל, אַן אייגענע "פֿלאַג" (פֿאָן), מעגן מיר אַז בעטן צו ביידע, די רויט־ווײַסע און בלוי און צום בלוי ווײַס.

דאָס וואָרט האָט גענומען פּראָפֿעסאָר עמעריטוס עוואַ פּעטרישקע. זי האָט אונטער זיך אַ לאַנגן ייִחוס פֿון ייִדיש־קענער און ייִדיש־ווייסער, און, דער עיקר, ייִדישע טאַבעקע שמעקער. זי איז געווען אַ הויכע וואָס איז אַראָפּגעוואַקסן מיט דער עלטער; אַ באַלײַבטע מיט אײַנגעפֿאַלענע באַקן, און זי האָט די גאַנצע צײַט געקײַעט קײַ־גומע; אַזאַ געוווינהייט. זי האָט אָנגעהויבן בזה הלשון:

— רבותי ויהי היום, און עס איז געקומען דער טאָג, ווען דער כּבֿיכול האָט באַשלאָסן אַז צווישן זײַנע זיבעציק שפּראַכן זאָל זיך אויך אַרומוואַלגערן ייִדיש. מהיכא־תּיתי, זאָל זײַן אַזוי. זאָגט ר׳ אלישע בן אבויה, אַז דאָס יהדות הענגט אויף אַ האָר בײַ אים צוליב דעם נעסטעלע וואָס אַ פֿייגעלע האָט פֿאַרלאָזט. טענהט אָבער ר׳ עזריה בר יוחי, אַז ס׳הענגט אַלץ אין תּורת משה מיט דער גמרא און מיט דער מישנה, מיט ששה סדרים און די ששת ימי בראשית צוזאַמען מיט ר׳ יונה פֿערולקעס פֿון לאָדזש, וואָס האָט אײַנגעשטעלט אַ נײַע סדרה, אַז ס׳איז אָסור און נישט כּשר צו עסן שלימאַקעס. מײַן אויספֿיר דערבײַ איז אַזאַ: ייִדיש איז שוין אַן אַסטאַ־לאַוויסטאַ, דאָס מיינט, אַז ווען משה רבינו האָט דערזען אין דער וויסטעניש דעם ברענענדיקן דאָרן און דערהערט אַ קול, האָט מען אים איבערגעגעבן: "משה! געדענק דעם יציאת־מצרים, ס׳איז אַ נס מן השמים, און שלאָג נישט דעם שטיין ווען דו וועסט וועלן מים".

מאַגדאַלענאַ יעווטושענקאָ, אַ יונגע און סימפּאַטישע פּאָליאַטשקע, וואָס האָט געלערנט ייִדיש אין בערדיטשעווער אוניווערסיטעט און איצט אַרבעט זי אויף איר דאָקטאָראַט אין האַרוואַרדער אוניווערסיטעט, האָט ממש צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿונעם עולם, וואָס האָט ביז אַהער גאָרנישט פֿאַרשטאַנען. זי האָט אָנגענומען דעם שטענדער מיט ביידע הענט, ווי מען נעמט אָן אַ וואָגן מיט ציבעלעס, און זי האָט דערלאַנגט סחורה:

— זייער געערטער עולם! עס איז פֿאַר מיר אַ גרויסער כּבֿוד דאָ צו שטיין פֿאַר אײַך און רעדן וועגן אַ שפּראַך וואָס איז מיר זייער נאָענט צום האַרצן. און כאָטש מײַן משפּחה אין וואַרשע האָט געיום־טובֿט ראש־השנה און יום־כּיפּור, און געווען משׂמח מיט ניטל און מיט פּאַסכאַ, און איך טראָג אַ מגן־דוד, וויל איך אײַך צו וויסן טאָן ווי אויסדערוויילט איך בין און ווי מזלדיק איך בין. מײַן ערשטע סטיפּענדיע האָט מיר דערלאַנגט ראָנאַלד לאַודער. בין איך געקומען אַהער און זיך געלערנט ייִדיש און אויסגעלערנט זיך גוט. אַפֿילו די ייִדישע סטודענטן האָבן נישט געקאָנט מיט מיר מיטהאַלטן. הײַנט בין איך אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע און טראַדיציע אין בערקלי אוניווערסיטעט, וואָס באַהאַנדלט מיך מיט זײַדענע הענטשקעלעך. בין איך זייער דאַנקבאַר דער ייִדישער וועלט, וואָס האָט מיך געשטעלט אויף די פֿיס.

גרישאַ ווינער האָט דערלאַנגט סחורה. ער איז אַ פּראָפֿעסאָר וועגן ייִדיש אין "יונײַטעד ניישאָנס גראַדזשועט סקול אָוו פּעדאַגאָדזשע" אין אָשקאָש, וווּ עס לערנען זיך בײַ אים טוצן סטודענטן. ער קאָן זיך ממש קיין עצה נישט געבן מיט דער צאָל. אַלע רײַסן זיך צו זײַן בײַ אים אין קלאַס. און אָט וואָס ער האָט געהאַט צו זאָגן:

— איר ווייסט כאָטש ווי אַזוי איך אָנהאַלט אַזאַ גרויסע צאָל סטודענטן אין מײַנע קלאַסן? וועל איך אײַך פֿון דעסטוועגן צומאָל דערויף דערווײַזן. איך פּראַזנעווע מיט זיי אַלע ייִדישע חגים. מיר מאַכן טשאָלנט אויף שבת, און לאַטקעס חנוכּה־צײַט. המן־טאַשן באַקט מען זאַ פּורים און מיר עסן געפֿילטע פֿיש מיט מצה אויפֿן פּראַזניק (יום־טובֿ) פּסח. שבֿועות עסן מיר בלינצעס מיט קעז און יום־כּיפּור פֿאַסט מען. וואָס אײַך זאָל איך זאָגן, די קלאַסן ברעכן זיך. אַלע בײַ מיר ווילן געניסן. דער דעקאַן האָט מיך אַמאָל געפֿרעגט: פֿון וועלכן פּאָגראָם האַלט איך, ווײַל אַזוי פֿיל ווילן אַלע לערנען וועגן ייִדיש?" האָב געענטפֿערט איך אים, עס איז זייער אַ געשמאַקער קורס.

דאָ וועל איך זיך אָפּשטעלן, ווײַל עס סטײַעט מיר נישט קיין אָרט צו ציטירן אַלע אַנדערע קינסטלער און פּראָפֿעסאָרן. דער עיקר, וויל איך מאַכן אַ סך־הכּל פֿון דער קאָנפֿערענץ. ליבע פֿרײַנד, דער צוזאַמענפֿאָר איז אַריבער מיט גרויס דערפֿאָלג. מען האָט אַרומגערעדט גאָרנישט, דערקלערט גאָרנישט, און באַשלאָסן גאָרנישט. דער עיקר איז, מען איז זיך איבערגעפֿאָרן און אײַנגעשטאַנען אין האָטעלן, געגעסן און געטרונקען פֿון שענסטן און פֿון בעסטן אויפֿן חשבון הגבֿיר, מ׳שטיינס געזאָגט, אויפֿן חשבון פֿון ייִדיש. אַלע האָבן זיך משׂמח געווען, געמוטלט און באַרעדט. אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם גרויסן צעלייגער פֿונעם זשורנאַל "אַסטאַ־לאַוויסטאַ ייִדיש" און אויספּלאַנירעוועט וווּ מ׳וועט זיך טרעפֿן איבעראַיאָר. ווי האָט מעל ברוקס אַמאָל געזאָגט: "ס׳איז גוט צו זײַן גאָט!" ס׳איז גוט זיך צו פֿאַרנעמען מיט ייִדיש. אויב ס׳איז נישט "אַסטאַ־לאַוויסטאַ", איז עס כאָטש "אַסטאַ־מאַניאַנאַ".