גרשון זאַלצמאַן (לינקס), דער פֿירער פֿונעם סקי״ף־קעמפּ, אין 1928. מאיר ראַק שטייט לינקס פֿונעם אַרײַנגאַנג, אָן אַ העמד |
Credit: Eda Rak |
"אויפֿמערקזאַם! אויפֿמערקזאַם!"
מיט דעם וואָרט פֿלעג זיך אָנהייבן יעדע מעלדונג, וואָס האָט זיך געטראָגן פֿונעם הילכער אינעם זומער־לאַגער "קעמפּ המשך". אין אייראָפּע האָבן די ייִדיש־רעדער מסתּמא גיכער געניצט דאָס וואָרט "אַכטונג!", אָבער ס׳איז פֿאַרשטענדלעך פֿאַר וואָס אין "המשך" האָט מען דאָס וואָרט אויסגעמיטן. בײַ די גרינדער פֿון קעמפּ, וואָס אַלע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן, האָט "אַכטונג!" אפֿשר צו פֿיל דערמאָנט אין די באַפֿעלן פֿון די נאַצי־וועכטער.
"קעמפּ המשך", אַ ייִדישער סאָציאַליסטישער קינדער־לאַגער, וואָס האָט עקזיסטירט במשך פֿון די זעכציקער און זיבעציקער יאָרן אין די קעטסקיל־בערג אין ניו־יאָרק, איז געווען אַ זעלטנקייט. הגם עס זענען אין יענע יאָרן געווען אַנדערע זומער־לאַגערן אין אַמעריקע, וווּ מע האָט אַרויסגעבראַכט די ייִדישע שפּראַך, ווי "בויבעריק", "קינדער־רינג", און "קינדער־לאַנד", זענען די קינדער אין יענע קעמפּס געווען, בדרך־כּלל, פֿונעם צווייטן אָדער דריטן דור; אָט די סבֿיבֿה האָט דאָרט במילא געהאַט אַן אַמעריקאַנער כאַראַקטער. אין פֿאַרגלײַך, זענען די קעמפּער און אויפֿפּאַסער אין "המשך", די ערשטע צען יאָר, כּמעט אַלע געווען די קינדער פֿון דער שארית־הפּליטה, האָט דער לאַגער דערפֿאַר, געהאַט, כאָטש טעאָרעטיש, אַ מער אייראָפּעיִשן טעם.
דער ערשטער רוף צו שאַפֿן דעם קעמפּ איז געקומען פֿון מאיר ראַק, אַ געטרײַער בונדיסט, וועלכער האָט געאַרבעט אין דער באַקליידונג־אינדוסטריע, און איז שפּעטער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער אינעם "פֿאָרווערטס". אין בערך 1957 האָט ראַק אָנגעשריבן אַ בריוו צו זײַנע פֿרײַנד, בונדיסטן און ייִדישיסטן, דערקלערנדיק: "ס׳איז שוין צײַט, אַז אונדזערע קינדער זאָלן האָבן אַן אייגנאַרטיקע סבֿיבֿה פֿון דער ייִדיש־וועלט". טאַקע ער האָט פֿאָרגעלייגט דעם נאָמען "המשך", טענהנדיק, אַז דער לאַגער דאַרף זײַן אַ המשך פֿון די בונדישע קינדער־אינסטיטוציעס אין פּוילן פֿאַר דער מלחמה: סקי״ף (דער סאָציאַליסטישער קינדער פֿאַרבאַנד) און די מעדעם־סאַנאַטאָריע — אַ הייל־אַנשטאַלט אין וואַרשע פֿאַר טובערקולאָז־קראַנקע ייִדישע קינדער. דאָרטן האָבן ס׳רובֿ פֿון די אָרעמע קינדער צום ערשטן מאָל פֿאַרזוכט דעם טעם פֿון שפּילן זיך אויף דער פֿרישער לופֿט. זיי האָבן געאַרבעט אין גאָרטן, אויפֿגעפּאַסט אויף חיהלעך און בינען, זיך באַטייליקט אין ספּאָרט און געזאַנג, און זיך אונטערגענומען דורכצופֿירן געזאַלשאַפֿטלעכע פֿליכטן ווי, למשל, צוהעלפֿן די קינדער פֿון שטרײַקנדיקע קוילן־גרעבער.
"קעמפּ המשך" אין האָנטער, נ״י |
Credit: George Rothe |
ראַקס פֿאָרלייג האָט אַרויסגערופֿן אַ טיפֿן אינטערעס בײַ די בונדיסטן, ס׳רובֿ פֿון זיי — אײַנוווינער פֿון די "אַמאַלגעמייטעד"־הײַזער אין בראָנקס, נ״י. הגם, ווי אימיגראַנטן, האָבן זיי קיין גרויסע פֿאָנדן נישט געהאַט, האָט יעדער צוגעגעבן $500 פֿון דער אייגענער קעשענע; דער נײַ־געשאַפֿענער קעמפּ־קאָמיטעט האָט געפֿונען אַן אָרט (אַ האָטעל אין ליבערטי, נ״י) און אין 1959 איז דער "קעמפּ המשך" געבוירן געוואָרן, אונטער דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם אַמאָליקן סקי״ף־פֿירער גרשון זאַלצמאַן, און זײַן פֿרוי, מנוחה.
ס׳איז נישט קלאָר פֿאַר וואָס די זאַלצמאַנס האָבן מער ווי צוויי זומערן נישט אָנגעהאַלטן, און ס׳איז נישטאָ וועמען צו פֿרעגן, ווײַל אַלע דעמאָלטיקע מיטגלידער פֿונעם קעמפּ־קאָמיטעט זענען שוין ניפֿטר געוואָרן. (דער איינציקער פֿאַרבליבענער, שלמה קרישטאָל, איז נישט געוואָרן קיין מיטגליד ביז שפּעטער.) געוויסע "המשכיסטן" פֿון יענע יאָרן, מיינען, אַז די זאַלצמאַנס זענען געווען צו אַלט פֿאַר אַזאַ אַרבעט, אָבער אידאַ ראַק, מאיר ראַקס טאָכטער, וועלכע איז געווען אין "המשך" די ערשטע פֿיר זומערן, האָט דערציילט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די זאַלצמאַנס האָבן פּשוט נישט פֿאַרשטאַנען די אַמעריקאַנער יוגנט.
"חבֿר זאַלצמאַן איז נאָך געווען מײַן טאַטנס סקי״ף־פֿירער," האָט אידאַ דערקלערט. "הייסט עס, ער און זײַן פֿרוי זענען נישט געווען אַפֿילו פֿון אונדזער טאַטע־מאַמעס דור נאָר פֿונעם באָבע־זיידנס דור." דער בלויז צווישן די דורות איז געווען צו גרויס, און די קינדער האָבן אים פּשוט נישט ליב געהאַט. איין מאָל איז זאַלצמאַן על־פּי־טעות צוגעקומען צו נאָענט צו אַ טכויר ("סקאָנק,") און ווען די קעמפּער האָבן באַמערקט ווי דער ריח גייט אים, נעבעך, נאָך, האָבן זיי זיך געשטעלט פֿון דער ווײַטן און אויף אַ קול חוזק געמאַכט. "כאָטש איך האָב פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס די קינדער האָבן אים נישט ליב, האָט עס מיך וויי געטאָן צו זען ווי מע לאַכט אָפּ פֿון אים," האָט אידאַ באַמערקט.
די אויפֿפּאַסער שטעלן פֿאָר אַ פּיעסע אויף ייִדיש. אויף דער בינע הענגט די אויפֿשריפֿט: "לאָמיר טראָגן דעם גײַסט וואָס מע האָט אונדז פֿאַרטרויט" |
Credit: Charles R Slucki |
אַ זומער שפּעטער איז שוין געווען אַ גאָר אַנדערער דירעקטאָר — אַן אַמעריקאַנער, בערני קאַפּלאַן. "ער איז אָבער געווען פּונקט דאָס פֿאַרקערטע פֿון די זאַלצמאַנס — צו אַמעריקאַנסקי, און צו שטרענג..." האָט אידאַ געזאָגט. דערצו האָט ער קיין ייִדיש נישט געקענט.
די גרינדער האָבן געפֿילט זייער שטאַרק, אַז "קעמפּ המשך" מוז שטימען מיט די פּרינציפּן פֿונעם "בונד": אַ וועלטלעכע ייִדישע סבֿיבֿה, וווּ מע קעמפֿט פֿאַר די רעכט פֿון די אומבאַהאָלפֿענע; וואָס גלייבט אין "דאָיִקייט" — דאָס אײַנבירגערן זיך אינעם לאַנד וווּ מע וווינט — איבערן ציוניזם; און וואָס שטיצט ייִדיש ווי אַ נאַציאָנאַלע שפּראַך.
די המשכיסטן זינגען אין כאָר, טראָגנדיק המשך־לײַבלעך און די האַלדז־טיכלעך, וואָס די סקי״פֿיסטן פֿלעגן טראָגן אין מיזרח־אייראָפּע |
Credit: Etta Baurhenn |
שטעלט זיך די פֿראַגע, איז דער עקספּערימענט, "המשך", מצליח געווען? פֿון איין זײַט, קען מען זאָגן, אַז יאָ. די אויפֿפּאַסער פֿלעגן טאַקע "צונויפֿגיסן" זייער טרינקגעלט, און עס צעטיילן גלײַך — אַ בולטער אויסדרוק פֿונעם סאָציאַליסטישן פּרינציפּ. אַ צאָל "המשכיסטן" האַלטן, אַז די ווערטן וואָס זיי האָבן זיך געלערנט אין "המשך", זענען געבליבן מיט זיי עד־היום. ווידע סעמעל, וועלכע איז געווען אין לאַגער אין די 1970ער, דערציילט, וואָס פֿאַר אַ רושם עס האָט געמאַכט אויף איר די המשכיאַדע (וואָס מע רופֿט אין אַנדערע לאַגערן — color war). יעדע מאַנשאַפֿט האָט געקראָגן פּונקטן דווקא פֿאַר אַרויסווײַזן חבֿרשאַפֿט, אַנשטאָט קאָנקורענץ. "ביזן הײַנטיקן טאָג דערמאָנט עס מיר, אַז מע דאַרף זיך פֿירן לײַטיש," האָט זי געזאָגט. עס האָט איר אויך אימפּאָנירט, ווען מע האָט פֿאַרבעטן אַ פֿאָרשטייער פֿונעם יוניאָן פֿון די טרויבן־קלײַבער, צו דערקלערן, פֿאַר וואָס מע דאַרף זיך סאָלידאַריזירן מיט די אַרבעטער, ווי אויך די רירנדיקע "געטאָ־נאַכט", וואָס מע האָט אָפּגעמערקט יעדן זומער. "כ׳האָב אומגעדולדיק געוואַרט ביז איך וועל זײַן גענוג אַלט צו שטיין אויף דער וואַך בײַם געטאָ־דענקמאָל," האָט זי געזאָגט.
די בונדיסטן האָבן אויך געהאָפֿט צו שאַפֿן אַ ייִדישן זומער־לאַגער, וווּ דער ציוניזם שפּילט בכלל נישט קיין ראָלע (אַ שווערער ציל, ווען דער אַלגעמיינער ייִדישער ציבור אין אַמעריקע האָט זיך געהאַלטן אַזוי ציוניסטיש), און דאָס איז זיי טאַקע געלונגען. אַחוץ דעם, וואָס מע האָט צוויי מאָל בײַ דער אָלימפּיאַדע אויסגעקליבן ישׂראל פֿאַר איינער פֿון די מאַנשאַפֿטן, האָט מען בדרך־כּלל נישט דערמאָנט ישׂראל אָדער ציוניזם.
"קעמפּ המשך" אין האָנטער, נ״י |
Credit: Miriam Kowarski |
פֿון צײַט צו צײַט האָט זיך בײַ געוויסע "המשכיסטן" אַרײַנגעכאַפּט אַ בפֿירושע אַנטיפּאַטיע צום ציוניזם. דזשאָרדזש ראָט, וועלכער איז געווען אין "המשך" במשך פֿון 11 יאָר, האָט דערציילט וועגן איין מיידל, וואָס האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין "המשך" און איז שפּעטער אַריבער אין "הבונים", דער זומער־לאַגער פֿון די לינקע פּועלי־ציון. ביידע לאַגערן פֿלעגן זיך באַטייליקן אין דעבאַטעס און ספּאָרט-פֿאַרמעסטן. איין מאָל, ווען "הבונים" האָט געזאָלט קומען שפּילן קעגן "המשך", האָט מען זיך דערוווּסט, אַז די געוועזענע "המשכיסטקע" וועט זיך אויך באַטייליקן. ווי אַ פּראָטעסט, האָט אַ גרופּע עלטערע קעמפּער פֿאַרברענט אַ שטרויענע ליאַלקע פֿון איר.
נאָרמאַן סאַס, וואָס ביידע זײַנע עלטערן זענען געווען אינעם קעמפּ־קאָמיטעט, האָט אָבער דערקלערט, אַז דער אַנטי־ציוניזם פֿונעם "בונד" איז געווען זייער אַנדערש ווי די אַנטי־ציוניסטישע שׂינאה פֿון די אַראַבער אָדער די נטורי־קרתּא. "די בונדיסטן און ייִדישיסטן וואָלטן מסתּמא געווען מער פּאָזיטיוו־געשטימט צו ישׂראל, ווען דאָס לאַנד וואָלט געווען אַ צוויי־שפּראַכיקע ציוניסטישע מדינה, אַזוי ווי קאַנאַדע אָדער בעלגיע. די נישט־ציוניסטישע ייִדן האָבן געהאַט פֿאַראיבל, וואָס די ציוניסטן פּרעטענדירן צו רעדן אין נאָמען פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק, און וואָס זיי האָבן ׳באַשלאָסן׳, וואָס די אָפֿיציעלע ייִדישע שפּראַך דאַרף זײַן."
אויפֿן נײַעם אָרט אין מאַונטענדייל, וווּ ס׳רובֿ קינדער זענען נישט געקומען פֿונעם "אַמאַלגעמייטעד", נאָר פֿון לאָנג־אײַלענד |
Credit: Nancy Denker |
דער פּרוּוו אײַנצופֿלאַנצן אַ סאָציאַליסטישע קינדער־באַוועגונג אין אַמעריקע, זאָגט סאַס, איז אויסגעקומען שווער, ווײַל "המשך" איז געגרינדעט געוואָרן נאָך דעם ווי דער אַמעריקאַנער אינטערעס צו סאָציאַליזם איז שוין פֿאַרבײַ. "אין תּוך, איז דער סאָציאַליזם אונטערגעגאַנגען בעת דעם ׳ניו דיל׳ (רוזוועלטס סאָציאַלע פּראָגראַמען צו העלפֿן די נויט־באַדערפֿטיקע, דורכגעפֿירט אין די 1930ער), ווײַל דעמאָלט האָט די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי פֿאַקטיש אײַנגעגלידערט די פּרינציפּן פֿונעם דעמאָקראַטישן סאָציאַליזם."
וואָס שייך דעם ענין ייִדיש, איז אויך געווען שווער. די קינדער פֿון די בונדיסטן זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַ לאַנד, וווּ מע האָט גערעדט בלויז איין שפּראַך — ענגליש, אין אַ צײַט, ווען דער סטאַטוס פֿון אַ מינאָריטעט־שפּראַך איז געווען אַ נידעריקער. אין פֿאַרגלײַך מיט די עלטערן וואָס האָבן געוואָלט אײַנפֿירן אַ ייִדיש־רעדנדיק ווינקעלע אַזוי ווי אין די סקי״ף־לאַגערן פֿאַרן חורבן, האָבן די קינדער געשטרעבט צו זײַן פּונקט אַזוי אַמעריקאַניש ווי זייערע מיט־תּלמידים אין "פּאָבליק־סקול". האָבן זיי צווישן זיך גערעדט בלויז ענגליש.
"דאָס איינציקע מאָל וואָס מיר האָבן גערעדט ייִדיש, איז געווען ווען מיר, אויפֿפּאַסער, פֿלעגן כאַפּן אַ ׳טרעמפּ׳ בעת אונזער פֿרײַען טאָג, און האָבן נישט געוואָלט, אַז דער שאָפֿער זאָל אונדז פֿאַרשטיין," האָט סאַס געזאָגט. און דזשאָרדזש ראָט געדענקט, אַז זײַן אויפֿפּאַסער עליע פּאַלעווסקי (אַ זון פֿונעם ווילנער פּאַרטיזאַנער, שמעון פּאַלעווסקי), פֿלעג הייסן די קעמפּער איין מאָל אַ וואָך רעדן בלויז ייִדיש בײַם טיש.
די מאָזאַיִק פֿון אַ געטאָ־קעמפֿער, געשאַפֿן פֿונעם באַקאַנטן אַרכיטעקט, דניאל ליבעסקינד, בעת ער איז געווען אין "קעמפּ המשך" |
Credit: Nancy Denker |
הייסט עס, אַז כאָטש די ערשטע קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס האָבן טאַקע געקענט ייִדיש (ווער מער, ווער ווייניקער), האָט מען בדרך־כּלל געהערט ווייניק ייִדיש אין קעמפּ, אַחוץ די בונדישע לידער, וואָס מע האָט זיי אויסגעלערנט. אַפֿילו די פּיעסע, וואָס מע פֿלעג פֿאָרשטעלן פֿאַר די עלטערן אינעם באַזוך־טאָג, איז געווען אויף ענגליש. (איין יאָר, למשל, האָט מען פֿאָרגעשטעלט די בראָדוויי־מיוזיקל Once Upon a Mattress.)
און דערנאָך איז אַן איראָנישע זאַך געשען, האָט דערציילט משה רוס, אַ געוועזענער קולטור־דירעקטאָר. נאָך דעם ווי דער לאַגער האָט זיך איבערגעצויגן קיין מאַונטענדייל אין 1969, און ס׳רובֿ פֿון די קעמפּערס און אויפֿפּאַסערס זענען שוין מער נישט געווען פֿון ייִדיש־רעדנדיקע היימען אין דער "אַמאַלגעמייטעד", נאָר גיכער פֿון אַמעריקאַנער משפּחות אין לאָנג־אײַלענד, האָט מען דווקא דעמאָלט אָנגעהויבן אײַנצופֿירן אַלץ מער ייִדיש אין קעמפּ. "צום גרעסטן טייל איז דאָס געווען אַ דאַנק [דעם דירעקטאָר] מיכל באַראַן און [דעם מוזיק־דירעקטאָר] זלמן מלאָטעק," האָט רוס באַמערקט. יעדן זומער האָט מען אויסגעלערנט די קעמפּערס צענדליקער ייִדישע לידער; די קעמפּערס און אויפֿפּאַסער האָבן פֿאָרגעשטעלט פּיעסעס פֿון שלום־עליכמען, גאָלדפֿאַדענען און אַנדערע — אויף ייִדיש, און אַלע מעלדונגען, סײַ בײַ דער טאָג־טעגלעכער חבֿרשאַפֿט־פֿאַרזאַמלונג, סײַ אויפֿן הילכער, זענען געווען צוויי־שפּראַכיק.
"בײַם ערשטן דור המשכיסטן, איז כּמעט יעדער געווען אַ קינד פֿון דער שארית־הפּליטה, און געקענט ייִדיש, און דערפֿאַר האָבן מיר עס נישט געמוזט באַטאָנען," האָט רוס געזאָגט. "אָבער ווען מיר האָבן דערזען, אַז דער נײַער דור האָט בכלל נישט קיין שײַכות מיט ייִדיש אָדער מיטן בונד, האָבן מיר פֿאַרשטאַנען, אַז מיר וועלן מוזן אַרבעטן אַ סך שווערער."
זינט "קעמפּ המשך" האָט געשלאָסן אירע רויט־און־ווײַסע טויערן אין 1978, זענען שוין פֿאָרגעקומען צוויי גרויסע ווידערטרעפֿן. הײַיאָר האָט מען אויף דער סאָציאַלער אינטערנעץ־מיטל, "פֿייסבוק", אויפֿגעשטעלט אַ "קעמפּ המשך"־זײַט, וווּ עס האָבן זיך שוין פֿאַרשריבן איבער 100 "המשכיסטן". יעדן טאָג קומען צו נאָך פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די המשך־יאָרן (מע האַלט שוין בײַ די 515), וואָס רופֿן אַרויס פֿאַרשידענע קאָמענטאַרן און זכרונות בײַ די באַטייליקטע. מע האָט שוין אויך אָנגעהויבן קאָאָרדינירן אַ דריטן ווידערטרעף.
די גרינדער פֿון "קעמפּ המשך" האָבן אַמאָל געהאַט אַ חלום איבערצופֿלאַנצן די וועלט פֿון זייער יוגנט דאָ אין אַמעריקע. הײַנט קאָנען די "המשכיסטן" אַליין אַרומשמועסן די פֿראַגע: צי האָט זיך עס זיי אײַנגעגעבן? אַזוי צי אַזוי, זאָגן אַ סך פֿון די געוועזענע קעמפּער און אויפֿפּאַסער, אַז זייערע יאָרן אין "המשך" זענען געווען פֿון זייערע גליקלעכסטע. אויב די גרינדער געפֿינען זיך הײַנט אויפֿן עולם־האמת, מעגן זיי זיך זיכער גרייסן דערמיט...