װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די אַספּיראַנטקע פֿון "בערקלי"־אוניווערסיטעט, זוהר ווײַנמאַן־קעלמאַן, שפּרודלט מיט פּלענער פֿאַרן מאָרגן פֿון ייִדיש; אַ מחיה צו פֿאַרברענגען מיט איר און זיך צוהערן צו איר התפּעלות פֿאַר מאַמע־לשון און פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און וויסנשאַפֿט.

זי איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין ירושלים, און האָט שטודירט ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור אינעם דאָרטיקן "העברעיִשן אוניווערסיטעט". מיט פֿינעף יאָר צוריק איז זי געקומען קיין קאַליפֿאָרניע צו שטודירן פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור אין "בערקלי", מיטן טראָפּ אויף דער ייִדישער ליטעראַטור.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מע קען ניט זאָגן, אַז מיר זײַנען זייער רײַך מיט פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע צײַטונגען בכלל און פֿון די ניו-יאָרקער צײַטונגען בפֿרט. אָבער יעדע נײַע פֿאָרשונג ציטירט, בדרך-כּלל, די פֿאָרש-אַרבעט, וואָס איז אַרויס מיט 85 יאָר צוריק אין ניו-יאָרק. די רייד גייט וועגן אַן אינטערעסאַנט און נוצלעך בוך, וואָס איז אין גאַנצן געווידמעט דער טעמע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע — The Yiddish Press: An Americanizing Agency.

דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך
דניאל טשאַרני

דניאל טשאַרני (1888—1959) ווערט איצט זעלטן דערמאָנט, סײַדן די רייד גייט וועגן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. ווי אַ דיכטער, האָט ער ניט געהערט צו די "גרויסע" מײַסטערס פֿונעם ייִדישן וואָרט. זײַן בײַטראָג איז געווען, דער עיקר, אַ זשורנאַליסטישער און אַ מעמואַריסטישער. זײַנע ניט-פּאָעטישע ביכער — "משפּחה-כראָניק", "באַרג-אַרויף", "די וועלט איז קײַלעכדיק", "אַ יאָרצענדליק אַזאַ" און אַנדערע — דערציילן אַ סך וועגן דער ייִדישער סבֿיבֿה, אין וועלכער טשאַרני איז געבוירן געוואָרן, אַרײַן אין די פֿעדערן און געווען טעטיק.

ייִדיש־וועלט, קולטור

די ייִדישע קינדער־זשורנאַלן, פֿאַרבונדן מיט די וועלטלעכע שולן, פֿאַרמאָגן אוצרות — אָריגינעלע שאַפֿונגען, סײַ פּראָזע, סײַ פּאָעזיע, ווי אויך קינדער־שפּילן, קאַריקאַטורן, און רעטענישן. די פֿרי־פֿאַרשטאָרבענע פֿאָרשערין נעמי פּראַווער־כּדר האָט נישט לאַנג צוריק פֿאַרענדיקט איר דיסערטאַציע אויף דער טעמע, און צו אירע שלושים, ווידמען מיר די זײַט דער דאָזיקער טעמע.

ש. ניגער האָט געשריבן, אַז בײַם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט איז "אויף ייִדיש ניט געווען וואָס צו לייענען פֿאַר קינדער, און נאָך ערגער איז, וואָס עס איז נישט געווען ווער עס זאָל לייענען.

שטעטלעך, ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
דער שאָצער רבי, ר׳ אַבֿרהם־חיים מאָסקאָוויץ (רעכטס), מיט זײַן ברודער און פּלימעניק. לינקס: די רביצין, אַלטע־שיינדל

במשך פֿון די לעצטע צוויי יאָר האָט מען לכּבֿוד דעם 100סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער ייִדישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אַרומגערעדט, דורך לעקציעס, ביכער און פֿילם, דעם כאַראַקטער פֿון דער שטאָט טשערנאָוויץ צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.

אָבער וועגן איין אַספּעקט הערט מען כּמעט גאָרנישט: דאָס לעבן פֿון די פֿרומע ייִדן אין טשערנאָוויץ. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל אין יענער תּקופֿה האָבן אין דער שטאָט זיך געפֿונען נישט ווייניקער ווי פֿינף חסידישע רביס, האָט איבערגעגעבן הרבֿ מאיר מאָסקאָוויץ,

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
כאַצקל גייער

ער, כאַצקל, איז געווען איינער פֿון דער אַמאָליקער קאָהאָרטע ליטוואַקעס, געבוירענע אַרום אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס האָבן געהאַט דאָס גליק אויסצולעבן זייער קינדהייט אין דער ייִדישער ווילנע, זיך צו לערנען אין ייִדיש־וועלטלעכע שולן און דערשפּירן די איבערגעגעבנקייט פֿון די לערער צו זייער פֿאַך (ניין, צו זייער זעלטענער שליחות!) — דערציִען ווערדיקע מענטשן.

יעדערער פֿון אונדז, די אַמאָליקע שילער זייערע, וואָס זײַנען געבליבן לעבן נאָכן חורבן און זיך צעשאָטן איבער גאָר דער וועלט, זוכן איינע די אַנדערע און זײַנען גליקלעך, ווען זיי דערזעען נאָך אַ באַקאַנט פּנים. די גרויסע וועלט איז אַ דאַנק עראָפּלאַנען, טעלעפֿאָנען, קאָמפּיוטערס געוואָרן אַ קליין און צוטריטלעך.

ביאָגראַפֿיעס, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 90סטן יאָרצײַט

וועגן ש. אַנ־סקי, דער פּען־נאָמען פֿון שלמה־זײַנוול ראַפּאַפּאָרט, האָבן מיר געשריבן עטלעכע מאָל; איין מאָל וועגן זײַן 60סטן יאָרצײַט און דער ייִוואָ־אויסשטעלונג, געווידמעט צו אים. די אויסשטעלונג מיט קאַטאַלאָגן אין ייִדיש און ענגליש האָב איך דעמאָלט צוגעגרייט, אונטער דער השגחה פֿון מאַרעק וועב, דעם דעמאָלטיקן הויפּט פֿון ייִוואָ־אַרכיוו. די אויסשטעלונג האָט געוויזן אינטערעסאַנטע בריוו פֿון אַנ־סקין, וואָס האָבן זיך אויפֿגעהיט אין ייִוואָ, צו זײַן יוגנט־חבֿר ד״ר חיים זשיטלאָווסקין, צו ש. ניגער און צו י. ל. פּרץ און אַנדערע דאָקומענטן וועגן זײַן לעבן און שאַפֿונג.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַב. קאַהאַן און מאַקס ווײַנרײַך, סעפּטעמבער 1932

די לייענער פֿון מײַנע נאָטיצן מכּוח דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן שוין געקענט באַמערקן די "שוואַכקייט", וואָס איך האָב צו דער טעמע פֿון מאַקס ווײַנרײַכס באַציִונגען מיט דער צײַטונג און מיט איר רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן. ס׳איז טאַקע אַזוי: איך האַלט, אַז דער דאָזיקער ענין איז אינטערעסאַנט אין פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. קודם-כּל, דורך די באַציִונגען פֿון ווײַנרײַכן און קאַהאַנען קען מען בעסער פֿאַרשטיין, וועלכע מענטשן זײַנען זיי געווען — דער גרעסטער ייִדישער שפּראַכקענער און דער גרעסטער ייִדישער רעדאַקטאָר.

ייִדיש־וועלט, טעאַטער
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Aaron Zeitlin. Poems of the Holocaust and Poems of Faith.
Edited and Translated by Morris M. Faierstein.

New York: Universe, 2007.

אַהרן צייטלין פֿאַרנעמט אַ באַזונדער אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע. איינער פֿון די סאַמע פֿילזײַטיקע און פּראָדוקטיווע דיכטער, איז ער אַזוי ווי אַרויסגעפֿאַלן פֿונעם ייִדישן ליטעראַרישן קאַנאָן און בלײַבט כּמעט ניט באַקאַנט, מחוץ די ד׳ אַמות פֿון די מומחים און ליבהאָבער פֿון פּויליש־ייִדישער ליטעראַטור.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק האָב איך געשריבן וועגן דעם ממש טריִומפֿאַלן קבלת-פּנים, וואָס מע האָט דערלאַנגט שלום אַשן מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, ווען ער איז צום ערשטן מאָל געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ צענטראַלע ראָלע אין אויפֿנעמען דעם שרײַבער האָט געשפּילט דער "פֿאָרווערטס". קיין חידוש ניט, אַז צוריק, קיין אייראָפּע, איז אַש געקומען אַ באַגײַסטערטער, פֿול מיט דאַנקבאַרקייט צו זײַנע אַמעריקאַנער גאַסטגעבער.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די זשורי האָט געפּסקנט, און מע קען, אין אַ מזלדיקער שעה, ווײַטער האָפֿן אויף גוטע נײַעס: דער פּסק־דין איז — יאָ, ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט. וועגן דעם זענען מסכּים געווען די אָנטיילנעמער פֿון אַ פּאַנעל — דעם ווינטער אויף דער טעמע — בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון דער "מאָדערנער שפּראַך־אַסאָציאַציע", די גרעסטע פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע פֿון הומאַניסטיק־וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע. אַן עמערירטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם "ניו-יאָרקער קאָלעדזש פֿון טעכנאָלאָגיע", אסתּר לייסאָרעק גודמאַן, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ אין פֿילאַדעלפֿיע, און פֿאַרבעטן די חשובֿע געלערנטע.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די שלושים צום זכר פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם פֿאָריקן פֿרײַטיק אין "צוותּא"־זאַל, תּל־אָבֿיבֿ, קאָן אין אַ געוויסער מאָס באַטראַכט ווערן ווי אַ תּיקון צו זײַן לוויה. דווקא פֿאַרקערט ווי אויף דער לוויה, וווּ ס׳איז נישט געווען קיין סימן אַפֿילו פֿון אַ היגער מלוכישער פֿאָרשטייערשאַפֿט, וואָס זאָל אָפּגעבן כּבֿוד דעם אָנדענק פֿון גרויסן פּאָעט — אויסער פֿון פֿרעמדע רעגירונגס־פֿאָרשטייער — האָבן זײַנע איבערגעגעבענע פֿאַרערעס און משפּחה־מיטגלידער, מיט אַ חודש צוריק באַגלייט דעם דיכטער אין זײַן לעצטן וועג.