ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט צוויי וואָכן צוריק האָב איך געשריבן וועגן דעם ממש טריִומפֿאַלן קבלת-פּנים, וואָס מע האָט דערלאַנגט שלום אַשן מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, ווען ער איז צום ערשטן מאָל געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַ צענטראַלע ראָלע אין אויפֿנעמען דעם שרײַבער האָט געשפּילט דער "פֿאָרווערטס". קיין חידוש ניט, אַז צוריק, קיין אייראָפּע, איז אַש געקומען אַ באַגײַסטערטער, פֿול מיט דאַנקבאַרקייט צו זײַנע אַמעריקאַנער גאַסטגעבער.

דעם 20סטן און 21סטן אָקטאָבער האָט דער "פֿרײַנד", די ערשטע אין רוסלאַנד טעגלעכע ייִדישע צײַטונג, פֿאַרעפֿנטלעכט אַשס אַרטיקל "אַברהם קאַהאַן", וואָס האָט גלאָריפֿיצירט דעם רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס". אַש-קאַהאַנס באַציִונגען וועלן זײַן גאָר אַנדערע אין דרײַ יאָרצענדליק אַרום, אַזוי' אַז די דאַטירונג — 1940ער יאָרן — פֿונעם פֿאָטאָ צו מײַן אַרטיקל "שלום אַש אין ניו-יאָרק אין 1910" איז, אַ פּנים, ניט קיין ריכטיקע, ווײַל זינט 1939 וואָלטן אַש און קאַהאַן שוין אין איין צימער ניט פֿאַרבליבן. אָבער אין 1910 איז דאָס לעבן געווען ווי אַ לעקעך, און אַש האָט ניט געזשאַלעוועט קיין קאָמפּלימענטן פֿאַרן ניו-יאָרקער רעדאַקטאָר. צווישן די כאַראַקטעריסטישע שטריכן פֿון קאַהאַנען האָט אַש אויסגעטיילט זײַן תּמיד שטאַרקן אינטערעס צו רוסלאַנד. איך, וואָס לייען די צײַטונג-נומערן פֿאַר פֿאַרשיידענע יאָרן, זע עס זייער קלאָר: רוסלאַנד און שפּעטער, דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, זײַנען טאָג-אײַן טאָג-אויס געווען אַ — און אָפֿט מאָל — די צענטראַלע טעמע.

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָבן די הויפּט-אַרטיקלען וועגן רוסלאַנד געשריבן צוויי מחברים: מ. אָלגין (זען מײַן אַרטיקל געדרוקט פֿאַראַכטטאָגן) און א. ליטווין (שמואל הורוויץ, 1862—1943). ליטווינס בילדער פֿון ייִדישן לעבן, אַ סך פֿון וועלכע ער האָט שפּעטער צונויפֿגעקליבן אין זײַנע זעקס בענד "ייִדישע נשמות" (ניו-יאָרק, 1916—1917), העלפֿן אונדז הײַנט, פֿון אַ גרויסער צײַט-דיסטאַנץ, צו פֿאַרשטיין בעסער דעם מצבֿ אין יענע יאָרן. ליטווין איז אָפֿט אַרומגעפֿאָרן און געטאַפּט דעם דפֿק פֿון פֿאַרשיידענע קרײַזן. דאָ וויל איך זיך אָפּשטעלן אויף זײַן אַרטיקל "ייִדיש, ייִדיש, ייִדיש: דער קורס פֿון מאַמע-לשון הייבט זיך אין רוסלאַנד", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 2טן יולי 1910.

דאָס יאָר 1910 האָט מיך שוין לאַנג "פּאַרכּישופֿט" ווי דער מאָמענט, ווען ייִדיש האָט צום ערשטן מאָל צוגעצויגן צו זיך באמת ברייטע אינטעלעקטועלע כּוחות. ליטווין איז געווען איינער פֿון די מיטצײַטלער, וואָס האָבן עס באַמערקט און באַשריבן: "דאָס איז ניט קיין ייִדישע רעוואָלוציע. נאָר אַ רעוואָלוציע פֿון ייִדיש. אַז איר ווילט, קענט איר דאָס אָנרופֿן: ׳דער טריִומף פֿון ייִדיש׳ און אויך די טראַגעדיע פֿון ייִדיש. ביידע זאַכן זײַנען ריכטיק."

אַגבֿ (דאָס טענה איך, ניט ליטווין), ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז אַשס טריִומף אין ניו-יאָרק דאַרף מען באַטראַכטן אין קאָנטעקסט פֿון דעם אַלגעמיינעם "טריִומף". לאָמיר ניט פֿאַרגעסן, אַז אין דער זעלבער צײַט, טאַקע אין יאָר 1910, באַווײַזט זיך אין ניו-יאָרק די ערשטע ייִדיש-שול. ליטווין באַמערקט דערווײַל אין רוסלאַנד, אַז פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך "איז נאָענט די צײַט, ווען איר אָרט וועט זײַן ניט בלויז אין קיך און אין שטעטל, נאָר אין סאַמע אויבנאָן: אין זאַל, אין קאַבינעט, און אַפֿילו אין טעאַטער און אין שפּאַציר-גאָרטן". ייִדיש "קעמפֿט בײַ אונדז מיט גרויס דערפֿאָלג פֿאַר בירגער-רעכט און האָט פֿאַר די לעצטע פּאָר יאָר אַ סך אויסגעקעמפֿט". און ער שרײַבט ווײַטער:

דער אונטערשייד צווישן דער לאַגע פֿון מאַמע-לשון מיט צוויי יאָר צוריק און איצט באַשטייט אין דעם, וואָס דאַן האָט עס געהייסן "זשאַרגאָן" און מ׳איז צו אים, אין בעסטן אופֿן, געווען טאָלעראַנט. אַ שטייגער, ווי אַ ליבעראַל באַציט זיך צו אַ קינד, וואָס איז געבוירן אָן חופּה און קידושן. ס׳הייסט: טאַקע ניט געזעצלעך, אָבער דאָך אַ מענטש, וואָס איז עס נעבעך שולדיק. די באַציִונג איז געווען אַ "נעבעך-רחמנותדיקע". הײַנט, אָבער, איז, ערשטנס, אויס זשאַרגאָן! "ייִדיש" הייסט עס — מוטער-שפּראַך. צווייטנס — איז אַראָפּ דער "נעבעך", דער "רחמנות". מאַמע-לשון האָט באַקומען "בירגער-רעכט".

... בײַ אַ באַגעגעניש מיט געוויסע בונדיסטישע אינטעליגענטן פֿלעגט אויסקומען מיט זיי צו רעדן רוסיש. אָדער איינער האָט גערעדט ייִדיש און דער אַנדערע רוסיש. דאָס לעצטע יאָר ווערט ביסלעכווײַז געפֿירט דער געשפּרעך אויף ייִדיש פֿון ביידע צדדים. דערבײַ קומט פֿאָר אַ קאָמישע עוואָלוציע. צום אָנהייב פֿלעגן מײַנע באַקאַנטע בונדיסטישע אינטעליגענטן ענטפֿערן ייִדיש מיט אַזאַ מין שרעקלעכער אָנשטרענגונג, ווי אַ קינד וואָס האָט נאָר וואָס אָנגעהויבן צו רעדן. יעצט באַמערק איך אויף אייניקע פֿון זיי זאָגאַר [אַפֿילו] אַ מין צופֿרידנקייט — אַ שטייגער, ווי אַ קינד, וואָס האָט זיך שוין צוגעוווינט צום גיין, פּרוּווט אַ לויף טאָן און איז צופֿרידן, וואָס אים איז צוגעקומען אַ נײַ געווער אין לעבנסקאַמף, אַ פּאָר פֿיס...

נאָך מער איבערגעראַשט האָט מיך די עוואָלוציע אין ייִדיש בײַ דער פּעטערבורגער אינטעליגענץ, ווען איך בין מיט עטלעכע וואָכן צוריק געווען אין רוסלאַנדס הויפּטשטאָט. די רעכטע טוער אין דער "ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט", און אין דער "בילדונגס-געזעלשאַפֿט" ("חבֿרה מפֿיצי-השׂכּלה"), דיפּלאָמירטע אינטעליגענטן, האָבן מיט מיר גערעדט מאַמע-לשון, ניט קרימענדיק זיך, נאַטירלעך און — איך וואָלט געזאָגט — אַפֿילו מיט אַ געוויסער הנאה.

דאָס איז דער "טריִומף". וואָס זשע איז דעמאָלט געווען, לויט ליטווינען, דער טראַגישער חלק פֿון דער אַנטוויקלונג? בעת די אינטעליגענץ האָט זיך אַ צי געטאָן צו ייִדיש, איז דער סטאַטוס פֿון דער שפּראַך ניט אויסגעוואַקסן אין די אויגן פֿון די ברייטע מאַסן. ייִדן האָבן גערעדט, דער עיקר, ייִדיש, אָבער גלײַכצײַטיק האָבן זיי זיך געצויגן צו אַנדערע לשונות, בתוכם צו העברעיִש. ליטווין האָט, אין תּוך אַרײַן, אַנגעטאַפּט דעם פּאַראַדאָקס: אַ גרויסער טייל פֿון דער אינטעליגענץ האָט זיך אָפּגערופֿן אויף די באַדערפֿענישן פֿון די ייִדיש-רעדנדיקע מאַסן, אָבער די מאַסן אַליין האָבן זיך מיט גלײַכגילט, צי אַפֿילו מיט ביטול, באַצויגן צו זייער אייגענער שפּראַך און געוואָלט זיך וואָס גיכער אויספֿײַנען, בפֿרט לינגוויסטיש.