- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די זשורי האָט געפּסקנט, און מע קען, אין אַ מזלדיקער שעה, ווײַטער האָפֿן אויף גוטע נײַעס: דער פּסק־דין איז — יאָ, ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט. וועגן דעם זענען מסכּים געווען די אָנטיילנעמער פֿון אַ פּאַנעל — דעם ווינטער אויף דער טעמע — בײַ דער קאָנפֿערענץ פֿון דער "מאָדערנער שפּראַך־אַסאָציאַציע", די גרעסטע פּראָפֿעסיאָנעלע אָרגאַניזאַציע פֿון הומאַניסטיק־וויסנשאַפֿטלער אין אַמעריקע. אַן עמערירטע פּראָפֿעסאָרין פֿונעם "ניו-יאָרקער קאָלעדזש פֿון טעכנאָלאָגיע", אסתּר לייסאָרעק גודמאַן, האָט געפֿירט דעם פֿאָרזיץ אין פֿילאַדעלפֿיע, און פֿאַרבעטן די חשובֿע געלערנטע. אייניקע פֿון זיי, ווי דזשאָרדין פֿינק, זענען געקומען אַזש פֿון ענגלאַנד, וווּ ער איז אַ לערער פֿון העברעיִש אין אָקספֿאָרד. די "אַמעריקאַנער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־פּראָפֿעסאָרן" האָט צונויפֿגעשטעלט די אונטערנעמונג. ד״ר מאַרק קאַפּלאַן, פֿון "דזשאָן האָפּקינס־אוניווערסיטעט", האָט דער ערשטער גערעדט און באַטאָנט, אַז מע מוז אונטערשיידן צווישן ייִדיש — די שפּראַך, און ייִדיש — די קולטור. אין פֿאַרגלײַך מיט אַנדערע ייִדישע שפּראַכן, איז דער מצבֿ פֿון דער ייִדישער שפּראַך אַ גאַנץ געזונטער. לויט דער סטאַטיסטיק וואָס ער האָט געקענט פֿאָרשן, זענען הײַנט פֿאַראַן 600,000 ביז 750,000 ייִדיש־רעדערס איבער דער וועלט, און אין אַ פֿערטל יאָרהונדערט וועט די צאָל וואַקסן! "ייִדיש, ווי אַ גערעדטע שפּראַך, בלײַבט פֿעסט, כּל־זמן די חסידים זענען דאָ", האָט ער געזאָגט. אָבער די ייִדישע קולטור, די טעמע וואָס ער פֿאָרשט, איז אין סכּנה פֿון פֿאַרשווינדן צו ווערן. קאַפּלאַן האָט דערציילט, אַז די וועלטלעכע ייִדישיסטן, ווי ער, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קליינע גרופּע. "עס וועט פֿאַר אײַך זײַן אַ חידוש, אָבער די חסידים האָבן נישט קיין אינטערעס צו אַזוינע טעמעס ווי ׳מין און סובווערסיווקייט אין דער פּורים־שפּיל׳, אָדער ׳די בילדערישע סימבאָליק פֿון מאַרק שאַגאַל׳" — האָט ער געזאָגט איראָניש. "די חסידים ווילן גיכער לעבן אין אַ קהילה, אין וועלכער דאָס גערעדטע ייִדיש באַהיט זיי פֿון דער דרויסנדיקער וועלט, און באַשיצט זיי פֿון דרויסנדיקע השפּעות ווי די ענגלישע שפּראַך, אָדער בנוגע די חסידים אין ישׂראל, דער מאָדערנער העברעיִשער שפּראַך." לויט קאַפּלאַנען האָבן זײַנע מיטצײַטלער און די ייִנגערע דורות אין אַמעריקע בלויז אַ שוואַכע השׂגה, אַז "די וועלטלעכע ייִדישע קולטור האָט בײַגעשטײַערט עפּעס וויכטיקס צו דער מאָדערנער ייִדישער געשיכטע און, אַז די בעלעטריסטישע ליטעראַטור, טעאַטער, לידער, פּאָלעמיק און וויסנשאַפֿט זענען געשאַפֿן געוואָרן אין ייִדיש אויף אַ הויכער מדרגה במשך פֿון אַ יאָרהונדערט. כאָטש ער האָט שוועריקייטן צוצוציִען סטודענטן צו זײַנע ייִדישע שפּראַך־קורסן, סײַ ביז־גראַדויִר, סײַ גראַדויִר־סטודענטן, ווערט עס לײַכטער פֿון יאָר צו יאָר, און זײַנע "ליטעראַטור אין איבערזעצונג"־קלאַסן זענען פּאָפּולער. ער האָפֿט, אַז די סטודענטן וואָס ווײַזן אַרויס אַן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור, וועלן זיך לערנען די שפּראַך. אַן אַנדער פּאַנעליסט האָט גערעדט מכּוח דעם לערנען די שפּראַך מיט אירע סטודענטן. "איך בין אַ לערערין פֿון ייִדיש און יעדן טאָג האָב איך צו טאָן מיטן מאָרגן פֿון ייִדיש און צו שאַפֿן נײַע ייִדיש־רעדערס", האָט איבערגעגעבן איוו יאַכנאָוויץ, אויך באַקאַנט ווי אַ פֿאָרשערין פֿון ייִדישע מאכלים. זי האָט באַטאָנט, אַז דער מעמד פֿון לערנען די שפּראַך דאַרף פֿאַרשטאַרקט ווערן סײַ אין די אוניווערסיטעטן, סײַ מחוץ זיי, אַניט וועלן די ייִדישע ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָרן אויך לײַדן און נישט קענען געפֿינען קיין סטודענטן. זי האָט גיכער געוואָלט רעדן וועגן דעם הײַנט פֿון ייִדיש, ווי וועגן דעם מאָרגן פֿון דער שפּראַך. פּראָפֿ׳ שמואל־לייזער וואָליץ, פֿונעם טעקסאַסער אוניווערסיטעט אין אָסטין, האָט אויך געזאָגט, אַז ער זאָרגט זיך נישט וועגן דער צוקונפֿט פֿון דער שפּראַך, נאָר וועגן דעם הײַנט. וואָליץ האָט צעטיילט ייִדיש־שטודיעס אויף פֿינף "שולן". אין דער "ישׂראלדיקער" שול, וואָס פּראָפֿ׳ בנימין הרשבֿ, פֿון יעיל־אוניווערסיטעט, און דן מירון, פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, רעפּרעזענטירן, האָט מען גרויס דרך־ארץ פֿאַר די אויפֿטוען פֿון ייִדיש אינעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט, אָבער מע באַטראַכט ייִדיש, ווי אַ טייל פֿון דער העברעיִשער קולטור, מיט איר דרײַ־טויזנט־יאָריקער ירושה. פֿון דער "ישׂראלדיקער, ציוניסטישער" פּערספּעקטיוו, האָבן די אויפֿטוען פֿון ייִדיש נאָר געקענט אויפֿקומען, אַ דאַנק דער העברעיִשער טראַדיציע. די "אַמעריקאַנער שול" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מישלינג-צוגאַנג, אין וועלכן מע באַטראַכט ייִדיש, ווי אַן "אינטערקולטורעלער פֿענאָמען" — "אַזוי ווי ייִדיש האָט געהאַט אַזוי פֿיל צענטערס, ווי קיִעוו, וואַרשע און ניו־יאָרק, שטעלט מען דעם טראָפּ אויף די השפּעות פֿון די אַנדערע קולטורן אויף ייִדיש; כּדי צו פֿאַרשטיין די השפּעה, דאַרף מען אויך קענען די אַנדערע שפּראַכן". די דריטע שול קוקט אויף ייִדיש ווי אומאָפּהענגיק, באַזונדער, איינציק — ווי אויף אַ גאַנצקייט. די פֿערטע שול, די "אייראָפּעיִשע שול", צעטיילט וואָליץ אויף צוויי. די "אייראָפּעיִש־ייִדישע שול" איז איבערגעגעבן אויפֿצוהאַלטן ייִדיש און צו פֿאַרהיטן די לעבעדיקייט פֿונעם גלות. די "גוייִש־אייראָפּעיִשע שול" וועט טאַקע זײַן די צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, שפּראַך און קולטור האָט וואָליץ געזאָגט. אין דײַטשלאַנד שטיצן ייִדיש די אוניווערסיטעטן און די רעגירונג. אין דער צוקונפֿט וועט דײַטשלאַנד ווערן דער צענטער פֿון ייִדיש־שטודיעס, אָבער אין דער שול וועט ייִדיש זײַן אַ טייל פֿון דײַטשע שטודיעס. אין פּוילן, וווּ ייִדיש ווערט געשטיצט פֿון דער רעגירונג, ווערט דער טראָפּ געשטעלט אויף פּוילן ווי דאָס אָרט, וואָס האָט דערמעגלעכט די צעבליִונג פֿון דער דאָרטיקער ייִדישער קולטור. אויך אין אוקראַיִנע, הייבט מען אָן שרײַבן גוטע ווערטער וועגן ייִדיש, נאָך דעם ווי די ייִדן זענען שוין דאָרט מער נישטאָ. די פֿינפֿטע שול אין דער קלאַסיפֿיקאַציע פֿון ד״ר וואָליץ איז די "סובאַלטערן"־שול, וואָס אַנטוויקלט זיך איצט אין די אוניווערסיטעטן. אין דער שול באַטראַכט מען ייִדיש ווי אַ מינאָריטעטן־קולטור אינעם קאָנטעקסט פֿון אַ גרעסערער קולטור. פּראָפֿ׳ קאַפּלאַן האָט צוגעגעבן נאָך אַ שול מיט אַ שמייכל — "די פֿרום־ווערן־שול"; ייִדישיסטן, וואָס קענען גוט די מאָדערנע ליטעראַרישע טעאָריעס, אָבער געבן זיך גיכער אָפּ מיטן לערנען די אַלטע טראַדיציעס און מינהגים פֿון דער פֿרומער וועלט, וואָס זיי גלידערן אײַן אין זייער טאָג־טעגלעכן לעבן. דאָס איז ווי אַ קאָנטראַסט צו די דורות ייִדישיסטן פֿאַרן חורבן, וואָס זענען אויפֿגעוואַקסן פֿרום, אָבער, מיט דער צײַט, געוואָרן ווייניקער רעליגיעז. דעם געדאַנק פֿון אַן "עכט ייִדיש" און אַן "עכטער ייִדישער קולטור" האָט מען אויך אַרומגערעדט. איוו יאַכנאָוויץ האָט באַטאָנט, אַז נישט נאָר די געבוירענע ייִדיש־רעדערס דאַרף מען באַטראַכטן ווי עכט. "עס זענען פֿאַראַן פֿאַרשיידענע מינים עכטקייטן. אַפֿילו וואָס מיר טוען איצט איז אויך עכט", האָט זי געזאָגט, און צוגעגעבן, אַז די קולטור פֿון פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט אויך שאַפֿעריש איבערגעמאַכט מאַטעריאַלן פֿון פֿריִער. ווען מע האָט געשטעלט פֿראַגעס, האָט פּראָפֿ' קאַטרין העלערשטיין אונטערגעשטראָכן, אַז מע דאַרף שטיצן ייִדיש אין די אוניווערסיטעטן און דאָרט שאַפֿן מער פּאָזיציעס פֿאַר ייִדיש. פּראָפֿ׳ קען פֿרידען האָט באַמערקט: "מע זעט אין דער דיסקוסיע אַ שפּאַלט, צווישן די וואָס האַלטן, אַז די צוקונפֿט פֿון ייִדיש וועט זײַן אין די אוניווערסיטען, און די וואָס האַלטן, אַז די צוקונפֿט איז אין דער טאָג־טעגלעכער גערעדטער שפּראַך". קאַפּלאַן האָט פֿאַרענדיקט די סעסיע מיטן געדאַנק, אַז די געלערנטע האָבן נישט ליב מסכּים צו זײַן איינער מיטן אַנדערן. "די צוקונפֿט פֿון ייִדיש וועט שרײַבן איר אייגענע געשיכטע". פֿון גדליה עשׂו שאַפּיראָ, ניו־יאָרק profesorn redn vegn dem morgn fun yidishSubmitted by emlgoodman on Tue, 2010-03-23 01:43.
Khvil nor bamerkn az der gelernter fun Oksford vus iz dermont inem 1shtn paragraf iz Dr. Jordan Finkin, nit Fink. Er iz der "Cowley Lecturer in Post-Biblical Hebrew" inem Hebrew and Jewish Studies opteyl funem Oksforder Oriental Institute, un er hot geret vegn dem opgelostn matzev fun yidish in di universitetn in farglaykh mir hebreyish, un s'iz geven tsu zayne bamerkungen vus Prof. Hellerstein (Univ. of Penn) un Prof. Frieden (Syracuse Univ.) hobn tsugegebn zayre komentarn. Note that the scholar from Oxford mentioned in the first paragraph is Dr. Jordan Finkin (not Fink), the Cowley Lecturer in Post-Biblical Hebrew (Hebrew and Jewish Studies, Oriental Institute). He spoke of the universities' neglect of Yiddish compared to Hebrew, and it was to his remarks that Prof. Kathryn Hellerstein (Penn) and Prof. Ken Frieden (Syracuse) responded during the question period at the conclusion of the Roundtable. |