ייִדיש־וועלט

מע קען ניט זאָגן, אַז מיר זײַנען זייער רײַך מיט פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע צײַטונגען בכלל און פֿון די ניו-יאָרקער צײַטונגען בפֿרט. אָבער יעדע נײַע פֿאָרשונג ציטירט, בדרך-כּלל, די פֿאָרש-אַרבעט, וואָס איז אַרויס מיט 85 יאָר צוריק אין ניו-יאָרק. די רייד גייט וועגן אַן אינטערעסאַנט און נוצלעך בוך, וואָס איז אין גאַנצן געווידמעט דער טעמע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע — The Yiddish Press: An Americanizing Agency.

דער מחבר פֿון דער פֿאָרשונג איז געווען מרדכי סאָלטעס (1893—1957), אַ געלערנטער און אַ באַקאַנטער ייִדישער בילדונגס-טוער. אַ געבוירענער אין עסטרײַך-אונגאַרן, הײַנט מערבֿ-אוקראַיִנע, איז סאָלטעס געווען זעקס יאָר אַלט, ווען מע האָט אים געבראַכט אויף דער זײַט פֿונעם אַטלאַנטיק, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין 1915 האָט ער פֿאַרענדיקט דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט, און אין 1923 האָט ער פֿאַרטיידיקט זײַן דאָקטאָר-דיסערטאַציע אין דעם קאָלאָמביע-אוניווערסיטעט.

לויט דעם טיטל פֿון סאָלטעסעס בוך פֿאַרשטייט מען גלײַך די אידעאָלאָגישע פּאָזיציע פֿון דעם מחבר, דהײַנו: צו ווײַזן, אַז די ייִדישע פּרעסע דינט ווי "אַן אַמעריקאַניזירנדיקע אַגענץ". די דאָזיקע אידעע — וואָס גיכער "אויסגרינען זיך" — איז געווען זייער אין דער מאָדע. צו רעדן וועגן אַמעריקאַניזאַציע איז געווען באַזונדערס וויכטיק פֿאַר אַ ניו-יאָרקער ייִדישן בילדונגס-טוער.

מע קען ניט זאָגן, אַז דאָס בוך איז טאַקע בלויז וועגן אָט דער אַמעריקאַניזירנדיקער אייגנאַרטיקייט פֿון ייִדישע צײַטונגען (סײַדן אין אַזעלכע ערטער, וווּ די רייד גייט, למשל, וועגן די לימודים פֿון ענגליש, וועלכע דער "פֿאָרווערטס" האָט געדרוקט פֿאַר זײַנע לייענער). אין דער אמתן, איז סאָלטעסעס "די אַמעריקאַנער ייִדישע פּרעסע" כּולל אַן אינטערעסאַנטן מאַטעריאַל וועגן דער געשיכטע און מצבֿ פֿון דער ניו-יאָרקער ייִדישער צײַטונג-אינדוסטריע.

אין די פֿריִע 1920ער יאָרן, דאָס הייסט, פּונקט אין דער צײַט, ווען סאָלטעס האָט געשריבן זײַן בוך, האָט ניו-יאָרק געהאַט פֿינף טאָג־צײַטונגען אויף ייִדיש. פֿיר פֿון זיי פֿלעגן אַרויסגיין נאָך מיטאָג — די שוין באַיאָרטע "טאַגעבלאַט" (די ערשטע ייִדישע טאָג־צײַטונג, אַרויס זינט 1885), דער דעמאָלט סאָציאַליסטישער "פֿאָרווערטס", דער ליבעראַל-ציוניסטישער "טאָג", און די קאָמוניסטישע "פֿרײַהייט". די איינציקע פֿרימאָרגנדיקע צײַטונג איז אין יענע יאָרן געווען דער פֿרומעוואַטער און ציוניסטישער "מאָרגן-זשורנאַל".

וואָס שייך דער צאָל קאָפּיעס, איז אין יאָר 1923 געווען אַזוי: דער "פֿאָרווערטס", דעמאָלט די גרעסטע צווישן אַלע ניט-ענגלישע אַמעריקאַנער צײַטונגען, האָט זיך פֿאַרשפּרייט אין מער פֿון 153 טויזנט קאָפּיעס, דער "מאָרגן-זשורנאַל" האָט געהאַט בערך אַ העלפֿט פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-טיראַזש, און די איבעריקע דרײַ צײַטונגען האָבן פֿאַרקויפֿט צווישן 50 און 70 טויזנט קאָפּיעס. בסך-הכּל, האָבן די פֿינף ניו-יאָרקער ייִדישע צײַטונגען געדרוקט אַרום 400 טויזנט קאָפּיעס אַ טאָג.

מרדכי סאָלטעס האָט געפּרוּווט צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע: ווער און ווי אַזוי האָט געלייענט די דאָזיקע צײַטונגען? זײַנע אויספֿרעגן האָבן געוויזן, אַז צווישן די לייענער זײַנען געווען ניט ווייניק הי-געבילדעטע מענטשן, וועלכע האָבן גוט געקענט ענגליש. צו דער ייִדישער פּרעסע האָט זיי (אַרײַנגערעכנט אין אייניקע פֿאַלן אויך אַמעריקאַנער-געבוירענע ייִדן) אָפֿט מאָל געצויגן דער פֿאַרלאַנג צו געפֿינען אינפֿאָרמאַציע וועגן די געשעענישן אויף דער ייִדישער גאַס. אין דער ענגליש-שפּראַכיקער פּרעסע האָבן זיי עס ניט געקענט איבערלייענען.

דער "פּראָסטער" ייִדישער לייענער האָט געהאַט אַ סך גרעסערע קולטור-באַדערפֿענישן, איידער דער דורכשניטלעכער ענגליש-רעדנדיקער לייענער פֿון דער זעלבער סאָציאַלער קאַטעגאָריע. פֿאַרבונדן איז עס, לכל-הפּחות טיילווײַז, מיט דעם, וואָס אַ היפּש ביסל שנײַדערס און אַנדערע אַרבעטער זײַנען געווען פֿון באַלעבאַטישע משפּחות. אין דער "אַלטער היים" וואָלטן זיי, אפֿשר, זיך געשעמט צו גיין אַרבעטן אין אַ סוועטשאַפּ, אָבער אין אַמעריקע איז אַזאַ סאָציאַלע איבערשיכטונג געווען זייער פֿאַרשפּרייט. האָבן די נעכטיקע יחסנים געהאָרעוועט ווי פּראָסטע אַרבעטער. אָבער אין זייער פֿרײַער צײַט, האָבן זיי ליב געהאַט צו לייענען קלוגע זאַכן.

סאָלטעס האָט געפּרוּווט אויך אויסצוגעפֿינען, וויפֿל מענטשן האָבן געלייענט איין קאָפּיע פֿון אַ ייִדישער צײַטונג. זײַנע אויספֿרעגן האָבן געוויזן, אַז פֿאַר אַן אָפּשאַצונג פֿון דער אַלגעמיינער צאָל לייענער וואָלט געווען ריכטיק צוגעבן צום טיראַזש נאָך 75 פּראָצענט. דאָס הייסט, אַז אַ צײַטונג מיט אַ טיראַזש פֿון 100 טויזנט האָבן געהאַלטן אין די הענט 175 טויזנט לייענער.

אַ גרויסן טייל פֿאַרנעמט אין דער פֿאָרשונג דעם מחברס אַנאַליז פֿון אַן אָנדערטהאַלבן טויזנט עדיטאָריאַלע אַרטיקלען, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין די ניו-יאָרקער ייִדישע צײַטונגען. אַ צאָל כאַראַקטעריסטישע עדיטאָריאַלן קען מען איבערלייענען אין אַן ענגלישער איבערזעצונג, געמאַכט פֿון דעם מחבר. סאָלטעס האָט באַמערקט, אַ שטייגער, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט אין זײַנע עדיטאָריעלע אַרטיקלען ווייניקער פֿון די איבעריקע אויסגאַבעס (צו דער קאָמוניסטישער "פֿרײַהייט" האָט סאָלטעס זיך ניט צוגערירט) זיך אינטערעסירט מיט ספּעציפֿיש ייִדישע טעמעס. דער "פֿאָרווערטס" האָט זיך אין יענער תּקופֿה אויך אויסגעטיילט מיט זײַן שוואַכן אינטערעס צו די געשעענישן אין ארץ-ישׂראל.

אַ הײַנטיקער פֿאָרשער וואָלט אַזאַ אַרבעט געמאַכט, אַ פּנים, אַנדערש. אָבער דאָס הייסט ניט, אַז די אַרבעט איז פֿאַר די 85 יאָר פֿאַרעלטערט געוואָרן. קאַטאַלאָגן פֿון ביבליאָטעקן ווײַזן, אַז סאָלטעסעס בוך האָט מען צוויי מאָל איבערגעדרוקט. דאָס לעצטע מאָל — אין 1969. אַ סימן, אַז ס׳האָט ניט פֿאַרלוירן זײַן אַקטועלקייט אויך אין די שפּעטערדיקע יאָרן.