ייִדיש־וועלט
אַב. קאַהאַן און מאַקס ווײַנרײַך, סעפּטעמבער 1932
אַב. קאַהאַן און מאַקס ווײַנרײַך, סעפּטעמבער 1932
Forward Association

די לייענער פֿון מײַנע נאָטיצן מכּוח דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס" האָבן שוין געקענט באַמערקן די "שוואַכקייט", וואָס איך האָב צו דער טעמע פֿון מאַקס ווײַנרײַכס באַציִונגען מיט דער צײַטונג און מיט איר רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן. ס׳איז טאַקע אַזוי: איך האַלט, אַז דער דאָזיקער ענין איז אינטערעסאַנט אין פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. קודם-כּל, דורך די באַציִונגען פֿון ווײַנרײַכן און קאַהאַנען קען מען בעסער פֿאַרשטיין, וועלכע מענטשן זײַנען זיי געווען — דער גרעסטער ייִדישער שפּראַכקענער און דער גרעסטער ייִדישער רעדאַקטאָר.

איך מוז אויך מגלה זײַן אַ סוד: ווײַנרײַכס מוסטער איז וויכטיק פֿאַר מיר פּערזענלעך. דאָס הייסט ניט, פֿאַרשטייט זיך, אַז איך שטעל זיך אויף ווײַנרײַכס ניוואָ. אַזאַ חוצפּה האָב איך ניט. דאָך וואַרעמט מיך דער געדאַנק, אַז ס׳איז פֿון דעסטוועגן ניט קיין שאָדן צו קאָמבינירן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען מיט זשורנאַליזם. בפֿרט, דערמאָן איך זיך וועגן דעם ווען איך דערלאָז אַ פֿאַרדריסלעכן טעות אין אַ זשורנאַליסטישן טעקסט. טעותים אין ווײַנרײַכס "פֿאָרווערטס"-אַרטיקלען לינדערן אַ ביסל דעם פֿאַרדראָס.

ס׳איז קלאָר, אַז ווײַנרײַך און קאַהאַן, לחלוטין פֿאַרשיידענע מענטשן, האָבן סימפּאַטיזירט איינער דעם אַנדערן. אַנדערש וואָלט דאָך זייער מיטאַרבעט ניט געדויערט אַזוי לאַנג — קאַרגע דרײַ יאָרצענדליק. דרך-ארץ האָט, בלי-ספֿק, געשאַפֿן דעם גרעסטן קאָמפּאָנענט אין זייער סימפּאַטישער צווישן-באַציִונג. פֿאַר קאַהאַנען איז ווײַנרײַך געווען אוניקאַל ווי אַ קענער, אַ געלערנטער, און דערצו אַ טאַלאַנטירטער זשורנאַליסט. ווײַנרײַך, וואָס האָט אין זײַן יוגנט רעדאַקטירט אַ פּאָר צײַטונגען, האָט, אַ פּנים, געקענט פֿאַרשטיין, וואָס פֿאַר אַ שווערן וואָגן עס האָט געשלעפּט דער רעדאַקטאָר פֿונעם "פֿאָרווערטס".

ווײַנרײַכס אַרטיקל "ווילנע האָט לאַנג געדענקט קאַהאַנס באַזוך באַלד נאָך דער פּאָגראָם-צײַט אין 1919" (ווײַטער ברענג איך אויסצוגן פֿונעם אַרטיקל) איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם 7טן יולי 1942, ווען דער "פֿאָרווערטס" איז אַרויס מיט אַ באַזונדערער בײַלאַגע, געווידמעט קאַהאַנען. אויף אַזאַ אופֿן האָט מען אָפּגעמערקט דעם 60סטן יוביליי פֿון קאַהאַנס אָנקומען קיין אַמעריקע. ווײַנרײַכס זכרונות דערקלערן אונדז, ווי אַזוי די צוויי מענטשן האָבן זיך באַקענט, ווען קאַהאַן האָט באַזוכט ווילנע צום ערשטן מאָל נאָך זײַן עמיגראַציע. אין יענע טעג האָט קאַהאַן זיך באַפֿרײַנדט מיט אַ צאָל ווילנער תּושבֿים. צווישן זיי איז געווען דער לעגענדאַרער דאָקטער און געזעלשאַפֿטלעכער טוער צמח שאַבאַד, וועלכער וועט אין פֿיר יאָר אַרום ווערן ווײַנרײַכס שווער און אַ ביסל שפּעטער, שפּילן אַ צענטראַלע ראָלע אין שאַפֿן דעם אינסטיטוט, וואָס איז באַוווּסט געוואָרן ווי "ייִוואָ".

* * *

זומער 1919 איז דאָס געווען — סוף יוני אָדער אָנהייב יולי — ווען איך האָב דאָס ערשטע מאָל דערזען אַב. קאַהאַנען.

איך ווייס ניט צי איז דעמאָלט געווען אין ווילנע כאָטש אַ מנין ייִדן, וואָס האָבן ווען עס איז געהאַט געזען אַ נומער "פֿאָרווערטס". שפּעטער איז דאָס געוואָרן אַנדערש. יאָרנלאַנג האָט מען אַפֿילו פֿאַרקויפֿט דעם "פֿאָרווערטס" מיט דער זונטיק-בײַלאַגע אין ווילנע אויף די גאַסן. אָבער ניט אין 1919. איך אַליין האָב שוין דעמאָלט אַ צײַט געשריבן אין צײַטונגען, אָבער דעם "פֿאָרווערטס" איז מיר קיין מאָל ניט אויסגעקומען צו זען: אין צאַרישן רוסלאַנד פֿלעגט מען אים ניט אַרײַנלאָזן, און אין דער מלחמה איז מען דאָך אַוודאי געווען אָפּגעשניטן פֿון אַמעריקע. וועגן אַב. קאַהאַנען האָבן מיר געוווּסט, אַז ער איז שוין אַ דערוואַקסענער אַוועק פֿון רוסלאַנד, און אַ סך צענדליקער יאָרן זײַנען שוין פֿון דעמאָלט אַוועק — ער מוז שוין זײַן אַן אַלטער מאַן.

דער ערשטער אײַנדרוק פֿון אויג איז טאַקע געווען אַזאַ: אַ גרויער קאָפּ, מסתּמא שוין אַ זעכציקער. אָבער מיר האָבן באַלד דערזען, אַז ער איז ייִנגער פֿון אַ סך יונגע.

ערשטנס, האָט ער אַלץ געוואָלט וויסן. פֿון 1882, ווען ער איז אַוועק פֿון רוסלאַנד, זײַנען אַוועקגעגאַנגען איבער זעקס-און-דרײַסיק יאָר. פֿאַר דער צײַט איז געוואָרן גאָר אַן אַנדער וועלט. מען טוט זיך אָן אַנדערש, מען וווינט אַנדערש, מען רעדט אַנדערש. ניט געווען די קלייניקייט וואָס זאָל קאַהאַנען ניט געווען פֿאַראינטערעסירן. מען קען זאָגן פֿאַרקערט: קלייניקייטן האָבן אים אינטערעסירט מער ווי אַלץ, ווײַל ער איז שוין געווען דערגאַנגען דעם סוד, אַז די וועלט שטעלט זיך צונויף פֿון לויטער קלייניקייטן. "זעט נאָר, איר גייט אָנגעטאָן פּונקט ווי מען גייט אין אַמעריקע! אין מײַן צײַט האָט מען זיך דאָ געקליידט גאָר אויף אַן אַנדער שטייגער." "ווי האָט איר געזאָגט: ׳געשעעניש׳? אויך אַ גוט וואָרט. מיר זאָגן ׳פּאַסירונג׳." כּסדר האָט ער געהאַלטן אָפֿן די אויגן און די אויערן. אַזוי ווי ער וואָלט מורא האָבן עפּעס דורכצולאָזן.

צווייטנס, איז ער געווען ענערגיש און רירעוודיק, אַזוי ווי ער וואָלט ניט געוווּסט וואָס מידקייט איז. נאָר ער איז אומגעגאַנגען, פֿאַנאַנדערגעפֿרעגט זיך, אײַנגעקוקט זיך. גאַנץ פֿרי פֿלעגט ער זיך אויפֿהייבן און אַוועקגיין איינער אַליין איבער דער שטאָט. דער זכּרון פֿאַר אַלץ וואָס איז געווען פֿאַרבונדן מיט זײַן ווילנער פּעריאָד האָט אויפֿגעהיט אַלע איינצלהייטן מערקווירדיק פֿריש.

מיט דר. צמח שאַבאַד פֿלעגט קאַהאַן אָפּזיצן אָוונטן און זיך דורכשמועסן וועגן דער אַלטער ווילנע. באַגעגנט האָבן זיך די צוויי "אָפֿיציעל": דר. שאַבאַד איז געווען דער פֿאָרזיצער פֿון דער ווילנער קהילה, וווּ ס׳איז געווען קאָנצענטרירט דאָס גאַנצע ייִדישע געזעלשאַפֿטלעכע לעבן, און ס׳איז ניט מער ווי נאַטירלעך, אַז צו אים איז קאַהאַן געקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן אַלץ וואָס עס טוט זיך אין ווילנע און וואָס עס האָט זיך אָפּגעטאָן אין די יאָרן פֿון דער מלחמה און בײַם פּוילישן אַרײַנמאַרשירן אין שטאָט. אָבער באַלד זײַנען פֿון די אָפֿיציעלע באַציִונגען געוואָרן פֿרײַנדשאַפֿטלעכע. שאַבאַד איז געווען מיט עטלעכע יאָר ייִנגער. ווען קאַהאַן האָט שטודירט אין ווילנער לערער-אינסטיטוט, איז נאָך שאַבאַד געגאַנגען אין רעאַל-שול. אָבער עס האָט זיך אויסגעלאָזן, אַז זיי האָבן געהאַט אַ סך שותּפֿישע באַקאַנטע. מיט שאַבאַדס אַן עלטערער שוועסטער איז קאַהאַן געווען באַקאַנט אין זײַנע יונגע יאָרן. און די טעמע פֿון דער אַלטער ווילנע איז נאָך געווען ניט אויסגעשעפּט: "און דעם האָט איר געקענט?" "און דאָס געדענקט איר?"

אויסגעלאָזן האָט זיך, אַגבֿ, אַז ווי גוט קאַהאַן האָט געדענקט דעם צענטער שטאָט, און איבערהויפּט די ייִדישע גאַסן, אַזוי שוואַך איז בײַ אים פֿאַרבליבן אין זכּרון די אומגעגנט פֿון ווילנע. מיר האָבן דעמאָלט מיט אים צוזאַמען אויסגעפֿונען די סיבה. אין זײַן צײַט, אין די 1880ער יאָרן, איז ניט געווען אָנגענומען, אַז ייִדישע יונגעלײַט זאָלן מאַכן שפּאַצירן ווײַט הינטערן שטאָט. בײַ אונדזער דור איז שוין געווען גאָר אַנדערש. אין די פּוילישע צײַטן איז אויך געווען די זעלבע מורא פֿאַר שקצים. אָבער מען פֿלעגט ניט נתפּעל ווערן פֿון אָנפֿאַלן און מען פֿלעגט גיין. אין קאַהאַנס צײַטן זײַנען קענטיק געווען נאָר באַשטימטע דאַטשע-ווינקלען, וווּהין די ייִדישע יוגנט פֿלעגט אַרויסגיין אין אַ זומערדיקן שבת.

קאַהאַן איז דעמאָלט אָפּגעווען אין ווילנע אַכצן טעג. ער האָט דערנאָך געשריבן וועגן דעם עטלעכע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" אונטערן נאָמען: "אַכצן טעג אין גיהנום". אָבער אַ פּנים אַז אין גיהנום איז אויך פֿאַראַן זיסקייט. איך געדענק, ווען ער האָט שוין געהאַלטן נאָענט בײַם אַוועקפֿאָרן, האָט ער זיך ווידער אַרויסגעכאַפּט מיט זײַן באַגײַסטערונג: "אַ מאָל טרעפֿט מיט מיר, אַז איך רעד דורכן טעלעפֿאָן, און פּלוצלינג פֿאַרוווּנדער איך זיך אַליין, אַז איך הער פֿון אַזוי ווײַט די שטים פֿון מײַן באַקאַנטן. אַזוי איז דאָ. איך קען זיך גאָר ניט אָפּוווּנדערן, וואָס איך בין אין ווילנע".