װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

די אַספּיראַנטקע פֿון "בערקלי"־אוניווערסיטעט, זוהר ווײַנמאַן־קעלמאַן, שפּרודלט מיט פּלענער פֿאַרן מאָרגן פֿון ייִדיש; אַ מחיה צו פֿאַרברענגען מיט איר און זיך צוהערן צו איר התפּעלות פֿאַר מאַמע־לשון און פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און וויסנשאַפֿט.

זי איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין ירושלים, און האָט שטודירט ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור אינעם דאָרטיקן "העברעיִשן אוניווערסיטעט". מיט פֿינעף יאָר צוריק איז זי געקומען קיין קאַליפֿאָרניע צו שטודירן פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור אין "בערקלי", מיטן טראָפּ אויף דער ייִדישער ליטעראַטור. זי קען פּויליש, דײַטש, ייִדיש און, פֿאַרשטייט זיך, העברעיִש. "אין ׳בערקלי׳ פֿאַרנעמען זיך אַ סך מענטשן מיט ייִדיש, צווישן זיי די פּראָפֿעסאָרן חנה קראָנפֿעלד און נעמי זײַדמאַן; ד״ר יעל חבר לערנט מיט אונדז די שפּראַך. אָבער, דער עיקר, ס׳האָט זיך געשאַפֿן אַ פֿײַנע קהילה פֿון אַנדערע סטודענטן, וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש," דערציילט קעלמאַן.

נאָך דעם ווי זי האָט שטודירט די ייִדישע שפּראַך מיט חנן באָרדין אין ירושלים, האָט זי ווײַטער זיך געלערנט בײַ פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי אין ווילנע, פּאַריז און לאָס־אַנדזשעלעס. איר אינטערעס צו דער ליטעראַטור איז אַ היסטאָרישער, מיט אַ בליק אויף פֿרויען־שרײַבער, וואָס האָבן אויסגעקליבן ייִדיש אָדער העברעיִש ווי זייער שאַפֿונג־שפּראַך, ווען זיי האָבן געהאַט די ברירה אויסצוקלײַבן אַן אַנדער שפּראַך ווי רוסיש אָדער פּויליש. קעלמאַן גיט צו פֿאַרשטיין: "אָפֿט לייענט מען אין די לעקסיקאָנען, אַז די שרײַבערין האָט אָנגעהויבן צו שאַפֿן אויף פּויליש אָדער רוסיש און איז דערנאָך אַריבער אויף ייִדיש אָדער העברעיִש. פֿרעג איך, פֿאַר וואָס האָבן זיי אויסגעקליבן די שפּראַך, אָדער געביטן די שפּראַך? איך מיין, אַז ס'איז דאָ אַ מיטאָס, אַז העברעיִש האָט מען באַוווּסטזיניק אויסגעקליבן, אָבער אויף ייִדיש האָט מען געשריבן, ווײַל ס'איז געווען דאָס מאַמע־לשון. אויב די שרײַבערן האָט אָנגעהויבן צו שאַפֿן אויף פּויליש, זענען דאָך ביידע שפּראַכן, סײַ ייִדיש, סײַ העברעיִש, געווען אויסגעוויילטע. ביידע ייִדישע שפּראַכן זענען געווען ווייניקער נאַטירלעך פֿאַר זיי".

דער פּראָצעס בײַ פֿרויען־שרײַבער איז אַנדערש פֿאָרגעקומען ווי בײַ מענער־שרײַבער, האַלט זי. ווייניקער מענער האָבן אָנגעהויבן מיט פּויליש אָדער רוסיש ווי זייער שרײַבשפּראַך — "די סיבות זענען, אַ פּנים, אַנדערע, ווײַל פֿרויען האָבן אָפֿטער זיך געלערנט אין גימנאַזיעס אין פּוילן; ס'איז אויך געווען לײַכטער צו בלײַבן אַ פֿרומע פֿרוי און באַקומען אַ וועלטלעכע בילדונג אין דער זעלביקער צײַט. פֿון אַ פֿעמיניסטישן קוקווינקל איז זייער אינטערעסאַנט צו באַטראַכטן, ווי די ייִדישע שרײַבערנס האָבן זיך באַצויגן צו די פֿאַרשיידענע שפּראַכן, און צו אַנדערע ייִדישע שרײַבערנס אויף אַנדערע שפּראַכן. למשל, די ענגליש־שפּראַכיקע פּאָעטעסע אַדריאַן ריטש האָט איבערגעזעצט קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי. איך וועל אַנאַליזירן די פּאָעטיק און פּאָליטיק פֿון די באַציִונגען", גיט זי צו. צווישן די ייִדישע שרײַבערנס, מיט וועלכע קעלמאַן וועט זיך פֿאַרנעמען זענען קאַדיאַ מאָלאָדאָווסקי, מלכּה חפֿץ־טוזמאַן, אַנאַ מאַרגאָלין, ווי אויך רייזל זשיכלינסיק. זי וועט אויך פֿאָרשן ווי אַנדערע פֿאָרשער האָבן באַשריבן די שרײַבערנס.

אין "בערקלי", בליט אַ לעבעדיקע ייִדישע קולטור־סבֿיבֿה. די גראַדויִר־סטודענטן האַלטן סעמינאַרן אויף ייִדיש און לייענען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור צוזאַמען; דאָס יאָר, לייענט מען פֿון די שרײַבערס אין מיזרח־אייראָפּע פֿאַרן חורבן. "מער מענטשן שרײַבן דיסערטאַציעס וועגן ייִדיש אין ׳בערקלי׳ ווי אין ׳קאָלומביע׳ און בכלל, ס׳איז גוט צו האָבן מיט וועמען צו רעדן אַ ייִדיש וואָרט. בײַ אונדז איז ייִדיש צו גלײַך מיט די אַנדערע שפּראַכן אין אוניווערסיטעט", דערציילט זי. "בערקלי" ציט צו בפֿרט ישׂראלדיקע וואָס שטרעבן צו שטודירן אויף אַ הויכער מדרגה און מיט אַ ברייטערן קאָנטעקסט; אַ סבֿיבֿה פֿאַר ליטעראַרישער טעאָריע וווּ ייִדיש ווערט באַטראַכט אין די ראַמען פֿון אַנדערע שפּראַכן".

וואָס שייך דער צוקונפֿט פֿון דער ייִדישער קולטור, מחוץ דער אַקאַדעמיע, האָט קעלמען אויך אַ שטאַרקן אינטערעס. "עס וועט שוין מער נישט זײַן ׳נאָרמאַל׳ צו פֿירן אַ לעבן אויף ייִדיש — אַן אומעטיקער פֿאַקט. איך האַלט, אַז ממשיך צו זײַן די קולטור, און בלײַבן שאַפֿעריש, דאַרף איך דאָס פֿאַרבונדן מיט מײַן אינטערעס צו ׳דרויסנדיקער טעאָריע׳ (׳קוויר'־טעאָריע, בלע׳ז). ווי בויט מען אַ צוקונפֿט אָן קינדער, אָדער ווען אַ משפּחה באַשטייט נישט אַלע מאָל פֿון אַ טאַטע־מאַמע און קינד? אויך הײַנט איז דער באַשלוס צו רעדן ייִדיש און נישט העברעיִש אינעם וועלטלעכן סעקטאָר אַ פּאָליטישער באַשלוס."

עס פֿרייט אונדז, וואָס זוהר ווײַנמאַן־קעלמאַן, צוזאַמען מיט איר סטודענטישער סבֿיבֿה אין "בערקלי", באַקלערן אויף אַזאַ ערנסטן אופֿן די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿון אונדזער שפּראַך און קולטור. מיר זענען אַלע מאָל גרייט צו הערן נײַע אײַנפֿאַלן און פּלענער צו שטאַרקן ייִדיש.