געשיכטע, ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון אלישבֿע כּהן־צדק (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
כאַצקל גייער
כאַצקל גייער

ער, כאַצקל, איז געווען איינער פֿון דער אַמאָליקער קאָהאָרטע ליטוואַקעס, געבוירענע אַרום אָנהייב 1920ער יאָרן, וואָס האָבן געהאַט דאָס גליק אויסצולעבן זייער קינדהייט אין דער ייִדישער ווילנע, זיך צו לערנען אין ייִדיש־וועלטלעכע שולן און דערשפּירן די איבערגעגעבנקייט פֿון די לערער צו זייער פֿאַך (ניין, צו זייער זעלטענער שליחות!) — דערציִען ווערדיקע מענטשן.

יעדערער פֿון אונדז, די אַמאָליקע שילער זייערע, וואָס זײַנען געבליבן לעבן נאָכן חורבן און זיך צעשאָטן איבער גאָר דער וועלט, זוכן איינע די אַנדערע און זײַנען גליקלעך, ווען זיי דערזעען נאָך אַ באַקאַנט פּנים. די גרויסע וועלט איז אַ דאַנק עראָפּלאַנען, טעלעפֿאָנען, קאָמפּיוטערס געוואָרן אַ קליין און צוטריטלעך. ווילט זיך מיר אָנהייבן דערציילן פֿון אַ צוזאַמענטרעף מיט עטלעכע שול־חבֿרים, וואָס איז צו שטאַנד געקומען מיט העכער צען יאָר צוריק בײַ מיר אין רחובֿות, ווען אונדזער חבֿרטע פֿייגעלע יוכט (פֿון דער היים יאָפֿע), מיט איר מאַן נח זײַנען געקומען צו גאַסט פֿון פֿילאַדעלפֿיע קיין ישׂראל און מיר האָבן זיך בײַ אונדז אין שטוב אַלע צוזאַמען פֿאָטאָגראַפֿירט. איך קוק אויף די טײַערע פּנימער און טרויער נאָך יעדן, וואָס לעבט שוין ניט הײַנט. מײַן מאַן איז מיט אַכט און אַ האַלב יאָר צוריק אַוועק אין דער אייביקייט, פֿייגעלע און גאַרי רימיני זײַנען שוין אויך לאַנג ניטאָ. און איצט, דעם 11טן יאַנואַר 2010 איז געשטאָרבן כאַצקל.

אין דער פֿרי איז ער אַרויס פֿון זײַן שטוב אין מושבֿ "מגשימים" (אויספֿירערס), אַוועק אין דרויסן, געקליבן זיך, ווי געוויינטלעך, נעמען צו דער אַרבעט און... דאָרט פֿאַרבליבן. ווען זײַן טאָכטער, אַ דאָקטער־כירורג (וואָס האָט געהייסן נאָך דער אומגעקומענער באָבע אַלטע און הייסט דאָ, אין ישׂראל, אילת) האָט עטלעכע מאָל אָנגעקלונגען צום פֿאָטער פֿון דער אַרבעט און קיינער האָט ניט געענטפֿערט, איז זי תּיכּף געקומען צו פֿאָרן אַהיים און... געפֿונען אים אַ ליגנדיקן צווישן די ביימער. דערזען און דערמאָנט זיך דעם טאַטנס ווערטער: "איך וואָלט וועלן שטאַרבן ווי אַ בוים. ביימער שטאַרבן שטייענדיק".

מיר זיצן מיט אילת, זי באַהערשט קוים איר טרויער און דערציילט: "אין דער פֿרי האָב איך, אַוועקגייענדיק, בײַ אים געפֿרעגט: 'טאַטע, ווי פֿילסטו זיך?’ 'גוט’, האָט ער געענטפֿערט, אַ שמייכל געטאָן און זיך נאָך געוויצלט".

אילת פֿלעגט אין די לעצטע יאָרן שטענדיק היטן דעם פֿאָטערס געזונט, ניט אַראָפּלאָזנדיק פֿון אים קיין אויג, באַזונדערס נאָך יענעם פֿאַל אין יאָר 1986, ווען ער האָט געהאַט אַ שווערן האַרץ־אַטאַק און זי האָט קוים באַוויזן אים צו דערפֿירן מיט איר אויטאָ צום שפּיטאָל "השרון" אין פּתח־תּקוה. דאָרט האָט מען אים געראַטעוועט. ער האָט געלעבט נאָך כּמעט 24 יאָר; איבערגעלעבט זײַן פֿרוי מלכּה, וועלכע איז געווען שוואַך אין געזונט; פֿלעגט ער דערפֿילן אירע פֿליכטן אין זייער ווירטשאַפֿט בײַם האָדעווען הינער און בײַם גרינסצוכט. מיט די קי (אַרום 15—20 בהמות) פֿלעגט זיך פֿאַרנעמען דער פֿאָטער. אַ געוויסע צײַט, ווען ער האָט דורכגעמאַכט אַן אָפּעראַציע, האָבן אים פֿאַרביטן אין דער ווירטשאַפֿט שכנים, העלפֿנדיק זײַן פֿרוי. "אַזוי איז דאָ אָנגענומען אין מושבֿ", דערציילט אילת. "דאָס רופֿט זיך 'עזרה הדדית’ (קעגנזײַטיקע הילף)". זי דערקלערט מיר דערבײַ די כּללים פֿון דער צוזאַמענאַרבעט: "יעדן נײַעם מיטגליד טיילט מען צו אַ חלק באָדן, אַרום 40 דונאַם. ער מיט זײַן משפּחה באַאַרבעטן דאָס, זיי באַשטימען די געביטן פֿון זייער לאַנדווירטשאַפֿטלעכער פּראָדוקציע. אָבער אַרויספֿירן דאָס אויסגעהאָדעוועטע צו פֿאַרקויפֿן איז שוין די פֿליכט פֿונעם קאָאָפּעראַטיוו. דער פֿאָטער איז לאַנגע יאָרן געווען אין דעם ועד ביקורת (רעווידיר־קאָמיטעט), אָבער לעצטנס שוין ניט געוואָלט".

ניט לאַנג, העכער צוויי חדשים צוריק, איז אין מושבֿ פֿאָרגעקומען די יערלעכע אַלגעמיינע פֿאַרזאַמלונג. כאַצקל גייער, איינער פֿון די עלטסטע מיטגלידער, איז אַרויסגעטראָטן, אונטערגעצויגן דעם סך־הכּל פֿון דעם, וואָס מען האָט אויפֿגעטאָן און דערקלערט די יונגע, נאָך ניט דערפֿאַרענע ערד־אַרבעטער, ווי ווײַטער צו פֿירן די קאָאָפּעראַטיווע ווירטשאַפֿט. אַזוי (אויפֿן בילד) האָט ער נאָך אויסגעזען אין זײַנע כּמעט 90 יאָר...

* * *

...פֿופֿציק יאָר זײַנען אַריבער פֿון יענעם טאָג, ווען ער מיט זײַן משפּחה זײַנען אָנגעקומען אין לאַנד. מען האָט געדאַרפֿט באַשליסן, פֿון וואָס אָנצוהייבן. אין קאָוונע (ליטע), פֿון וואַנען זיי זײַנען עולה געווען, האָט כאַצקל שוין געהאַט פֿאַרנומען אַ פּאָסטן פֿון אַ נאַטשאַלניק אין אַ פֿאַרזאָרגונגס־אַנשטאַלט. דאָ אין לאַנד האָט ער קיין שטעלע פֿון אַ נאַטשאַלניק ניט געזוכט. ער האָט געהערט צו דעם מין ייִדן, וואָס פֿאַרשטייען די ווערט פֿון פּראָדוקטיווער אַרבעט פֿאַר אונדזער פֿאָלק און וועלכע ס’האָט געצויגן צו ערד־אַרבעט. ער האָט געטראָפֿן אונדזערן אַ שול־חבֿר פֿון דער ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע, לייבל העקעלמאַן, וואָס האָט שוין דאָ מיט זײַן משפּחה געוווינט און געאַרבעט טאַקע אין "מגשימים" (צום באַדויערן, איז לייבל פֿרי געשטאָרבן; די משפּחה לעבט דאָ ווײַטער). אין אַ מושבֿ האָט אויך געוווינט מלכּהס אַ שוועסטער, און כאַצקלס משפּחה האָט אויך אויסגעקליבן אַזאַ וואַריאַנט.

עס שטייען פֿון רעכטס אויף לינקס: כאַצקל גייער, איך (פֿון דער היים אלישבֿע פֿײַגנבערג), מוסיע סטעקין־לאַנדאַו, פֿייגעלע יוכט, גאַרי רימיני, אַבֿרהמל ווערסער און מײַן מאַן שלמה כּהן־צדק. פֿייגעלעס מאַן נח איז ניטאָ אויפֿן בילד, ווײַל ער פֿאָטאָגראַפֿירט אונדז.
עס שטייען פֿון רעכטס אויף לינקס: כאַצקל גייער, איך (פֿון דער היים אלישבֿע פֿײַגנבערג), מוסיע סטעקין־לאַנדאַו, פֿייגעלע יוכט, גאַרי רימיני, אַבֿרהמל ווערסער און מײַן מאַן שלמה כּהן־צדק. פֿייגעלעס מאַן נח איז ניטאָ אויפֿן בילד, ווײַל ער פֿאָטאָגראַפֿירט אונדז.

כאַצקל מיט זײַן ווײַב האָבן מיט געבראַכט פֿון קאָוונע זייערע צוויי קינדער — אַן 11־יאָריקן זון פֿײַוול (דאָ האָט מען אים אָנגעהויבן רופֿן שרגא) און דאָס מיידעלע אילת פֿון איין יאָר. ביידע קינדער האָבן, וואַקסנדיק, געטרוימט וועגן פֿאַך פֿון אַ דאָקטער. אָבער איידער זיי האָבן זוכה געווען אָנצוקומען אויף מעדיצין אין איטאַליע (דווקא אַהין, ווײַל דאָס איז געווען צוטריטלעכער — ביליקער, איידער שטודירן אין ישׂראל), האָבן זיי שוין לאַנג, צוזאַמען מיט די עלטערן אָפּגעלעבט אַ שטיקל האָרעפּאַשנעם לעבן. קומענדיק נאָך די לעקציעס פֿון שול אַהיים, פֿלעגן זיי אַראָפּוואַרפֿן די רענצלעך און לויפֿן העלפֿן אַרבעטן אויפֿן פֿעלד דעם טאַטן, וועלכער פֿלעגט שוין אויף זיי וואַרטן.

אויך שטודירנדיק פֿלעגן זיי זוכן ערגעץ צו פֿאַרדינען. "מיר זײַנען ביידע ניט געווען קיין אויסברענגערס", דערציילט אילת. "מײַן ברודער, וועלכער האָט נאָך אין ליטע געלערנט מוזיק, פֿלעגט שפּילן אויפֿן אַקאָרדעאָן, אָדער סאַקסאָפֿאָן; בײַ די עלטערן ניט פֿאָדערן, אָבער געהאַט האָבן מיר אין דער היים אַלץ, וואָס אַ מענטש באַדאַרף".

נאָענטע פֿרײַנד פֿון דער משפּחה, אין זייער צאָל ווילנער חבֿרים, פֿלעגן ניט איין מאָל אַרײַנפֿאָרן צו די גייערס און געמיטלעך פֿאַרברענגען עטלעכע שעה אין זייער קליינעם סאַלאָן בײַם מיטאָג־טיש, אַן אָנגעשטעלטן מיט כּמעט פֿאַרגעסענע מאכלים פֿון דער אַלטער היים (אַ פּרימאַ הערינג מיטן קעלישעק משקה, אַ קאַלטן באָרשטש פֿון בוריקלעך אָדער שטשאַוו, אַ בולבע־טייגעכץ, עפּעס פֿליישיקס, געשמאַק צוגעפּראַוועט, און וואָס ניט...) אַלץ פֿלעגט צוגרייטן דער באַלעבאָס אַליין. די דאָזיקע געניטשאַפֿט זײַנע האָט אַ באַזונדערע לאַנגע געשיכטע, וואָס ציט זיך פֿון יאָר 1942, ווען ער, אַ פּליט פֿון ליטע טיף אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, איז אָנגעקומען אין דער ליטווישער דיוויזיע פֿון דער רויטער אַרמיי, כּדי צו קעמפֿן קעגן דעם דײַטש. ער איז אָבער אַ פּאָר חדשים פֿאַר די שלאַכטן קראַנק געוואָרן, געהאַט פּראָבלעמען מיטן האַרץ, געלעגן אין שפּיטאָל און אַרויס אַזאַ אָפּגעשוואַכטער, אַז מען האָט אים געגעבן אַ לײַכטערע פֿונקציע — אַרבעטן אין דער פֿעלדקיך. אַזוי איז ער געוואָרן אַ קוכער — געקאָכט, געטיילט שפּײַז און געגאַנגען צוזאַמען מיט אַלעמען פֿאָרויס, ביז ער איז געוואָרן פֿאַרוווּנדעט — באַקומען אַ שאָס אין די לונגען. די מעדיקער האָבן אים אָפּערירט אויפֿן אָרט, ווי ס’איז געווען מעגלעך, אָן נאַרקאָז. ער האָט עס אויסגעהאַלטן, די וווּנד האָט זיך פֿאַרהיילט.

...בײַ גייערס טיש אין מושבֿ פֿלעגט קיין מאָל ניט קלעקן קיין צײַט אַלץ צו דערמאָנען. ווי די נאָענטע קרובֿים, פֿלעגט צו זיי קומען צווישן אַנדערע דאָס פּאָרפֿאָלק ברכות פֿון קאַנאַדע, ווען זיי פֿלעגן באַזוכן זייער טאָכטער אין ישׂראל. אַבֿרהם ברכות, כאַצקלס אַן אַלטער חבֿר, איז געווען אַ פֿאָטאָגראַף — אַ קינסטלער, וועלכער פֿלעגט אין ווילנע פֿאַראייביקן די פּנימער און געשטאַלטן פֿון די פּאָעטן און פּראָזאַיִקער פֿון "יונג־ווילנע", אַרטיסטן פֿון ייִדישן טעאַטער און אַנדערע. שוין מיט אַ צײַט צוריק איז ער ניפֿטר געוואָרן און זײַן פֿרוי יאָכע קומט נאָך אַ מאָל צו פֿאָרן אָן אים. ס’איז אויך געשטאָרבן זייער טאָכטער, וועלכע האָט לעבנדיק אין ישׂראל פֿיל דערגרייכט, געאַרבעט אין דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע. זי האָט דאָ אויפֿגעבויט אפֿשר אַן אויסטערלישע, אָבער אַ גליקלעכע משפּחה; חתונה געהאַט מיט אַן איראַנער, וועלכער האָט זי הייס געליבט: ניט האָבנדיק קיין קינדער, האָט זי צוזאַמען מיט אים געהאָדעוועט אַן אַדאָפּטירט מיידעלע, און פֿרי שטאַרבנדיק איבערגעלאָזט, אויף זײַן פֿאַרלאַנג, דאָס קינד אויף זײַנע געטרײַע הענט...

מענטשן טיילן זיך דאָ, בײַ דער משפּחה גייער, מיט זייערע איבערלעבענישן, אָבער די באַלעבאַטים אַליין האָבן אין די לעצטע יאָרן געליטן שווערע פֿאַרלוסטן. ווען כאַצקלס פֿרוי, מלכּה, איז אַוועק אין דער אייביקייט און מען האָט זי באַערדיקט אויפֿן אָרטיקן אויסגעוואַקסענעם צוזאַמען מיטן ייִשובֿ, בית־עלמין, פֿלעגן שכנים כאַצקלען ניט זען אויף די אויגן. "ער איז געווען אַזוי דערשלאָגן, אַז ער פֿלעגט ניט אַרויסגיין פֿון שטוב", דערציילט אילת. און געוואַרט האָט אויף זיי נאָך אַ שרעקלעכער קלאַפּ: מיט אַ מאָל, אומגעריכט, איז געשטאָרבן שרגא, כאַצקלס זון — אַ גוט באַקאַנטער אין רעננה, וווּ ער האָט געאַרבעט, ווי אַ גלענצנדיקער קינדער־דאָקטער. ער איז אַוועק פּונקט אין זעלבן טאָג ווי דער טאַטע, אָבער מיט פֿיר יאָר פֿריִער.

...איך וועל זיך אָפּרײַסן פֿון די שווערע זכרונות און נאָך אַ ביסל דערציילן וועגן די שיינע טעג, וועלכע מיר, די געסט, פֿלעגן פֿאַרברענגען אין גייערס מושבֿ. בײַ מיר אין שטוב, אין אַ שמאָלער בלומען־וואַזע, שטייט אַ גינגאָלדענע פֿעדער פֿון אַ פּאַווע, וואָס דערמאָנט מיר יעדעס מאָל אין מײַן אוראייניקל פֿון מאָסקווע (שוין איצט, קיין עין־הרע, אַ סטודענטקע), וועלכע איז זײַענדיק אַ קינד פֿון אַ יאָר פֿינף געקומען מיט אונדז צו גאַסט צו די גייערס. די באַלעבאַטים האָבן אונדז אַרומגעפֿירט איבערן סאָד מיט ביימער פֿון אַוואָקאַדאָ, לימענעס, עפּל, פּעקאַן און זײַנען אַרײַן מיט אונדז אין עפּעס אַ ווירטשאַפֿטלעכער געבײַדע, וווּ מיר האָבן דערזען... פּאַוועס. איך געדענק שוין ניט גענוי, צי דאָס זײַנען דאַן געווען די גראָע, באַשיידענע פּאַוועס, וואָס זײַנען געזעסן אויף אייער, צי פּאַוולינען מיט פּראַכטפֿולע גינגאָלד־קאָלירטע פֿעדערן אין עק, וועלכע זיי פֿלעגן צעשפּרייטן ווי פֿעכערס, לאָקנדיק זייערע "חבֿרטעס..."

אונדזער מאָסקווער מיידעלע, סאָניעטשקע, האָט באַקומען אַ מתּנה אַזעלכע פֿעדערן און האָט זיי לאַנגע יאָרן געהיט.

אילת האָט אונדז דערציילט, פֿון וואַנעט ס’האָבן זיך גענומען די פּאַוועס: זי האָט געבראַכט אַהיים פֿון איר שעף אויף דער אַרבעט אַ פּאַוולין מיט צוויי פּאַוועס, וועלכע ער האָט שוין ניט געקענט בײַ זיך האַלטן, ווײַל זיי פֿלעגן פֿאַרטאָג, ווען ס’פֿלעגט נאָר נעמען שאַריִען, אַזוי שרײַען, אַז מען האָט ניט געקענט שלאָפֿן. פֿון יענעם טאָג אָן, אפֿשר זינט אַ יאָר פֿופֿצן צוריק, לעבן די פּאַוועס אין כאַצקלס מושבֿ, פֿליִען אַרום און קערן זיך אום צוריק, מערן זיך און האָבן זיך שוין "באַזעצט" אין דעם גאַנצן דאָרף. באַזעצט צוזאַמען מיט מענטשן פֿון דער ווײַטער באַלטישער שטאָט ווילנע, וואָס איז אַ מאָל, פֿאַרן חורבן, געווען ירושלים דליטא...