אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה אָלגין

ווען מע לייענט דעם "פֿאָרווערטס" פֿאַר די יאָרן פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה, ווי אויך שפּעטער, ביז 1922, זעט מען גלײַך, אַז איינער פֿון די אַקטיווסטע שרײַבער פֿון דער צײַטונג איז געווען משה אָלגין (1878—1939). ענציקלאָפּעדישע אויסגאַבעס ברענגען אַ ביסל פֿאַרשיידענע דאַטעס פֿאַר וויכטיקע געשעענישן אין זײַן לעבן: זײַנע יאָרן פֿון שטודירן אין קיִעוו, הײַדעלבערג און — לסוף — ניו-יאָרק, וווּ ער האָט אין דעם קאָלומביע-אוניווערסיטעט פֿאַרטיידיקט אַ דאָקטאָר-דיסערטאַציע וועגן רוסישער ליטעראַטור.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 30סטן יאָרצײַט

די לעצטע וואָכן, ווען מיר טרויערן אויפֿן טויט פֿון דער באַליבטער אַקטריסע און זינגערין, מינאַ בערן, געדענקען מיר די לידער וואָס זי האָט געזונגען און האָט אויפֿגעלעבט אויף דער טעאַטער־בינע און בײַ קאָנצערטן. צווישן די דיכטער איז געווען יצחק פּערלאָוו, צו וועלכן זײַן פֿרוי לאָלאַ פֿאָלמאַן האָט געשאַפֿן חנעוודיקע מעלאָדיעס. מיר דערמאָנען למשל די לידער "דאָס בײַטשל קרעלן", "כ׳קען ניט שלאָפֿן אַ גאַנצע נאַכט" און "דער קאַשטנבוים", וואָס ביידע געפֿינען זיך אין אונדזערע לידער־אַנטאָלאָגיעס, ווי אויפֿגענומען פֿון מינאַ בערן.

קולטור, ייִדיש־וועלט, געשיכטע
בײַם "רונדן־טיש", די פּראָפֿעסאָרן (פֿון רעכטס), יאַנקל דזשייקאָבס, גענאַדי עסטרײַך, דניאל סויער

נאָך דעם ווי אונדזער מיטאַרבעטער גענאַדי עסטרײַך האָט אָפּגעדרוקט זײַן רעצענזיע אויף פּראָפֿ’ יאַנקל דזשייקאָבס נײַ בוך, "בונדישע קאָנטער־קולטור" [דעצ׳ 4, 2009, זײַט 11] זענען אָנגעקומען אין דער רעדאַקציע פּראָטעס־בריוו אויף דעם אַרטקיל. האָבן מיר באַשלאָסן, אַז די דיסקוסיע אַרום דעם "בונד" פֿאַראינטערעסירט אויך די גאַנצע לייענערשאַפֿט פֿונעם "פֿאָרווערטס". צוליב דעם האָבן מיר פֿאַרבעטן די פּראָפֿעסאָרן יאַנקל דזשייקאָבס, דניאל סויער, גענאַדי עסטרײַך, און דעם בונדישן אַקטיוויסט, עליע פּאַלעווסקי, זיך צו באַטייליקן אין אַ "רונדן טיש".

געשיכטע, ייִדיש־וועלט
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
י. ל. כּהן, אין מיטן, האָט אָנגעפֿירט מיט אַ פֿאָלקלאָר־סעמינאַר בײַם ווילנער ייִוואָ, 1930

דאָס זאַמלען פֿאָלקלאָר און עטנאָגראַפֿיע זענען געווען וויכטיקע פּונקטן בײַם "ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט", ייִוואָ, פֿון סאַמע אָנהייב אָן. אין די ערשטע באַשרײַבונגען פֿון די צילן פֿון דער אָרגאַניזאַציע, אין 1925, האָט מען תּמיד אַרײַנגערעכנט פֿאָלקלאָר, צו גלײַך מיט פֿילאָלאָגיע און געשיכטע. ווען דער ייִוואָ האָט געבעטן, מע זאָל אַרײַנשיקן פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן, האָבן זיך גאָר גיך פֿאָרמירט פֿאָלקלאָר־קרײַזן אין צענדליקער שטעט און שטעטלעך,

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַב קאַהאַן (רעכטס) און שלום אַש אויף אַ באַנקעט פֿונעם "ייִדישן וועלט־קאָנגרעס", 1940ער יאָרן

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק, האָט מען אין ניו-יאָרק געמאַכט אַ טריִומפֿאַלן קבלת-פּנים פֿאַר שלום אַשן. מיר איז ניט באַקאַנט די פּינקטלעכע דאַטע פֿון אַשס אָנקומען קיין אַמעריקע. אייניקע קוואַלן ווײַזן אָן דאָס יאָר 1909, אַנדערע — 1910. מיר דאַכט זיך, אַז ער איז אָנגעקומען סוף 1909. (איך בין זיכער, אַז ערנסטע קענער פֿון אַשן האָבן אַזאַ אינפֿאָרמאַציע.) סוף יאַנואַר 1910 איז ער שוין געווען אויף דער פּרעמיערע פֿון זײַן פּיעסע אין דעם ניו-יאָרקער דײַטשישן טעאַטער. וועגן דעם האָט דער "פֿאָרווערטס" מיטגעטיילט דעם 27סטן יאַנואַר, אויף דער ערשטער זײַט פֿון דער צײַטונג: "דער 'ייִחוס’ פֿון שלום אַש אין היגן דײַטשן טעאַטער".

געשיכטע, ייִדיש־וועלט, װיסנשאַפֿט
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די היסטאָריקער האָבן פֿאַרצייכנט אַז ס׳איז געווען אַ קאַלטער, רעגנדיקער טאָג (דער 14טער פֿעברואַר, אינעם יאָר 842, ניט לאַנג נאָכן טויט פֿון "קאַרל דעם גרויסן", וואָס אויף ענגליש איז ער באַקאַנט ווי Charlemagne), ווען צוויי פֿון די דרײַ זין זײַנע זענען זיך צונויפֿגעקומען אין דער עלזאַסער שטאָט סטראַסבורג, און האָבן איינער פֿאַרן אַנדערן אָפּגעגעבן שבֿועות, אַרויסגערעדט הויך און קלאָר כּדי זייערע טרופּן זאָלן גוט הערן און פֿאַרשטיין דאָס געזאָגטע. איינער פֿון זיי (לויִ — Louis), האָט גערעדט אויף אַ ראָמאַניש לשון פֿון וועלכן ס׳איז לסוף אויסגעוואַקסן דאָס הײַנטיקע פֿראַנצויזיש.

ייִדיש־וועלט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די שאָפּפֿלאָכער שיל אין 1910

(ייִדיש — אין דער "געהיימער שפּראַך" פֿון שאָפּפֿלאָך)

K. Philipp. Lachoudisch, Geheimsprache Schopflochs. Verlag C. W. Wenng KG,
Dinkelsbühl, 1969

אַ נאָטיץ אונטערן קעפּל: "וועבזײַט וועגן אַ ייִדישן בית־עולם געווינט אַ פּריז", וואָס איז דערשינען אין "פֿאָרווערטס" פֿון 12–18 פֿעברואַר ה״י, דערציילט וועגן אַ געוויסער פֿרוי אַנגעליקאַ בראָזיג, אַ נישט־ייִדישע סאָציאַלע באַאַמטע פֿון דער בײַערישער שטאָט שאָפּפֿלאָך.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע

געשטאָרבן דער לעצטער גרויסער ייִדישער דיכטער. פּינקטלעכער צו זאָגן, עס איז געשטאָרבן דער לעצטער גרויסער דיכטער בכלל. דער גאַנצער באַגריף "דער גרויסער דיכטער" איז אַוועק אין דער אייביקייט, פּונקט ווי אַ מאָל זײַנען אַוועק שרײַב־מאַשינקעס. די שרײַב־מאַשינקעס זײַנען געווען שלמותדיק, אַ פֿרוכט פֿון דער עוואָלוציע און פֿונעם מענטשלעכן טאַלאַנט, און זיי זײַנען אויסגעשטאָרבן אין דער גאַנצער פֿילמיניקייט זייערער, ווי עס שטאַרבן אויס די בריאות פֿון דער העכסטער מדרגה. עס דאַכט זיך, אַז די דיכטער, וואָס האָבן אויסגעקלאַפּט זייערע לידער אויף שרײַב־מאַשינקעס, זײַנען נעלם געוואָרן אין איינעם מיט זיי.

דאָס פּינטעלע ייִדיש

וווּ נאָר ס׳גרייכט מײַן וואָרט, בין איך פֿאַראַן
אבֿרהם סוצקעווער,
פֿונעם בוך "וואַלדיקס", 1940

"דו האָסט דאָך זעונגען געזען וואָס ניט געזען האָט קיינער." און באמת: "באַוואַקסענע מיט קליינע פֿליגל שוועבט אַ מנין שטיינער / און איבער זיי דער שער־הרחמים איז ניט מער פֿאַרשלאָסן." ("לידער פֿון טאָגבוך", 1977) וואָס איז אַזוינס אומגעזענס אין דער דאָזיקער זעונג? דער געעפֿנטער שער־הרחמים?

דאָס פּינטעלע ייִדיש

אין יעדער גרויסער דיכטונג איז פֿאַראַן משמעות אַ סוד. וואָרעם בײַ אַלע אויפֿקלערן, אויסטײַטשן און אַנאַליזן, וואָס מע קאָן מאַכן, בלײַבט כּמעט תּמיד — איבער דעם העכער, צי אפֿשר נאָך מער אונטער דעם טיפֿער — דאָס איינמאָליק נײַ־באַשאַפֿענע: צווישן מאַקראָ־ און מיקראָקאָסמאָס נײַע געשפּרייטן, געעפֿנטע דורך יש־מאַינדיקן כּוח פֿונעם פּאָעטישן וואָרט, וואָס גראָבט אויס און הויפֿט אָן כּסדר נײַע סטראַטעס. און איטלעך מאָל בלײַבן מיר שטיין פֿאַר אָט דעם מיסטעריע באַגליקט, באַפֿליגלט, באַפֿרײַט.

ייִדיש־וועלט, קולטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּורים־שפּילער, בילד פֿון אַרטור קאָלניק

"אַ גוטן פּורים און אַ גוטן אָוונט, ייִדישע קינדער!
איך וועל אײַך דערציילן גרויסע וווּנדער
איך האָב בנבֿואה געזען,
אַז עס וועט ייִדן גרויסע נסים געשען".
"דער חסיד מיטן דײַטש", ייִוואָ־זאַמלונג, 1938

אויף די ראַנדן פֿון אַ פֿאָרש־אַרבעט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: עראָ פּולי, ספּאָרט־ און פֿאָר-רעדאַקטאָר פֿון פֿינלאַנדס פֿירנדיקער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער צײַטונג; אַב. קאַהאַן; ד״ר לויִס הענדין (שטייט פֿון הינטן); אַדאָלף סאַלומי, געהילף-רעדאַקטאָר פֿון דער אָרטיקער פֿינישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער טאָגצײַטונג "רײַווײַאַ".

אין דער געשיכטע פֿון "פֿאָרווערטס", ווי אויך פֿון דער גאַנצער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור, פֿאַרנעמט אַ ממשותדיק אָרט דער ייִדישער שרײַבער-פֿאַראיין, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון י. ל. פּרצן. ייִדישע פּענמענטשן האָבן, בכלל, געהאַט אַזאַ נטיה — צו פֿאַראייניקן זיך, כּדי העלפֿן איינער דעם אַנדערן. אָפֿט מאָל פֿלעגט מען שאַפֿן אָרגאַניזאַציעס צוזאַמען מיט ייִדישע קינסטלער, ווײַל דאָס איז געווען אַ קרובֿישע סבֿיבֿה. אין מײַן פֿאָרשונג איז מיר אויסגעקומען צו באַשעפֿטיקן זיך מיט עטלעכע אַזעלכע קרײַזן — אין מאָסקווע, בערלין וכ’.