פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

די דרײַ קלאַסיקערס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור פֿלעגט מען באַצייכענען ווי "זיידע" — מענדעלע מוכר־ספֿרים. דאַכט זיך שלום־עליכם האָט אים אַזוי אַ נאָמען געגעבן; שלום־עליכם — דער "אייניקל", און י. ל. פּרץ — "דער פֿאָטער". פּרץ האָט אַ סך אויפֿגעטאָן אין די ערשטע פֿורעמונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי פֿון ייִדיש בכלל, מע דאַרף בלויז דערמאָנען זײַן באַטייליקונג און ראָלע אין דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ פֿון 1908.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
מיכאַיִל זאַמעטקין, 1890

אין אַפּריל 1897 איז געשאַפֿן געוואָרן דער "פֿאָרווערטס", אָבער אין אויגוסט פֿון יענעם יאָר איז אַב. קאַהאַן אַוועק פֿון דער צײַטונג. אין זײַנע זכרונות — "בלעטער פֿון מײַן לעבן" — האָט ער וועגן דעם אָנגעשריבן: "אין פֿאַרלויף פֿון פֿיר יאָר און זיבן מאָנאַטן בין איך געשטאַנען פֿון ווײַטן". דאָס "שטייען פֿון ווײַטן" האָט פּראָוואָצירט אַ סיכסוך אַרום אַן אַרטיקל פֿון מיכאַיִל זאַמעטקין (1859—1935). זאַמעטקין האָט עס פֿאַרטראַכט ווי אַן עדיטאָריאַל, אָבער קאַהאַן האָט געוואָלט דרוקן דעם אַרטיקל דווקא אונטער דער רובריק "פֿאָלקס-טריבונע". קאַהאַן האָט געשריבן:

ייִדיש־וועלט, געשיכטע, ליטעראַטור
פֿון יצחק ניבאָרסקי (פּאַריז)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע: "בײַם אוצר פֿון ייִדיש" 
Esfir Bramson-Alperniene:
Prie Judaikos Lobio
ליטווישע מאַרטינאַס מאַזשווידאַס נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק.
ווילנע 2009.
315 ז״ז (ליטוויש און ייִדיש).

ווער עס האָט זיך אין די לעצטע פּאָר צענדליק יאָר פֿאַראינטערעסירט מיטן אַמאָל אָדער מיטן הײַנט פֿון ייִדישן לעבן און ייִדישער קולטור אין ליטע, האָט נישט געקענט פֿאַרבײַגיין אומבאַמערקט די געשטאַלט פֿון עספֿיר בראַמסאָן–אַלפּערניענע, די איצט שוין צוריקגעצויגענע ביבליאָגראַפֿין און פֿאַרצייכענערין פֿון ייִדישע ביכער און פּעריאָדיק אין דער ליטווישער מלוכישער ביבליאָטעק. פֿירע, ווי עס רופֿן זי היימיש אירע פֿרײַנד, האָט געשפּילט אַן ערשטראַנגיקע ראָלע אין דער רעטונג פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס און דאָקומענטן, אַרײַנגערעכנט אַ היפּשן טייל פֿון די ייִוואָ–אוצרות,

ייִדיש־וועלט
דער געוועזענער שילער פֿון דער ריגער ייִדישער גימנאַזיע איסײַ אַווגוסטאָן גיט איבער דעם דירעקטאָר פֿון דער שול חנא ברעגמאַן אַ סימבאָלישן שליסל פֿון דער שול־געבײַדע

דעם 20סטן דעצעמבער וואָלט חיים ביידער געוואָרן אַ בן־תּישעים. ער האָט נישט דערלעבט צו דער בכּבֿודיקער דאַטע. אָבער אַן עכטער קינסטלער און טוער האָט דעם זכות צו פֿאַראייביקן זײַן נאָמען אין זײַנע ווערק, אין זײַן טעטיקייט. ביידערס שאַפֿערישער עזבֿון איז גרויס, פֿאַרשידנאַרטיק און רײַך. ס'איז מסתּמא נישטאָ אַזאַ זשאַנער אין דער ליטעראַטור און זשורנאַליסטיק ער זאָל דאָרט נישט זײַן פֿאָרגעשטעלט מיט זײַנע לידער, דערציילונגען, עסייען, אַרטיקלען און רעפּאָרטאַזשן;

װעלט פֿון ייִדיש, מוזיק
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

ווער וואָלט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, אַז אין בערלין וועט נאָכן חורבן זיך געבן אַ צעבלי אַ צענטער פֿון דער ייִדישער מוזיק און קולטור; און נאָך מער — אַ סבֿיבֿה, אין וועלכער די דײַטשן נעמען מער אָנטייל ווי ייִדן. אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע חידושן מיר זיך שוין נישט וועגן דעם פֿענאָמען, ווײַל יאָר נאָך יאָר באַקענען מיר זיך מיט פֿײַנע יונגע ייִדיש־רעדערס — נישט־ייִדן — וואָס שטאַמען פֿון בערלין, צווישן זיי יאַנינאַ וווּרבס, אַנאַ קוקאַ און אַניאַ קוויליטש.

ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
שמואל ניגער

אין דער געשיכטע פֿון קולטור, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן אויף ייִדיש אין 20סטן יאָרהונדערט, פֿאַרנעמט זייער אַ בכּבֿודיק אָרט שמואל ניגער (1883—1955) — איינער פֿון די סאַמע משפּיעדיקע ייִדישע ליטעראַטור-קריטיקער. זײַן אמתער נאָמען איז געווען שמואל טשאַרני (czarny מיינט "שוואַרץ" אין פּויליש). די ערשטע וועלט-מלחמה האָט אַרויסגעריסן ניגערן פֿון ווילנע און אים פֿאַרוואָרפֿן אין דער רוסישער קרוינשטאָט, פּעטראָגראַד — אַזאַ נאָמען האָט אין יענער צײַט געטראָגן פּעטערבורג. זײַנע אַרטיקלען האָבן זיך דעמאָלט געדרוקט, דער עיקר, אין רוסיש-ייִדישע אויסגאַבעס, ווײַל די צענזור האָט זעלטן דערלויבט אַרויסצוגעבן אַ בוך צי אַ צײַטשריפֿט אויף ייִדיש צי העברעיִש.

מוזיק, ייִדיש־וועלט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
דער בדחן ישׂראל־יצחק ציפּערשטיין

צווישן די לידער אין מײַן באָבעס רעפּערטואַר האָט זי געזונגען אַזאַ קורץ לידל:
בײַ דעם רבֿ אין שטוב, איז מיר זייער ליב,
צוצוקוקן וואָס סע טוט זיך דאָרט, דאָרט.
דאָרטן איז מען פֿרום, מער ווי אומעטום,
נאָר איין זאַך געפֿעלט מיר ניט פֿאָרט.
דער קעכינס בויך איז העכער ווי די נאָז,

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
Marion Aptroot, 
Roland Gruschka. 
Jiddisch: Geschichte und Kultur einer Weltsprache. 
München: C. H. Beck, 2010.

די געשיכטע פֿון ייִדיש און דײַטש האָט איר פֿאָרבילד אין ספֿר "בראשית" וווּ עס ווערט דערציילט וועגן הבֿל און קין. די צוויי לשונות האָבן געלעבט איינער לעבן דעם אַנדערן אין משך פֿון אַ טויזנט יאָר, ביז איין "ברודער" האָט דערהרגנעט דעם אַנדערן. עס איז דערפֿאַר ניט קיין חידוש, וואָס אינעם באַוווּסטזײַן פֿון דער הײַנטיקער דײַטשישער אינטעליגענץ, וואָס וויל זיך אָפּגעבן אַ דין־וחשבון וועגן דעם עבֿר, פֿאַרנעמט ייִדיש אַ גאָר באַזונדער אָרט. פֿאַר אַ צאָל דײַטשן פֿאַרקערפּערט ייִדיש אַן "אַלטערנאַטיוון" דײַטשלאַנד, אַ ווירטועלן בימקום פֿון דעם ווירקלעכן מערדערישן גאַנג פֿון דער דײַטשישער געשיכטע.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צו זײַן 50סטן יאָרצײַט

שמואל האַלקין, דער סאָוועטישער שרײַבער, דיכטער און דראַמאַטורג, איז געשטאָרבן נאָך דעם ווי ער האָט איבערגעלעבט תּפֿיסה און קראַנקייטן אין שפּיטאָל. ער איז געוואָרן אַרעסטירט צוזאַמען מיט די אַנדערע פֿאַרפֿאָלגטע ייִדישע שרײַבער אין סאָוועט־רוסלאַנד, אָבער מע האָט אים ניט דערשאָסן, ווי די אַנדערע שרײַבער: בערגעלסאָן, מאַרקיש, האָפֿשטיין, קוויטקאָ, פֿעפֿער. צוליב זײַן קראַנק ווערן, און ער איז באַפֿרײַט געוואָרן. אין 1958 איז ער באַלוינט געוואָרן מיטן אָרדן "רויטער אַרבעטס־פֿאָן". ער איז געשטאָרבן אין 1960.

ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דער באַגריף פֿון אַ "ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע טעאָרעטישע פּראָבלעם. צי נעמט דער דאָזיקער באַגריף אַרײַן אַלץ, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון ייִדישע מחברים? אָדער מוז אַזאַ ליטעראַטור אומבאַדינגט באַהאַנדלען ייִדישע טעמעס? צי דאַרף זי זײַן ספּעציפֿיש געצילט אויף דעם ייִדישן עולם? אָדער אפֿשר איז דאָס גאָר ניט מעגלעך; און אַ ייִדישע ליטעראַטור קאָן עקזיסטירן נאָר אויף אַ ייִדישער שפּראַך? אָט די און אַנדערע קשיאות געפֿינען זיך אינעם צענטער פֿון הײַנטיקע ליטעראַריש־קריטישע וויכּוחים.

ייִדיש־וועלט, פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אליהו הנבֿיאס כּוס פֿון אַרטור שיק

אַמאָל איז אין אַ שטעטל געווען אַ גרויסער מכניס־אורח. ער פֿלעגט נישט גיין עסן, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין אורח צום טיש, און טאָמער האָט ער נישט געהאַט קיין אורח, פֿלעגט ער אַרויסשיקן דעם שמשׂ אויסזוכן אַן אורח.

איין מאָל, ווען ער איז אין דער היים נישט געווען, קומט אַרײַן אַן אָרעמאַן און בעט אַ נדבֿה. גיט אים דאָס ווײַב אַ קאָפּיקע, וויל ער נישט נעמען. גיט זי אים צוויי קאָפּיקעס, וויל ער אויך נישט נעמען. הכּלל, בקיצור, זי איז אַרויפֿגעקומען ביז אַ האַלב קערבל, און ער וויל אַלץ נישט נעמען, האָט זי געזאָגט: "מער איז נישט אין מײַן רשות צו געבן. איך וועל גיין אין בית־המדרש אַרײַן נאָך מײַן מאַן".

שטעטלעך, ייִדיש־וועלט

איר ווייסט, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ מענטש און אַ שטאָט? דער מענטש שטרעבט וואָס לענגער צו בלײַבן יונג, און אַ שטאָט איז גרויס מיט איר עלטער, אַלטקייט. פֿאַר וואָס? ווײַל דער אויסדויער פֿון צײַט איז ווי אַ גאַראַנטיע פֿון דעם, אַז די שטאָט איז היסטאָריש און קולטורעל רײַך. אַלטע שטעט זײַנען ענלעך צו אַלטע ספֿרים, וואָס מע קען זיי לייענען אָן אַ שיעור. איינע פֿון אַזעלכע שטעט איז אויך טשערנאָוויץ — אַ לעבעדיקער אייראָפּעיִשער קרייצוועג אויף דער שוועל פֿון די קאַרפּאַטן־בערג און אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך פּרוט. טשערנאָוויץ איז שטענדיק געווען אַ שטאָט, וווּ עס האָבן געלעבט אַ סך פֿעלקער.