- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
הײַיאָר, דעם 25סטן אָקטאָבער, ווערט פֿערציק יאָר זינט די רובריק אין "פֿאָרווערטס" "די פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" האָט זיך אָנגעהויבן דרוקן. אין אָנהייב זײַנען די מחברים פֿון דער רובריק געווען פֿאַרצייכנט "אַ. פֿאָרשער", ביז וואַנען דאָס בוך מיט די ערשטע אַכצן אַרטיקלען איז דערשינען אין תּל־אָבֿיבֿ אין 1974. דעמאָלט האָט דער רעדאַקטאָר, שמעון וועבער, אַנטפּלעקט צום ערשטן מאָל ווער אַ. פֿאָרשער איז — יאָסל און חנה מלאָטעק. אין 2000 איז יאָסל מלאָטעק ע״ה געשטאָרבן און זינט דעמאָלט פֿירט די רובריק זײַן אַלמנה חנה. במשך פֿון די פֿערציק יאָר האָבן זיך געדרוקט איבער טויזנט אַרטיקלען, מיט אַן ערך דרײַ טויזנט לידער וואָס לייענערס האָבן אַרײַנגעשיקט. אַחוץ די הונדערטער לידער וואָס מיר האָבן אָפּגעדרוקט ווי מוסטערן. הײַיאָר, האָט די מלאָטעק־משפּחה באַצייכנט יאָסל מלאָטעקס צענטן יאָרצײַט סײַ מיט אויסטיילן דעם יערלעכן מלאָטעק־פּרײַז פֿאַר ייִדיש און ייִדישער קולטור, סײַ מיט אַ פֿילם וועגן אים און מיט אַ בוך פֿון איבערזעצונגען פֿון העכער 30 אַרטיקלען, געמאַכט פֿון ד״ר בערל זומאָף, רעדאַקטירט פֿון משה מלאָטעק, מיט אַ הקדמה פֿון שמואל נאָריך, פֿאַרלעגען פֿון "פֿאָרווערטס". Anita Norich and Yaron Eliav (eds.). Jewish Literatures and Cultures: Context and Intertext. Providence, RI: Brown Judaic Studies, 2008. אינעם אַלעגאָריש־עטנאָגראַפֿישן ליד "די גזירת דײַטשן" באַשרײַבט אּבֿרהם גאָטלאָבער מיט געשמאַק כּלערליי פֿאַסאָנען פֿון בגדים, וואָס ייִדן האָבן געטראָגן איידער דאָס רוסישע מלכות האָט זיי געהייסן צו קליידן זיך "דײַטש". אָבער דער מחבר פֿאַרסך־הכּלט: "צינד זענען געוואָרן אַלע איין קלאַס, / מע דערקענט שוין ניט קיין מענטש אין דער גאַס". ווי אַ משׂכּיל, וואָס האָט געקעמפֿט פֿאַרן אייראָפּעיִשן "פּראָגרעס" אויף דער ייִדישער גאַס און קעגן אַלטע ייִדישע זאַבאָבאָנעס, איז גאָטלאָבער צופֿרידן. דעם 9טן מײַ האָט מען אינעם ייִוואָ אין ניו־יאָרק געפּראַוועט 100 יאָר פֿון די ייִדיש־וועלטלעכע שולן און די פּובליקאַציע פֿון אַ נײַ בוך וועגן דער געשיכטע פֿון די פֿאָלקשולן, געשריבן פֿון פֿראַדל פּאָמעראַנץ-פֿרידענרײַך, וואָס הייסט "Passionate Pioneers" [לײַדנשאַפֿטלעכע פּיאָנערן]. אַמאָליקע תּלמידים פֿון די פֿאָלקשולן און קעמפּער פֿון די ייִדישע קולטורעלע זומער־קאָלאָניעס זענען געקומען הערן וועגן די אינסטיטוציעס וואָס האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַזאַ וויכטיקן טייל פֿון דער יוגנט פֿון טויזנטער אַמעריקאַנער ייִדן. ס’איז געווען, און צו מאָל בלײַבט נאָך, פֿאַרשפּרייט דער געדאַנק, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט פֿונקציאָנירט ווי אַ פּרימיטיווע צײַטונג, צוגעפּאַסט בלויז צום געשמאַק און ניוואָ פֿון "הערינג-ייִדענעס", וועלכע האָבן זשעדנע געלייענט די האַרצרײַסנדיקע מעשׂיות פֿון "בינטל בריוו". ווײַל איך לייען שוין יאָרנלאַנג די אַלטע נומערן פֿון דער צײַטונג, קען איך זאָגן, אַז דאָס איז ניט ריכטיק, צי לכל-הפּחות, ניט אין גאַנצן ריכטיק. אין אַב. קאַהאַנס רעצעפּט פֿון הצלחה זײַנען אַרײַן פֿאַרשיידענע קאָמפּאָנענטן, אַרײַנגערעכנט אַזעלכע, וואָס האָבן געקענט צוציִען אויך אַן אינטעלעקטועלן לייענער, דעם אַזוי-גערופֿענעם — "באַוווּסטזיניקן אַרבעטער". עס זענען פֿאַראַן קאַפּעליעס אין דער אַזוי־גערופֿענער "נײַער קלעזמער־באַוועגונג" וואָס האָבן אַנטוויקלט אַ וועג צו שפּילן אינעם אַלטן סטיל פֿון קלעזמער־מוזיק פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָבער מיט אַ פֿרישן קוק אויף דער קונסט; דער קלאַנג זאָל דאָך קלינגען הײַנטצײַטיק און אינטערעסאַנט פֿאַרן נײַעם עולם. צוויי קאַפּעליעס וואָס האָבן אַזאַ צוגאַנג זענען "ווערעצקי־פּאַס" און "די מערלין שעפּהערד־קאַפּעליע". די גרופּע "ווערעצקי פּאַס" באַשטייט פֿון דער פֿידלערין קוקי זעגלשטיין, דעם אַקאָרדיאָניסט און צימבלער דזשאַש האָראָוויץ און דעם קאָנטראַ־באַסיסט סטואַרט בראָטמאַן. הײַנט, זענען די דרײַ מוזיקער אָנערקענט, און טרעטן אויף אומעטום; איך האָב געוווּסט, אַז אין 2009 איז אַרויס אַ בוך וועגן די פֿריִע יאָרן פֿון "פֿאָרווערטס", אָבער עפּעס אַ כּוח האָט מיך אָפּגעשטעלט פֿון צאָלן 75 דאָלאַר אָן האָבן אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן אין אַ באַנד, געשריבן פֿון אַן אומבאַקאַנטן מחבר. און דאָ ניט לאַנג צוריק האָט מיך אַ קאָלעגע געפֿרעגט, צי איך וויל האָבן אַזאַ בוך, און טאָמער יאָ — נעמען עס און ניט אומקערן. האָב איך עס שוין איבערגעלייענט, בפֿרט אַז אהוד מנורס Forward: The Jewish Daily Forward (Forverts) Newspaper: Immigrants, Socialism and Jewish Politics in New York, 1890—1917 ("פֿאָרווערטס: די ייִדישע טאָגצײַטונג ׳פֿאָרווערטס׳: אימיגראַנטן, סאָציאַליזם און ייִדישע פּאָליטיק אין ניו-יאָרק") האָט איין גרויסע מעלה — ס׳איז קורץ. בעת מײַנע לאַנגע אינטערוויוען מיט מײַן טאַטן וועגן אונדזער משפּחה, און אַמאָליקע קרובֿים, האָט ער אַלע מאָל צוגעגעבן דעם אויסדרוק, ווי עס פֿירט זיך ווען מע זאָגט אַ קריטיש וואָרט אויף אַ פֿאַרשטאָרבענעם — "מײַנע רייד זאָלן נישט צו שווער זײַן". אָבער אַ מאָל איז דאָס קריטישע וואָרט געווען אַזוי שאַרף, אַז מיר האָבן ביידע זיך צעלאַכט, ווײַל דער אויסדרוק האָט זיכער נישט געקענט "צוגלעטן" דעם נעגאַטיוון אַרויסזאָג. אַזוינע מחשבֿות זענען מיר אַרויפֿגעקומען אויפֿן געדאַנק, ווען איך האָב געהערט, אַז די אַלמנה פֿון חיים גראַדע, אינאַ העקער־גראַדע, איז געשטאָרבן יענע וואָך. איך האָב שוין געשריבן וועגן דעם ייִדישן זשורנאַליסט א. ליטווין (שמואל הורוויץ, 1862—1943), וואָס איז אין 1901 געקומען קיין אַמעריקע, געשריבן פֿאַרן "פֿאָרווערטס" און אַנדערע צײַטשריפֿטן. אין די יאָרן 1905—1914 האָט ער געוווינט אין וואַרשע און ווילנע, געדרוקט אַ סך אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" אין געווען אַ מיזרח-אייראָפּעיִשער קאָרעספּאָנדענט פֿון דער צײַטונג. אין 1914 האָט ער זיך אומגעקערט קיין אַמעריקע. זײַנע אַרטיקלען פֿלעגן זיך אויך ווײַטער אָפֿט באַווײַזן אין דער צײַטונג. איך בין פֿון די געבענטשטע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. איך בין שוין דאָרט כּמעט צוואַנציק יאָר און יעדעס מאָל זאָג איך: אַזאַ אָנהייבער־קלאַס וועל איך שוין קיין מאָל נישט באַקומען. און גאָט העלפֿט. ס׳שלײַכן זיך אַרײַן קרובֿ צוואַנציק סטודענטן יעדעס יאָר אין אָנהייבער־קלאַס, און אַזוי ווי איך האָב זיך קיין מאָל נישט באַוויזן מיט מײַנע אייגענע קינדער און אייניקלעך, ס׳הייסט ווי שיין און געראָטן זיי זײַנען, טו איך עס אָבער מיט מײַן חבֿרה אין די קלאַסן. עפּעס דאַכט זיך מיר אַז זיי זײַנען שענער און געראָטענער. שלמה בערגער איז פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער קולטור אינעם אוניווערסיטעט פֿון אַמסטערדאַם. ער איז דער מחבר פֿון Travels among Jews and Gentiles: Abraham Levi’s Travelogue (Amsterdam 1764) (ליידען, 2002). זײַן נײַ בוך, Producing Redemption in Amsterdam: The Early Modern Yiddish Book in Paratextual Perspectives, וועט אַרויסגיין אין ליידען אין 2011. ער האָט אויך געשריבן וועגן דעם זשורנאַֹל ״דווקא״ און וועגן דער ספֿרדישער קולטור אין אַמסטערדאַם. אין ווינטער־זמן פֿון 2010 איז ער געווען אַ גאַסט־פֿאָרשער אינעם אוניווערסיטעט פֿון מישיגען. אין 1860 האָט אַבֿרהם טענדלאַו געדרוקט זײַן זאַמלונג "ייִדישע שפּריכווערטער און רעדנסאַרטן" אין פֿראַנקפֿורט, דײַטשלאַנד. די הונדערטער ווערטלעך האָט טענדלאַו אַליין געזאַמלט פֿונעם פֿאָלקסמויל, און כאָטש די זאַמלונג איז די ערשטע פֿון דעם זשאַנער אין בוך־פֿאָרעם, איז זי געבליבן אַ קלאַסיש און ניצלעך ווערק ביזן הײַנטיקן טאָג אין ייִדישן פֿאָלקלאָר. די ווערטלעך גופֿא, דרוקט ער אין זייער אָריגינעלער שפּראַך, ייִדיש, אָבער אין לאַטײַנישע אותיות. זײַנע באַמערקונגען שרײַבט ער אויף דײַטש. רפֿאל אַבראַמאָוויטש (1880—1963) האָט, אין דער אמתן, געטראָגן אַן אַנדער נאָמען, רפֿאל ריין. די משפּחה פֿון דעם וואַלד-סוחר אַבֿרהם ריין, זײַן פֿאָטער, האָט מיט 130 יאָר צוריק געוווינט אין דער שטאָט, וועלכע מע האָט דעמאָלט גערופֿן דינאַבורג. אין 1893 וועט זי באַקומען אַ רוסישן נאָמען — דווינסק, און זינט 1920 טראָגט די שטאָט איר לעטלענדישן נאָמען — דאַוגאַוופּילס. אַבראַמאָוויטש (מיר וועלן אים רופֿן לויט זײַן פּאַרטיייִשן נאָמען) האָט באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע און סײַ אַן אַלגעמיין-רוסישע בילדונג. |