רפֿאל אַבראַמאָוויטש |
Forward Association |
רפֿאל אַבראַמאָוויטש (1880—1963) האָט, אין דער אמתן, געטראָגן אַן אַנדער נאָמען, רפֿאל ריין. די משפּחה פֿון דעם וואַלד-סוחר אַבֿרהם ריין, זײַן פֿאָטער, האָט מיט 130 יאָר צוריק געוווינט אין דער שטאָט, וועלכע מע האָט דעמאָלט גערופֿן דינאַבורג. אין 1893 וועט זי באַקומען אַ רוסישן נאָמען — דווינסק, און זינט 1920 טראָגט די שטאָט איר לעטלענדישן נאָמען — דאַוגאַוופּילס. אַבראַמאָוויטש (מיר וועלן אים רופֿן לויט זײַן פּאַרטיייִשן נאָמען) האָט באַקומען סײַ אַ טראַדיציאָנעל-ייִדישע און סײַ אַן אַלגעמיין-רוסישע בילדונג.
ווײַטער האָט ער זיך געלערנט אין דעם ריגער פּאָליטעכנישן אינסטיטוט, וואָס איז געווען דער עלטסטער לערן-אַנשטאַלט (געעפֿנט אין 1862) אין רוסלאַנד פֿון אַזאַ מין. די סטודענטן זײַנען געווען פּאָליטיזירט. למשל, זינט די מיט-1880ער יאָרן איז דאָרטן געווען טעטיק אַ ציוניסטישע גרופּע. אָבער אַבראַמאָוויטש איז אין יאָר 1901 געוואָרן אַ מיטגליד פֿון אַ "בונד"-גרופּע. אין דעם קומענדיקן יאָר האָט מען אים אויסגעשלאָסן פֿון דעם פּאָליטעכנישן אינסטיטוט. די סיבה איז געווען אַ פּאָליטישע — ער האָט זיך באַטייליקט אין סטודענטן-אומרוען.
אין 1903, בעת דער "בונד"-קאָנפֿערענץ אין זשענעווע, האָט אַבראַמאָוויטש שוין געלייענט דעם הויפּט-רעפֿעראַט וועגן דער נאַציאָנאַלער פֿראַגע. אין יענעם יאָר איז ער צום ערשטן מאָל אַרויסגעטראָטן קעגן וולאַדימיר לענינס אידעען פֿון אײַנפֿירן אַן אײַזערנע, באַגרענעצט-דעמאָקראַטישע דיסציפּלין אין דער פּאַרטיי. זינט 1904 איז אַבראַמאָוויטש געווען אַ מיטגליד פֿון דעם צענטראַל-קאָמיטעט פֿון "בונד". בעת דער ערשטער רעוואָלוציע אין רוסלאַנד האָט ער רעפּרעזענטירט זײַן פּאַרטיי אין דעם פּעטערבורגער סאָוועט (ראַט). דער פּעטערבורגער סאָוועט איז געשאַפֿן געוואָרן אָנהייב 1905 ווי דער ערשטער אָרגאַן פֿון פּראָלעטאַרישער דעמאָקראַטיע. שפּעטער וועלן די באָלשעוויקעס פֿאַרוואַנדלען די סאָוועטן אין אַן אינסטרומענט פֿון זייער דיקטאַטור.
אין 1906 קלײַבט מען אויס אַבראַמאָוויטשן אין דעם צענטראַל-קאָמיטעט פֿון דער פֿאַראייניקטער (צוזאַמען מיט די לענינצעס) רוסלענדישער סאָציאַל-דעמאָקראַטישער אַרבעטער-פּאַרטיי. אָבער דאָס דאָזיקע אַחדות האָט לאַנג ניט געדויערט און דער "בונד" איז אַרויס פֿון דער פֿאַראייניקונג. אַבראַמאָוויטש האָט זיך באַזעצט אין ווילנע, וווּ ער האָט געאַרבעט ווי אַ לערער און זיך באַשעפֿטיקט מיט פּאַרטיייִשער עסקים.
אין 1910 האָט אַבראַמאָוויטשן אַרעסטירט די רוסישע פּאָליציי, אָבער לאַנג איז ער אין זייערע הענט ניט פֿאַרבליבן. ער האָט פֿאַרלאָזט רוסלאַנד און ביזן אָנהייב פֿון דער צווייטער רעוואָלוציע, אין 1917, האָט ער געוווינט אין פֿאַרשיידענע לענדער פֿון מערבֿ-אייראָפּע. ווען ער האָט זיך אומגעקערט קיין רוסלאַנד, האָט ער גיך דערזען, אַז די פּראָלעטאַריער וועלן ניט שפּילן קיין צענטראַלע ראָלע אין דער איבערקערעניש, מחמת דער הויפּט-כּוח וועט ווערן די פּויערישע מאַסע, אָנגעטאָן אין מיליטערישע אוניפֿאָרמען פֿון דער רוסישער אַרמיי. די באָלשעוויקעס וועלן מיט דער מאַסע אָנפֿירן, אָפּשטויסנדיק און אַפֿילו רעפּרעסירנדיק אַזעלכע מענטשן ווי ער, אַבראַמאָוויטש. אין 1920 האָט אַבראַמאָוויטש אויף שטענדיק פֿאַרלאָזט רוסלאַנד. ביזן יאָר 1933 האָט ער געלעבט אין בערלין, דערנאָך — ביזן יאָר 1940 — אין פּאַריז, שפּעטער — אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די גאַנצע צײַט האָט ער געשפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע אין די קרײַזן פֿון דער אַנטי-סאָוועטישער סאָציאַליסטישער עמיגראַציע.
פֿאַרן "פֿאָרווערטס" האָט אַבראַמאָוויטש געשריבן אין די יאָרן 1913—1915, ווען ער האָט געלעבט אין ווין. מיטן שעף-רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג, אַב. קאַהאַן, האָט ער זיך באַקענט נאָך פֿריִער, בעת זײַן ערשטער נסיעה קיין אַמעריקע אין 1907. בײַ קאַהאַנען האָט ער דעמאָלט איבערגעלאָזט אַן אײַנדרוק פֿון "אַ הויך-אַנטוויקלטן און סימפּאַטישן סאָציאַליסט, אַ טאַקטפֿולן, אַ קלוגן און קולטור-מענטש".
אַבראַמאָווישט האָט געשריבן (אין זײַן אַרטיקל "קאַהאַן דער לערער פֿון זשורנאַליזם", אין "פֿאָרווערטס", דעם 7טן יוני 1942), אַז צו יענער צײַט האָט ער שוין עטלעכע יאָר רעדאַקטירט צײַטונגען און זשורנאַלן פֿון "בונד". "אָבער פֿאַר אָט די אַלע יאָרן און אין אָט די אַלע צײַטשריפֿטן האָב איך צוזאַמען אָנגעשריבן אפֿשר 3—4 קליינע אַרטיקלען. מיר איז שטענדיק געווען פֿיל לײַכטער צו האַלטן אַ רעפֿעראַט, צו לייענען אַ לעקציע, איידער אָנצושרײַבן די זעלבע געדאַנקען אויפֿן פּאַפּיר.
"ווען איך האָב זיך באַקענט מיט אַב. קאַהאַנען אין ניו-יאָרק, האָב איך דערזען דעם טיפּ מענטש, וואָס איז אין אַ געוויסער באַציִונג געווען פּונקט דער היפּוך פֿון מיר: שרײַבן איז געווען זײַן סטיכיע, זײַן עלעמענט. און זײַן ערשטער אינסטינקט, ווען ער האָט געהאַט עפּעס צו זאָגן, איז געווען ניט צו האַלטן אַ רעדע, נאָר אָנשרײַבן אַן אַרטיקל".
זינט 1922 איז אַבראַמאָוויטש געוואָרן אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון דעם "פֿאָרווערטס". הלל ראָגאָף, וואָס האָט באַקומען דעם "פֿאָרווערטס"-רודער אין 1951, נאָך קאַהאַנס טויט, איז אויך געווען בײַ אַ גוטער מיינונג וועגן אַבראַמאָוויטשן. ער האָט געשריבן, אַז אַבראַמאָוויטש האָט באַזונדערס קלאָר און טיף אָפּגעשפּיגלט די אידעאָלאָגישע פּאָזיציע פֿון דער צײַטונג און איר באַציִונג צו די פּראָבלעמען און געשעענישן אין דער וועלט-פּאָליטיק.
אַבראַמאָוויטש האָט געהאַלטן — און געשריבן וועגן דעם אין זײַן אַרטיקל אין 1942 — אַז אַב. קאַהאַן איז געווען זײַן לערער פֿון זשורנאַליזם און אַז אַ דאַנק אים האָט ער זיך אויסגעלערנט צו ווענדן זיך צו אַ ברייטן לייענענדיקן עולם:
קאַהאַנס טענה איז שטענדיק געווען:
"אַזוי ווי דער אַרטיקל איז געשריבן, וועלן אים לייענען העכסטנס אַ פּאָר טויזנט מענטשן. פֿאַר וואָס זאָלט איר ניט אויסדריקן די זעלביקע געדאַנקען אין אַזאַ פֿאָרעם, אַז דעם אַרטיקל זאָלן קענען דורכלייענען 50 טויזנט אָדער, חלילה, גאָר אפֿשר גאַנצע 100 טויזנט פֿון אונדזערע 200 טויזנט לייענער?!
עס איז ניט אמת, אַז דאָס איז אוממעגלעך. ניט אמת, אַז עס זײַנען פֿאַראַן געדאַנקען, וואָס מען קען ניט אויסדריקן פֿאַרשטענדלעך פֿאַר די מאַסן. וועגן יעדער זאַך קען מען אָנשרײַבן אַזוי, אַז די מאַסן זאָלן פֿאַרשטיין. מען דאַרף נאָר וויסן, וועלכע ווערטער צו געברויכן, וואָס פֿאַר אַ טאָן נעמען, ווי אַזוי צו באַרירן די נשמה פֿון דעם לייענער, ווי אַזוי צו דערוועקן זײַן אויפֿמערקזאַמקייט און זײַן אינטערעס. ניט אַלע מאָל דאַרף מען אַפּעלירן נאָר צו דעם טרוקענעם פֿאַרשטאַנד. אַ מאָל דאַרף מען באַרירן דעם מענטשלעכן אינטערעס, דעם סענטימענט, און ווירקן אויפֿן לייענער ניט נאָר דורכן מאַרך, נאָר אויך דורכן האַרצן, דורך דעם געפֿיל. וואָס דאַרפֿט איר געברויכן געלערנטע אויסלענדישע ווערטער, וואָס דער לייענער קען זיי ניט פֿאַרשטיין? ווײַל עס איז אײַך גרינגער אַזוי? יעדן געדאַנק, אַפֿילו אַ טיפֿן, קאָן מען אויסדריקן מיט לײַכטע און פֿאַרשטענדלעכע ווערטער, אַזוי אַז יעדע הערינג-ייִדענע זאָל פֿאַרשטיין. מען דאַרף זיך נאָר באַמיִען, מען דאַרף נאָר אַרבעטן אויף דעם. אָבער עס לוינט זיך צו אַרבעטן, ווײַל מען קומט צו דורך דעם צו ברייטערע מאַסן."
און צוקומען צו ברייטערע מאַסן איז פֿאַר קאַהאַנען, דעם געבוירענעם זשורנאַליסט, געווען ניט נאָר אַ פֿראַגע פֿון צירקולאַציע, פֿון פֿאַרשפּרייטן די צײַטונג, נאָר אויך אַ מין אינעווייניקסטע באַדערפֿעניש, אַן אינסטינקט.