ייִדיש־וועלט, פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

איך בין פֿון די געבענטשטע אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. איך בין שוין דאָרט כּמעט צוואַנציק יאָר און יעדעס מאָל זאָג איך: אַזאַ אָנהייבער־קלאַס וועל איך שוין קיין מאָל נישט באַקומען. און גאָט העלפֿט. ס׳שלײַכן זיך אַרײַן קרובֿ צוואַנציק סטודענטן יעדעס יאָר אין אָנהייבער־קלאַס, און אַזוי ווי איך האָב זיך קיין מאָל נישט באַוויזן מיט מײַנע אייגענע קינדער און אייניקלעך, ס׳הייסט ווי שיין און געראָטן זיי זײַנען, טו איך עס אָבער מיט מײַן חבֿרה אין די קלאַסן. עפּעס דאַכט זיך מיר אַז זיי זײַנען שענער און געראָטענער.

בײַ מיר אין קלאַס איז ייִדיש־לאַנד. די חבֿרה סטודענטן קומען הנאה האָבן פֿון ייִדיש, און איינס צוויי שרײַבן זיי פֿײַנע אַרבעטן און פּאָעמעלעך וואָס איך האָב פֿון זיי גרויס הנאה. וויל איך זיך טיילן מיט אײַך.

הדס מרגלית (מאַרגאַליט) שרײַבט:

מײַן חלום איז צו לעבן אַ פֿרײַ און ווילד לעבן, ווײַל דער אמת איז אַז די וועלט איז משוגע. מיר האָרעווען און האָבן נישט קיין צײַט הנאה צו האָבן פֿון לעבן. מיר פֿאַרדינען און שפּאָרן געלט. אָבער וואָס טוט מען מיט דעם שיינעם געלט — מיר זאַמלען זאַכן.

מײַן חלום איז צו לעבן אין אַן אַנדער ווירקלעכקייט. איך ווייס, אַז איך בין נישט דאָס ערשטע מיידל צו טראַכטן אַזוי. דער חלום איז אַזוי אַלט ווי די מענטשן. דערצו האָט דער חלום געפֿירט צו אַ סך מלחמות און טויט. אפֿשר קען מײַן חלום אַרבעטן אויף אַ קורצער צײַט. זינט איך בין אַ יונג מיידל, בין איך געגאַנגען אין אַ סאָציאַליסטישער זומער־קאָלאָניע. מײַנע בעסטע חבֿרים און איך האָבן די זעלבע אידעאַלן און געפֿינען ענלעכע פּראָבלעמען מיט דער וועלט. מיר ווילן גלײַכהייט און סאָציאַלע גערעכטיקייט. איך האָב מורא, ווײַל איך זע נישט אין איצטיקן מאָמענט וואָס איך קען טאָן צו מאַכן אַן אונטערשייד אין דער וועלט. איך וועל ווערן עלטער, אַרבעטן, האָבן קינדער, און איין טאָג וועל איך פֿאַרשטיין אַז עס איז צו שפּעט פֿאַר רעוואָלוציאָנערע געדאַנקען און אַקציע. אָבער איך האָב איצט צײַט צו חלומען. וויל איך אַ לעבן אָן צוואַנג און אָן קאַפּיטאַליזם.

דניאל דזשייקאָבס:

מײַן חלום איז אַז אַלע ייִדן זאָלן רעדן ייִדיש, און נישט סתּם ייִדיש, נאָר אַ גאַליציאַנער ייִדיש. דעמאָלט וואָלט די וועלט געהאַט דעם אמתן טעם. ווען מען וואָלט געגאַנגען אין גאַס, וואָלט מען געהערט אַ וואַרעמען "שלום־עליכם!" אַנשטאָט הערן "Have a nice week-end!" מען וואָלט אויך געהערט אַ געשמאַקן "גוט־שבת!" די גאַנצע וועלט וואָלט אויסגעזען אַנדערש. אין מײַן חלום שפּיר איך אַ שטאַרקע הנאה ווען אַלע מײַנע חבֿרים שמועסן מיט מיר אויף ייִדיש. און פּלוצלינג האָב איך זיך אויפֿגעכאַפּט.

חנן ברײַמאַן שרײַבט אַ פּאָעמע וואָס ער לייענט פֿאָר אין קלאַס:

ווען איך קוק אין פֿענצטער

ווען יוסף קוקט אין פֿענצטער זעט ער ווינטער.

עס גייט אַ שניי און איז שטיל,

דער ווינט איז שטאַרק און קאַלט —

די ביימער זײַנען נאַקעט און ווײַס.

די פֿייגעלעך פֿליִען נישט און זינגען נישט.

דער פּאַרק איז פּוסט און די קינדער שפּילן זיך נישט,

די חיות שלאָפֿן טיף אין וואַלד,

ווען ער קוקט אין פֿענצטער זעט ער אַלץ טונקל.

ווען שלמה קוקט אין פֿענצטער זעט ער פֿרילינג.

די ביימער בליִען און אַלץ וואַקסט,

די פֿייגעלעך פֿליִען און זינגען אַ פֿריילעך ליד.

די קינדער שפּילן זיך אין פּאַרק,

ווען ער קוקט אין פֿענצטער זעט ער די זון און אַלץ איז שיין.

הײַנט, ווען איך קוק אין פֿענצטער, זע איך האַרבסט.

אָבער מאָרגן האָב איך אַ ברירה צו זען ווינטער אָדער פֿרילינג —

און איך וועל אויסקלײַבן פֿרילינג.

נעכע קלאַפּער שרײַבט:

איך זע די וועלט מיט ייִדישע אויגן, ווײַל איך בין אַ ייִדיש מיידל. אַזוי ווי היטלער, ימח־שמו, האָט נישט געטראַכט אַז אַ ייִד קען זײַן אַ מענטש. דעריבער האָב איך ליב אַלע ייִדן, אַלטע און יונגע. מײַנע עלטערן האָבן מיך אויפֿגעברענגט מיט אַ ליבע פֿאַר אַלץ וואָס איז ייִדיש. איך דענק, אַז עס איז זייער וויכטיק איך זאָל בלײַבן אַ ייִדישער מענטש, מיט אַלע ייִדישע מינהגים. איך דאַרף פֿאָרן קיין ישׂראל אַ סך מאָל ווײַל איך דאַרף טאָן אַ סך חסד פֿאַר אַלטע ייִדישע מענטשן. איך האָב געלערנט ווער איך בין און וואָס איך בין דורך די אויגן פֿון מײַן באָבען און זיידן. דעריבער דאַרף איך אויך לערנען מײַנע קינדער און מײַנע קינדסקינדער פֿון וואַנען זיי קומען און ווי וויכטיק עס איז פֿון וואַנען זיי קומען און ווי וויכטיק דאָס ייִדישע פֿאָלק איז. איך האָף, אַז מײַנע קינדער און מײַנע קינדסקינדער וועלן האָבן ליב די ייִדישע שפּראַך און וועלן אויך זען די וועלט מיט ייִדישע אויגן.

דוד שוואַרץ:

אין ישׂראל וועט זײַן שלום ווען די אַראַבער און די ייִדן קומען צוזאַמען מיטן אמתן געדאַנק אויף שלום. דאָס מיינט, אַז זיי דאַרפֿן וועלן שלום. איך האָב מורא, אַז די אַראַבער טראַכטן נישט אויפֿן זעלבן אופֿן. די וועלט איז משוגע און די וועלט האָט נישט ליב די ייִדן. כּמעט אַלע ייִדן טראַכטן ווי צו העלפֿן דער וועלט. מיר מאַכן פּראָגרעס אין מעדיצין, אין וויסנשאַפֿט און אַלע אַנדערע זאַכן. די ייִדן ווילן זייער שטאַרק האָבן שלום. זיי האָבן פּרובירט צו מאַכן שלום אַ סך מאָל. אָבער די אַראַבער לערנען זייערע קינדער צו האָבן פֿײַנט ייִדן.

מיר האָבן פּאָליטיקער אין ישׂראל פֿון די לינקע און פֿון די רעכטע, וואָס האָבן פּרובירט שלום, אַזוי ווי ציפּי ליבֿני פֿון די לינקע, און בנימין נתניהו פֿון די רעכטע. אָבער עס העלפֿט נישט צו פֿיל, ווײַל דאָרטן איז נישטאָ קיינער צו וועמען צו רעדן. די אַמעריקאַנער ווילן העלפֿן, אָבער זיי קענען דאָס נישט אויספֿירן. מיר האָבן נישט צו קיינעם צו רעדן. די ייִדן זײַנען גוט, אַ שטייגער די ייִדן וואָס זיי האָבן געטאָן אין האַיִטי. זיי זײַנען דאָרט געווען פֿון די ערשטע צו העלפֿן. איך זאָג מיר ווילן שלום. איך האָף, אַז די אַראַבער וועלן קומען צו אַ בעסערן געדאַנק. איך גלייב נישט, אַז דאָס וועט געשען. אָבער אַ מענטש האָט אַלע מאָל האָפֿענונגען.

גבֿריאלה בערג:

אַ הויז איז נישט קיין היים.

אַ הויז איז אַ בנין מיט ווענט, מיט אַ דאַך און מיט אַ טיר. אַ הויז איז אַ וווינאָרט. עס באַשיצט דעם מענטשן פֿון רעגן, פֿון קעלט און פֿון שניי. וואָס פּאַסירט אינעווייניק אין הויז, ווען עס ווערט אַ היים, ווען דער מענטש באַשאַפֿט אַ ספּעציעלע סבֿיבֿה. אַ היים איז וווּ מיר וווינען, ליבן, און וווּ מיר קענען מקבל־פּנים זײַן. עס איז אַ פּלאַץ וווּ מיר שאַפֿן זכרונות, סײַ גליקלעכע און סײַ טרויעריקע, מיט דער משפּחה וואָס דו האָסט ליב. עס איז דאָס פּלאַץ וווּ די משפּחה וואַקסט. עס איז דאָס פּלאַץ וווּ מיר פֿײַערן די ימים־טובֿים, מיט קינדער, ברידער און שוועסטער, טאַטע־מאַמע, באָבע־זיידע. עס שטייט געשריבן: "אַ היים איז וווּ דאָס האַרץ ליגט." אַ היים קען זײַן ערגעץ אין אַ הייל און אַ כאַטע. עס איז וואָס דו מאַכסט פֿון דעם וואָס וועט מגולגל ווערן אין אַ היים.

* * *

אָט האָט איר זיי, מײַנע פּרעכטיקע סטודענטן. אַ טייל הערן ייִדיש אין דער היים אָדער פֿון באָבע־זיידע, אַ טייל קוקן אַרײַן אין ווערטערבוך בײַם שרײַבן אַן אַרבעט, אַ טייל קומען אַרויס פֿון פֿרומע היימען. מיט איין וואָרט, נאָך אַ יאָר צײַט באַמיִען זיי זיך שטאַרק צונויפֿצושטעלן פֿײַנע אַרבעטן. דאָנערשטיק וועלן מיר שפּילן ייִדיש טעאַטער. זיי וועלן עס פֿילמירן און ווײַזן אויפֿן "YouTube," ווײַל פֿאַר זיי איז ייִדיש אַ פֿרייד, און מען טראַכט שוין וואָס וועט זײַן איבער אַ יאָר און צוויי. אייניקע ווילן טאַקע אָנגיין מיט ייִדיש און אַפֿילו זיך אַרײַנטאָן אין דער ייִדישער ליטעראַטור, טעאַטער און קונסט.

די חבֿרה קענען זיך אויסער דעם קלאַס אויך, און איך ווייס אַפֿילו נישט ווי זיי הייסן אויף זייערע ענגלישע נעמען. בײַ מיר הייסן זיי אַלע מיט ייִדישע נעמען. איך מוז זיך מודה זײַן, אַז דאָס לערנען ייִדיש איז בײַ מיר אַן אוטשעכע, אַ פֿרייד און אַ גליק. ספּעציעל ווען איך דערזע דעם שמייכל בײַם לייענען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אָדער בײַם זינגען אַ ייִדיש ליד.

definition

אוטשעכע?

What does that mean?