- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ייִדיש־פֿאַרם: אַ נײַער גילגול פֿון אַן אַלטן חלום זונטיק, דעם 12טן דעצעמבער, וועט פֿאָרקומען אַ זעלטענע געשעעניש אין דער שטאָט ניו־יאָרק; אַ גרופּע יונגע ייִדיש־רעדער וועלן גרינדן אַ נײַע ייִדישע אָרגאַניזאַציע — "די ייִדיש־פֿאַרם" — וואָס איר ציל וועט זײַן צו פֿאַרזיכערן, אַז די ייִדישע שפּראַך זאָל האָבן אַ קיום נישט בלויז אין דער גאָר פֿרומע וועלט, נאָר אויכעט צווישן יונגע מאָדערנע ייִדן. חנה "אַדריאַן" קופּער ווערט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די בעסטע זינגערס פֿון ייִדישע לידער הײַנט אויף דער וועלט. בײַם אָנהייב פֿון דעם אַזוי־גערופֿענעם קלעזמער־אויפֿלעב אין די אָנהייב 1980ער יאָרן, איז זי שוין געווען באַקאַנט ווי אַ פֿײַנע זינגערין פֿון ייִדישע לידער, וואָס האָט תּמיד אויסגעזוכט נײַע מאַטעריאַלן, נײַע אויסטײַטשונגען. ווי אַ לערערין פֿון לידער, פֿון סטיל און רעפּערטואַר, האָט זי געהאַט, און האָט ווײַטער, אַ גרויסע השפּעה אויף ייִנגערע זינגערס איבער דער וועלט. מיט זעכציק יאָר צוריק, דעם 23סטן נאָוועמבער 1950, האָט מען אין מאָסקווע דערשאָסן צוויי ייִדישע זשורנאַליסטן: שמואל פּערסאָוו און מירע אײַזענשטאַטד. ביידע האָבן געאַרבעט פֿאַר דער ייִדישער צײַטונג "אייניקייט", וועלכע איז מיט צוויי יאָר פֿריִער פֿאַרמאַכט געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער ליקווידאַציע פֿונעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס איז שוין לאַנג געווען ווי אַ דאָרן אין מלוכישן אויג. די פֿירנדיקע טוער פֿון דעם קאָמיטעט וועט מען דערשיסן שפּעטער, דעם 12טן אויגוסט 1952. אָבער מיט פּערסאָוון און זשעלעזנאָוואַ האָט מען זיך אָפּגערעכנט סוף 1950. מע קען זאָגן, אַז דעם 150סטן יוביליי פֿון שלום אַשן האָט מען הײַיאָר כּמעט ניט באַמערקט. אָנהייב יאָר האָב איך עס דערמאָנט אין אונדזער צײַטונג, אָבער דער ענגלישער "פֿאָרווערטס", אַ שטייגער, האָט (אויב איך פּלאָנטער ניט) וועגן דעם יובֿל אין גאַנצן ניט געשריבן, כאָטש דעם ענגליש-רעדנדיקן עולם איז דאָ וואָס צו זאָגן וועגן דעם שרײַבער, וועמענס ביכער מען האָט איבערגעזעצט און זשעדנע געלייענט איבער גאַנץ אַמעריקע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אַש איז בשעתּו געווען דער סאַמע באַרימטער מחבר פֿון "פֿאָרווערטס". צוליב זײַנע ווערק פֿלעגן די צײַטונג לייענען אַפֿילו אַזעלכע לײַט, וועלכע זײַנען געווען אידעאָלאָגישע קעגנער פֿון דעם "פֿאָרווערטס"-שניט פֿון סאָציאַליזם. פֿון דער שטאָט טשאַפּעל־היל אינעם שטאַט נאָרד־קאַראָלײַנאַ האָבן מיר באַקומען אַ קאָמפּאַקטל פֿון ייִדישע לידער מיטן חנעוודיקן נאָמען "I Can't Complain But Sometimes I Still Do" [איך דאַרף זיך נישט באַקלאָגן, אָבער באַקלאָג זיך פֿון דעסטוועגן]. עס זינגט און שפּילט אויפֿן פֿידל דשיין פּעפּלער, און בײַ דער פּיאַנע שפּילט אַבֿיבֿה ענאָך. טשאַפּעל־היל איז מער באַקאַנט ווי די היימשטאָט פֿונעם "אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־קאַראָלײַנאַ", און דער שטאַט צפֿון־קאַראָלײַנאַ איז אַ צענטער פֿון טראַדיציאָנעלער אַמעריקאַנער מוזיק, אָבער צו הערן אַ ייִדיש וואָרט פֿון דאָרטן איז מער נישט קיין גרויסע איבערראַשונג. אָנהייב אָקטאָבער האָט אין פּאַריז אויף ס׳נײַ געעפֿנט די טירן דער פּאַריזער ייִדיש–צענטער — מעדעם–ביבליאָטעק, וואָס האָט זיך אָקערשט אײַנגעאָרדנט אין אַן אייגענעם לאָקאַל, אין דער צענטראַלער רעפּובליק–געגנט*. אַזוי אַרום האָט די איבער אַכציק–יעריקע מעדעם–ביבליאָטעק — די וויכטיקסטע אײַנזאַמלונג פֿון ייִדישע ביכער הײַנט אין אייראָפּע — סוף–כּל–סוף געפֿונען אַן אמתע היים. אַן אייגענער לאָקאַל, דווקא צוויי מאָל גרעסער ווי דער פֿריִערדיקער, דער געדונגענער — דאָס איז געווען דער חלום פֿון די טוערס און מיטגלידער פֿונעם צענטער אין משך פֿון לאַנגע יאָרן. פֿאַרשטייט זיך, אַז דעם לאָקאַל האָט מען געקויפֿט דאָרטן וווּ עס האָט זיך געלאָזט, נישט דווקא צוליבן נאָמען פֿון דער גאַס. די מחברים פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה זײַנען געווען די ערשטע, וואָס האָבן אונדז געגעבן ליטעראַרישע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע שטעטלעך. ווי פֿאַרלאָזלעך און פּינקטלעך זײַנען זייערע באַשרײַבונגען? פֿון איין זײַט, זײַנען די משׂכּילים געווען געשטימט זייער קריטיש לגבי דעם אַלטן ייִדישן לעבנס־שטייגער, בפֿרט לגבי די חסידישע מינהגים און גלויבענישן. זייער ציל איז געווען צו באַקעמפֿן די אָפּגעשטאַנענקייט און פּרימיטיווקייט פֿון חסידישע רביים און זייערע אָנהענגער. הײַנט באַגריסט די "פּערל" די פֿאַרדינסטפֿולע דיכטערין און קאָמפּאָזיטאָרין ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן צו איר ווערן נײַנציק יאָר. זי איז אַן איינציקע אין איר פֿאַרנעם — אַ יחיד־במינו — אַן אָנגעזעענע דיכטערין, אַ פּאָפּולערע לידער־שרײַבערין און קאָמפּאָזיטאָרין, אַ זעלטענע פֿאָלקס־זינגערין, אַ פֿײַנע מאָלערין. אַחוץ דעם פֿירט זי אָן מיט אַ פּאָעטן־קרײַז, און פֿאַרנעמט זיך מיט קולטור־אַרבעט אויך. דער פּיאַניסט בורטאָן גרין האָט אָנגעהויבן צו שפּילן קלאַסישע מוזיק אין שיקאַגע, נאָך ווי אַ קליין ייִנגל אין די 1950ער יאָרן. אָבער גיך אַריבער צו דזשעז און ווײַטער שטודירט אין "דער שול פֿון דער גאַס"; דאָס הייסט, זיך באַקענט מיט די דזשעז־מוזיקער פֿון דער גרויסער שטאָט און געשפּילט מיט זיי. שיקאַגע איז דעמאָלט געווען אַ צענטער פֿון אַוואַנגאַרדישער דזשעז־מוזיק, און אין 1962 איז ער אָנגעקומען קיין ניו־יאָרק און זיך באַקענט מיט די דזשעז־מוזיקער דאָ. צוזאַמען מיטן באַסיסט אַלען דע סילוואַ האָט ער אָרגאַניזירט די ערשטע "ספּאָנטאַנישע קאָמפּאָזיציע"־גרופּע אין 1963 מיטן נאָמען "דער פֿרײַער־פֿאָרעם־אימפּראָוויזאַציע־אַנסאַמבל". קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז געווען איינע פֿון די פֿײַנסטע ייִדישע דיכטערינס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זי האָט באַרײַכערט די ייִדישע פּאָעזיע מיט אירע אויסדרוקן פֿון צער און ווייטיק אויפֿן חורבן, אויף דעם אָרעמען מצבֿ פֿון די ייִדישע מאַסן, מיט אירע קלוגע און אינטערעסאַנטע קינדער־לידער, מיט איר אינטימער פֿרויען־דיכטונג און אירע באַגײַסטערטע לידער וועגן ישׂראל. זי איז אַחוץ אַ דיכטער, געווען אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ ליטעראַרישן זשורנאַל "סבֿיבֿה", האָט אַ צײַט געאַרבעט ווי אַ שול־לערערין און אויך געשריבן פּיעסעס וועגן אַמעריקאַנער לעבן. דאָס געפֿיל צווישן די בעסטע יונגע קלעזמאָרים הײַנט, אַז ס׳איז נישט גענוג צו שפּילן די מוזיק פֿונעם אַלטן רעפּערטואַר, נאָר אויך צו שאַפֿן נײַע קאָמפּאָזיציעס, פֿאַרשפּרייט זיך. דער אַמעריקאַנער פֿידלער סטיווען גרינמאַן, למשל, האָט שוין צוויי רעקאָרדירונגען אַרויסגעלאָזט פֿון זײַנע שאַפֿונגען, אינספּירירט פֿון טראַדיציאָנעלע מעלאָדיעס. אין יעדן לאַנד אין אייראָפּע זעט מען הײַנט, אַז די קאַפּעליעס "רירן זיך" דווקא אין דער ריכטונג. מע קען אַפֿילו זאָגן, אַז ס׳ווערט זעלטענער הײַנט צו הערן נײַע קלעזמער־רעקאָרדירונגען בלויז מיט "אַלטער סחורה." פֿאַרשטייט זיך, אַז נאָר אויף אַזאַ אופֿן קען אַ טראַדיציע זיך אַנטוויקלען, און נישט פֿאַרגליווערט ווערן אינעם עבֿר. דער וועלט־באַקאַנטער סאָציאָלינגוויסט און לאַנג־יאָריקער שרײַבער פֿאַרן "פֿאָרווערטס", ד״ר שיקל פֿישמאַן, האָט זונטיק, דעם 3טן אָקטאָבער, 2010, באַקומען אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג פֿון דער "מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקער שפּראַך" פֿאַר זײַן צושטײַער צום קאַמף פֿון "מינאָריטעט־שפּראַכן". בײַ דער צערעמאָניע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער דירה פֿון דער משפּחה פֿישמאַן אין בראָנקס, האָט זיך באַטייליקט אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַקאַדעמיע, מיקעל זאַלביד, |