װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַן (זיצט, לינקס) באַקומט אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג פֿון מיקעל זאַלביד, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער "מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקער שפּראַך", דעם 3טן אָקטאָבער, 2010 אין בראָנקס.
פּראָפֿ׳ שיקל פֿישמאַן (זיצט, לינקס) באַקומט אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג פֿון מיקעל זאַלביד, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער "מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקער שפּראַך", דעם 3טן אָקטאָבער, 2010 אין בראָנקס.

דער וועלט־באַקאַנטער סאָציאָלינגוויסט און לאַנג־יאָריקער שרײַבער פֿאַרן "פֿאָרווערטס", ד״ר שיקל פֿישמאַן, האָט זונטיק, דעם 3טן אָקטאָבער, 2010, באַקומען אַ ספּעציעלע אויסצייכענונג פֿון דער "מלוכישער אַקאַדעמיע פֿון דער באַסקער שפּראַך" פֿאַר זײַן צושטײַער צום קאַמף פֿון "מינאָריטעט־שפּראַכן". בײַ דער צערעמאָניע, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער דירה פֿון דער משפּחה פֿישמאַן אין בראָנקס, האָט זיך באַטייליקט אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אַקאַדעמיע, מיקעל זאַלביד, וועלכער האָט איבערגעגעבן פּראָפֿ׳ פֿישמאַנען אַ דאָקומענט, וווּ עס שטייט אָנגעוויזן, אַז ער ווערט אָנערקענט ווי אַן ערן־מיטגליד אין דער אַקאַדעמיע, צוליב זײַנע אויפֿטוען פֿאַר דער באַסקישער שפּראַך.

בײַ דער געלעגנהייט האָט געלע פֿישמאַן דערציילט וועגן די דרײַ נסיעות וואָס זי און איר מאַן האָבן געמאַכט צו דער באַסקן־טעריטאָריע, אַרויסצוהעלפֿן מיט די שפּראַכן־פּראָיעקטן. שיקל פֿישמאַן האָט זיך דערמאָנט, אַז די פֿאַרבינדונג צווישן אים און די באַסקן האָט זיך נאָך אָנגעהויבן אין די 1930ער יאָרן, ווען ער האָט אין זײַן פֿילאַדעלפֿיער "אַרבעטער־רינג"־שול געלייענט די לעצטע נײַעס וועגן דעם שפּאַנישן בירגער־קריג. אין די 1940ער יאָרן, ווי אַן אויפֿפּאַסער אין "קעמפּ בויבעריק", האָט מען קיין מאָל נישט אויסגעקליבן דאָס פֿאַשיסטישע לאַנד שפּאַניע פֿאַרן "פֿעלקער־יום־טובֿ"־פֿעסטיוואַל, אָבער מע האָט יאָ אויסגעקליבן די באַסקן פֿאַר די קינדער־גרופּעס.

די באַסקער באַפֿעלקערונג וואָס געפֿינט זיך, דער עיקר, אין שפּאַניע, און אַ ביסל אין פֿראַנקרײַך, דאַרף קעמפֿן אָנצוהאַלטן זייער מוטער־שפּראַך, זי זאָל נישט פֿאַרלוירן גיין צוליב דער אַסימילאַציע. מיט זײַן וויסנשאַפֿט און זײַנע מעשׂים האָט שיקל פֿישמאַן געמוטיקט און געשטיצט די באַסקישע שפּראַך־באַוועגונג. מיר ווינטשן אים אַ האַרציקן מזל־טובֿ און יישר־כּוח!