- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿון וואַנעט קומט אַ ייִד? דאָס ערשטע וואָס מע פֿרעגט בײַם באַקענען זיך — נו, פֿון וואַנעט קומט אַ ייִד? מיר איז אַלע מאָל שווער די דאָזיקע פֿראַגע צו פֿאַרענטפֿערן. אַ מאָל ענטפֿער איך לויטן כראָנאָלאָגישן סדר׃ פֿון וואַנען איך קום? געבוירן געוואָרן אין דער שטאָט ירושלים, אָבער באַלד אַריבער מיט די אַמעריקאַנער עלטערן קיין ניו־יאָרק; דערנאָך, צו אַכט יאָר, עולה געווען מיט דער משפּחה קיין ארץ־ישׂראל, און, סוף־כּל־סוף, נאָך טאַטע־מאַמעס גטן זיך, מיט דער מאַמען און צוויי ברידער אַוועק קיין קאַליפֿאָרניע. און אַ מאָל, ווידער, קומט גאָר אויס פּונקט קאַפּויער׃ געגאַנגען אין קאַלעדזש אין סאַנטאַ־באַרבאַראַ, קאַליפֿאָרניע; פֿריִער אָפּגעלעבט פֿינף יאָר אין לאָס־אַנדזשעלעס... און אַזוי ווײַטער און ווײַטער, די גאַנצע מגילה אויף צוריק ביז איך דערזע די ליכטיקע שײַן אין ירושלים, עיר־הקודש. מיט יעדן יאָר רוקט זיך דער זיידע פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור אַלץ ווײַטער אַוועק אין עבֿר. מען דערמאָנט זיך וועגן אים אַלץ זעלטענער, סײַדן, ווען אַן אַקאַדעמישער פֿאָרשער זוכט צומאָל אָפּ אין מענדעלעס ווערק אַ טשיקאַווע ראַיה פֿאַר נײַע טעאָרעטישע חידושים. פּאַמעלעך הערט מען אויף אָפּצומערקן זײַנע יובֿל־דאַטעס, און דער הײַיאָריקער 175סטער יוביליי איז אַדורך גאַנץ שטיל׃ אַ חוץ, אפֿשר, דעם רוסיש־ייִדישן זשורנאַל "לחיים", האָט קיין ייִדישע אויסגאַבע אים ניט באַמערקט. פֿון איין זײַט, איז דאָס ניט קיין חידוש׃ הײַנט האָבן די ייִדן זייער אַ קורצן זכּרון, ווען עס קומט צו דער ייִדישער קולטור. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, בלײַבט מענדעלע עד־היום אַקטועל ווי אַ ליטעראַרישע דערשײַנונג, און פּאַסט זיך זייער גוט צו צו דעם פּאָסט־מאָדערנעם געשמאַק. אויך זײַן באַשאַפֿער, אַבראַמאָוויטש, איז געווען גאָר אַ קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע פּערזענלעכקייט, וואָס פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין די הײַנטיקע באַגריפֿן פֿון שעפֿערישער פּסיכאָלאָגיע. ווען מען לייענט איבער זײַנע בריוו און זכרונות וועגן אים, קומט דערפֿון אַרויס אַ געשטאַלט פֿון אַ מענטש מיט טיפֿע געפֿילן, שאַרפֿע מחשבֿות, און אַ שטאַרקן כּוח־הדמיון. אָבער די דרײַ אַספּעקטן פֿון אַבראַמאָוויטשעס פּערזענלעכקייט לעבן ניט בשלום און האַרמאָניע, נאָר געפֿינען זיך אין אַ כּסדרדיקן געראַנגל. שוין טאַקע אַ היפּשע צײַט, ייִדישע קינדער, אַז איך האָב אײַך ניט געשריבן, און ווייס מסתּמא פֿאַרוואָס. אײַ, טאָמער וועלן אַנדערע אַרײַנלייגן דרינען טעמים מיט זייערע אויבער־הסברות, אַז דעריבער איז עס, ווײַל שרײַבן דעם ייִדישן עולם איז נאָר איין עבֿירה די הוצאות, אָדער ווײַל דער ייִדישער עולם לייענט אַמאָל דאָס בריוול פֿאַרקערט, אויף זײַן שטייגער, און דורך דעם קומט אַרויס פֿון ביידע זײַטן אַ בלאָזעניש, אָדער ווײַל אין דער לעצטער צײַט האָבן עפּעס מיני גוטע־פֿרײַנד מיט גאַנצע מחנות דעם עולם קראַנק געמאַכט אַ קאָפּ מיט זייער שרײַבעניש, זייערע עצות, אַזוי אַז דער איז אַראָפּ פֿון זינען און ס׳איז נישט געווען מישטיינס געזאָגט מיט וועמען צו רעדן — וועט עס מיך נישט אָנהייבן צו אַרן. עס וועט מיך אַפֿילו נישט אַרן, אויב מע וועט מיינען, אַז מיר איז שוין נימאס געוואָרן האָבן צו טאָן מיט אונדזערע שיינע נפֿשות, אַקעגן וועלכע ס׳איז נישטאָ קיין מיטל ווי אַקעגן וואַנצן. ווי די מעשׂה איז, אַזוי צי אַזוי, איך ווייס מיר מײַנס און גענוג... אין דער שול, וווּ איך האָב זיך געלערנט, איז געווען אַ ייִדישער בחור (דאָ וועל איך אים רופֿן מאַרק), אויף וועמען איך האָב תּמיד געקוקט מיט אַ שטיקל קינאה. ערשטנס, איז ער געווען מיט אַ יאָר עלטער. צווייטנס, האָט ער זייער גוט געשפּילט אויף כּלערליי אינסטרומענטן. דריטנס, האָט זײַן משפּחה געהערט צום היגן "באָמאָנד" — דער טאַטע איז געווען אַ פּראָפֿעסאָר, אָנגעפֿירט מיט אַ קאַטעדרע פֿון מאַרקסיסטיש-לענינישער פֿילאָסאָפֿיע און אויך געשריבן אויף אוקראַיִניש אַנטי-ציוניסטישע ביכער. מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב שוין געאַרבעט אין מאָסקווע אין דעם ייִדישן זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און געקומען צו מײַנע עלטערן, האָבן מיר זיך צופֿעליק באַגעגנט מיטן פּראָפֿעסאָר און ער האָט מיר געזאָגט, אַז זײַן קריטיק פֿון ציוניזם איז געווען די סאַמע פּאָזיטיווע אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד. איך האָב זיך נאָך געחידושט, צוליב וואָס ער האָט עס מיר געמוזט זאָגן. אָבער שפּעטער איז מיר קלאָר געוואָרן די סיבה: ער האָט זיך געקליבן צו פֿאָרן קיין ישׂראל און געוואָלט קומען אַהין אַ "ריינער". איך האָב געהערט, אַז אין ישׂראל איז ער, צווישן די רוסיש-רעדנדיקע עולים, געוואָרן אַ פּאָפּולערער לעקטאָר פֿון ייִדישער געשיכטע. פֿרײַטיק, דעם 25סטן מערץ, 2011, האָט מען אָפּגעמערקט הונדערט יאָר נאָכן טרײַענגל־פֿײַער, אין וועלכן 146 מענטשן זענען אומגעקומען אין אַ סוועטשאַפּ־שׂרפֿה; ס'רובֿ פֿון די קרבנות זענען געווען ייִדישע פֿרויען. לפּחות אויף צוויי פֿון די הזכּרות דאָס יאָר האָט מען געהערט ליטעראַרישע ווערק און לידער אויף ייִדיש.
אינעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי", אין אַן אַלטער שיל אויף דער איסט־סײַד האָט מען אָנגעהויבן די הזכּרה מיט אַן אָנדענק־מאַרש אויף די גאַסן. דער מאַרש האָט זיך אָנגעהויבן בײַם בנין, וואָס שטייט נאָך לעבן דעם וואַשינגטאָן־סקווער־פּאַרק. נאָך דעם ווי מע האָט געזונגען ייִדישע אַרבעטער־ און סוועטשאַפּ־לידער מיטן חזן ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט מען אָנגעהויבן צו גיין. אינעם שטילן מאַרש האָבן אנטייל גענומען 146 מענטשן, וואָס האָבן רעפּרעזענטירט די אומגעקומענע אַרבעטער. צווישן די מאַרשירערס זענען געווען שרײַבער, ריכטערס, מיטגלידער פֿונעם "נײַעם ייִדישן כאָר" און קינדער. נאָך דעם ווי מען איז אָנגעקומען אינעם "עלדרידזש־גאַס־מוזיי" האָט ישׂשׂכר וואַרשאַוער, די פֿידלערין דבֿורה שטראַוס און פּײַקלער דזשאָיִ ווײַזענבערג געשפּילט און געזונגען לידער פֿון די סוועטשאַפּ־פּאָעטן, צווישן זיי דוד איידלשטאַדט און מאָריס ווינטשעווסקי. די אַקטריסע און פֿאָרשערין פֿונעם ייִדישן טעאַטער, קאַראַיִד אָ'ברײַען און דער אַקטיאָר דוד מאַנדעלבאַום האָבן פֿאָרגעלייענט פֿון די ווערק פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד (צווישן זיי די לידער וועגן דעם פֿײַער וואָס דער דאָזיקער פּאָעט האָט געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" באַלד נאָך דער טראַגעדיע). דער קאָנצערט האָט זיך געענדיקט מיט דער תּפֿילה "אל מלא רחמים" און יעדער פֿון די 146 אָנטיילנעמער האָט אָנגעצונדן אַ ליכט אין אָנדענק פֿון אַ געוויסן קרבן פֿונעם פֿײַער. שבת־צו־נאַכטס, דעם 26סטן מאַרץ, האָט דער "אַרבעטער־רינג" אין ניו־יאָרק אָפּגעמערקט די "טרײַענגל־פֿײַער" טראַגעדיע מיט אַ הזכּרה אין אַ קלויסטער אין דער "איסט־ווילעדזש" געגנט פֿון מאַנהעטן. דער עולם אינעם געפּאַקטן זאַל האָט געהערט ווי תּלמידים פֿון דער "אַרבעטער־רינג" "מידטאַון"־שול זינגען און דערציילן וועגן דעם פֿײַער. די זינגערין אַדריאַן קופּער איז אויפֿגעטראָטן מיט אַרבעטער־לידער אין עטלעכע שפּראַכן. סײַ קאַהן, וואָס איז יאָרצענדליק אַקטיוו ווי אַ זינגער, אַרבעטער־ און מענשטן־רעכטס קעמפֿער האָט געזונגען און דערציילט וועגן דער אַרבעטער־באַוועגונג אַמאָל און הײַנט. ספּעציעל פֿון באָסטאָן איז געקומען דער "אַרבעטער־רינג"־כאָר — "אַ בעסערע וועלט", וואָס באַשטייט פֿון יונגע און אַלטע זינגערס. זײַן פֿאָרשטעלונג — "דער שטאָף פֿון וועלכן מיר זענען געשניטן" — האָט אַרײַנגענומען ייִדישע לידער און דראַמאַטיזירונגען פֿון געקליבענע סצענעס אין דער געשיכטע פֿון די ייִדישע אַרבעטער אין אַמעריקע. דער ספּעקטאַקל האָט דערציילט ווי די ייִדישע אימיגראַנטן־קהילה אין לאַנד האָט געליטן, אָבער צוזאַמען געקעמפֿט פֿאַר בעסערע אַרבעטער־באַדינגונגען און רעכט, קעגן דעם "סוועטשאַפּ". דערבײַ האָט מען אַרויסגעהויבן דעם פֿאַקט, אַז דער קאַמף גייט ווײַטער אָן, כאָטש די אַרבעטער אין די פֿאַבריקן זענען מער נישט קיין ייִדן. אין אַפּריל און מײַ וועט מען אין אַ קליינעם טעאַטער אין פּאַריז קענען הנאה האָבן פֿון אַ נײַער מוזיקאַלישער אויפֿפֿירונג פֿון ייִדישע לידער — "טשאָלנטגאַנג". די יונגע זינגערין מילענאַ קאַרטאָווסקי האָט געשאַפֿן דעם סצענאַר וועגן אַ גרופּע קלעזמאָרים וואָס שטייען אײַן אין אַ קרעטשמע און עסן כּלערליי מאַכלים, און דערבײַ הערט מען ייִדישע לידער אויף דער טעמע — עסן. מילענאַ קאַרטאָווסקיס זיידע האָט איבערגעלעבט די לאָדזשער געטאָ, דערציילט זי, צום טייל, ווײַל ער איז געווען אַ חזן. ער האָט זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי אין אַ שארית־הפּליטה־לאַגער אין דײַטשלאַנד און איז געקומען קיין פּאַריז. שוין 90 יאָר אַלט, איז ער נאָך אַקטיוו, שפּאַצירט, טרינקט ווײַן, זינגט, און זײַן ביאָגראַפֿיע מיט פֿרייד און לייד, זײַן לוסט צום לעבן, האָט באַגײַסטערט זײַן אייניקל צו שאַפֿן אין דער ייִדישער שפּראַך. אין 1986, איז, אין ניו־יאָרק, געבוירן געוואָרן די קאַפּעליע "קלעזמאַטיקס" — אַן אייגנאַרטיקע גרופּע, וואָס האָט, דורך איר מוזיק, אויסגעפֿורעמט די הײַנטיקע השׂגה פֿון קלעזמער־מוזיק. די "קלעזמאַטיקס" זענען נישט געווען די ערשטע פֿון די אויפֿלעבערס פֿון דער אַלטער מוזיק, אָבער זיי זענען מסתּמא די וויכטיקסטע, מיט אַ השפּעה וואָס גרייכט איבער דער גאָרער וועלט. אין 2006 האָבן זיי געוווּנען אַ "גראַמי"־פּריז, די העכסטע אָנערקענונג פֿאַר מוזיקער פֿון דער "מוזיק־אינדוסטריע" — די איינציקע קלעזמאָרים צו באַקומען דעם פּריז. אין אַ קינסטלערישער וועלט, וווּ מוזיקער הייבן אָן נײַע פּראָיעקטן, אָבער אָפֿט מאָל דערפֿירן זיי נישט ביזן סוף, איז אַ חידוש, וואָס די "קלעזמאַטיקס" זענען געבליבן צוזאַמען פֿאַר אַזאַ לאַנגער צײַט און, דער עיקר, געבליבן שאַפֿעריש מיט נײַע געדאַנקען. הײַנט שפּילן נאָר דרײַ מוזיקער פֿון די ערשטע באַטייליקטע אין דער גרופּע — דער טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, דער זינגער לאָרין סקלאַמבערג און דער באַסיסט און צימבלער פּאָל מאָריסעט. די אָריגינעלע פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס איז אַוועק פֿון דער גרופּע מיט צען יאָר צוריק, און הײַנט פֿאַרנעמט איר אָרט ליסאַ גוטקין. פֿאַרשיידענע קלאַרנעטיסטן האָבן געשפּילט אין דער גרופּע במשך פֿון איר געשיכטע: צו ערשט, מאַרגאָ לעווערעט, דערנאָך דוד קראַקאַוער, און נאָך אים מאַט דאַריאָ, וועלכער שפּילט נאָך הײַנט. אויפֿן אָרט פֿונעם ערשטן פּײַקלער דוד ליכט, איז געקומען ריטשי באַרשיי. דעם 25סטן מאַרץ איז געוואָרן 100 יאָר זינט דעם טראַגישן טרײַענגל־פֿײַער, און אין "פֿאָרווערטס" האָט מען אָפּגעצייכנט די דאַטע מיט אַרטיקלען און באַריכטן אד"גל — אויך מיט אַ ליד פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד. עס זײַנען אויך געווען אַנדערע לידער; לידער מיט מוזיק, און ראָזענפֿעלדס אַ ספּעציעל שטאַרקע קינה, וואָס מיר ווילן דערמאָנען אין אָנדענק פֿון דער טרויעריקער געשעעניש. דאָס ערשטע ליד הייסט "מאַמעניו אָדער עלעגיע פֿאַר די טרײַענגל־פֿײַער־קרבנות", ווערטער פֿון אַנשל שאָר, מוזיק פֿון יוסל רומשינסקי, געדרוקט אין . 1911 פּורים האָט זיך אָנגעהויבן דאָס יאָר שבת־צו־נאַכטס אין דער היים, אין בראָנקס, וווּ מײַן מאַמע און איך האָבן צוזאַמען געלייענט די מגילה אויף ייִדיש לויט יהואשס איבערזעצונג — נישט אומזיסט זאָגט מען "אַ לאַנגע מגילה"! מיר האָבן זיך דערמאָנט אין די מדרשים וואָס מײַן טאַטע פֿלעג צוגעבן בײַם דערציילן די מגילה; פּרטים וואָס געפֿינען זיך נישט אין דער מגילה בכּתבֿ, נאָר אין דער "מגילה בעל־פּה". טייל מדרשים, ווי למשל, אַז אסתּר המלכּה איז געווען אַ גרינע, האָט מאַנגער אַרײַנגענומען אין זײַן שאַפֿונג. מיט מײַן טאָכטער אסתּרל בין איך געפֿאָרן צו דער יערלעכער פּורים־שׂימחה פֿון דער גרופּע "ייִדן פֿאַר ראַסן־ און עקאָנאָמישן יושר". אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען די שׂימחה אָפּגעהאַלטן בשותּפֿות מיטן "אַרבעטער־רינג" אינעם "אַרבעטער־רינג"־בנין אויף דער 33סטער גאַס אין מאַנהעטן. דעם בנין, וואָס איז אויך געווען דער לאַנג־יאָריקער אַדרעס פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען פֿאַרקויפֿט סוף 2010, האָט מען געדאַרפֿט געפֿינען אַן אַנדער לאָקאַל — אַ קאַטוילישער קלויסטער, "סאַנקט צעציליע", אין דער פּוילישער געגנט פֿון ברוקלין, גרינפּוינט. קיין באַזונדערע פֿאָרש-אַרבעט וועגן דער ייִדישער פּעדאַגאָגישער סיסטעם, וועלכע איז אויפֿגעבויט געוואָרן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, איז דערווײַל ניטאָ. אַ מאָל וועט מען עס, אַ פּנים, אָנשרײַבן. דאָס איז געווען אַ גאַנצע נעץ, צונויפֿגעשטעלט פֿון פֿאַרשיידענע לערן-אינסטיטוציעס, וועלכע זײַנען געעפֿנט געוואָרן אין אַ צאָל שטעט. ניט אַלע מענטשן פֿון די וואָס האָבן באַקומען אַזאַ בילדונג זײַנען אַוועק דערנאָך אַרבעטן אין שולן. אייניקע זײַנען געוואָרן שרײַבער, געלערנטע, זשורנאַליסטן צי מענטשן פֿון אַנדערע פֿאַכן. אַזוי צי אַזוי, אָבער ניט פֿריִער און ניט שפּעטער האָט מען ניט געהאַט אַזאַ אַנטוויקלטע פּעדאַגאָגישע בילדונג אויף ייִדיש. אַ סבֿרא, אַז אָנגעהויבן האָט עס זיך אין יאָר 1921, ווען דער בירגער-קריג האָט זיך, סוף-כּל-סוף, פֿאַרענדיקט און ס’איז געקומען די צײַט זיך צו באַשעפֿטיקן מיט אַזעלכע נאָרמאַלע זאַכן ווי בילדונג, בפֿרט אויף ייִדיש. עס זעט אויס, אַז אָנגעהויבן האָט עס זיך אין ווײַסרוסלאַנד, וווּ ייִדיש האָט בכלל געשפּילט אַ גרעסערע ראָלע איידער אין רוסלאַנד אָדער אוקראַיִנע. הערמאַן יאַבלאָקאָוו, דער אַקטיאָר, פּראָדוצירער, דראַמאַטורג, ליריציסט, לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן, איז באַוווּסט, און וועט בלײַבן באַוווּסט, דער עיקר פֿאַר שרײַבן איינע פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע טעאַטער־ און ראַדיאָ־לידער — "פּאַפּיראָסן". זינט ער האָט עס רעקאָרדירט צום ערשטן מאָל אויף דער ראַדיאָ אין די 0391ער יאָרן, איז דאָס ליד געוואָרן זייער פּאָפּולער; אַ סך זינגערס האָבן עס רעקאָרדירט, און עס האָט אים געבראַכט פֿיל אָנזען און באַרימטקייט. יאַבלאָקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין גראָדנע, ווײַסרוסלאַנד, אין, 1903 וווּ ער איז געווען אַ משורר און געשפּילט ייִנגלשע ראָלעס אין טעאַטער. נאָכן באַטייליקן זיך אין פֿאַרשיידענע טרופּעס, האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע אין, 1924 וווּ ער איז געוואָרן אַן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייט אין ייִדישן טעאַטער און ראַדיאָ. איינע פֿון זײַנע באַרימטסטע פּיעסעס איז געווען "דער פּאַיאַץ" און אַזוי פֿלעגט ער זיך רופֿן שפּעטער. איך לייען איצט אַ זאַמלבוך דערציילונגען, איבערגעזעצט אויף ענגליש, פֿון דעם באַוווּסטן סאָוועטישן שרײַבער וואַסילי גראָסמאַן. מע האָט עס מיר צוגעשיקט כ’זאָל אָנשרײַבן אַ רעצענזיע, אַזוי, אַז איך לייען עס "מיט כּוונה". מע האָט די אויסגאַבע שוין געלויבט, און זי פֿאַרדינט עס, כאָטש אייניקע קאָמענטאַרן רופֿן אַרויס אַ שמייכל. למשל, מע דערציילט אַ באָבע-מעשׂה, אַז ס’רובֿ מענטשן האָבן אין רוסלאַנד גענוצט אָנעטשעס (אַ וואַרעם שטיק שטאָף, אַרומצוּוויקלען די פֿיס) אַזש ביז די 1950ער יאָרן, ווען מע איז אַריבער אויף שקאַרפּעטקעס. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. צום סוף פֿונעם בוך איז געגעבן געוואָרן די כראָנאָלאָגיע פֿון געשעענישן אין גראָסמאַנס לעבן גופֿא, וואָס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו זײַן ביאָגראַפֿיע. כאַראַקטעריש, אַז דער דאָזיקער "פּינקס" הייבט זיך אָן פֿון 1881, כאָטש גראָסמאַן איז געבוירן געוואָרן אין 1905. דאָך, האָט מען באַשלאָסן, אַז די פֿאָרגעשיכטע פֿון זײַן לעבן האָט זיך אָנגעהויבן דעם 13טן מאַרץ 1881, ווען ס’איז דערהרגעט געוואָרן דער רוסישער צאַר אַלעקסאַנדער דער צווייטער. |