דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

מיט יעדן יאָר רוקט זיך דער זיידע פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור אַלץ ווײַטער אַוועק אין עבֿר. מען דערמאָנט זיך וועגן אים אַלץ זעלטענער, סײַדן, ווען אַן אַקאַדעמישער פֿאָרשער זוכט צומאָל אָפּ אין מענדעלעס ווערק אַ טשיקאַווע ראַיה פֿאַר נײַע טעאָרעטישע חידושים. פּאַמעלעך הערט מען אויף אָפּצומערקן זײַנע יובֿל־דאַטעס, און דער הײַיאָריקער 175סטער יוביליי איז אַדורך גאַנץ שטיל׃ אַ חוץ, אפֿשר, דעם רוסיש־ייִדישן זשורנאַל "לחיים", האָט קיין ייִדישע אויסגאַבע אים ניט באַמערקט.

פֿון איין זײַט, איז דאָס ניט קיין חידוש׃ הײַנט האָבן די ייִדן זייער אַ קורצן זכּרון, ווען עס קומט צו דער ייִדישער קולטור. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט, בלײַבט מענדעלע עד־היום אַקטועל ווי אַ ליטעראַרישע דערשײַנונג, און פּאַסט זיך זייער גוט צו צו דעם פּאָסט־מאָדערנעם געשמאַק. אויך זײַן באַשאַפֿער, אַבראַמאָוויטש, איז געווען גאָר אַ קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע פּערזענלעכקייט, וואָס פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין די הײַנטיקע באַגריפֿן פֿון שעפֿערישער פּסיכאָלאָגיע. ווען מען לייענט איבער זײַנע בריוו און זכרונות וועגן אים, קומט דערפֿון אַרויס אַ געשטאַלט פֿון אַ מענטש מיט טיפֿע געפֿילן, שאַרפֿע מחשבֿות, און אַ שטאַרקן כּוח־הדמיון. אָבער די דרײַ אַספּעקטן פֿון אַבראַמאָוויטשעס פּערזענלעכקייט לעבן ניט בשלום און האַרמאָניע, נאָר געפֿינען זיך אין אַ כּסדרדיקן געראַנגל.

פֿון קינדווײַז אָן איז אַבראַמאָוויטשעס לעבן געווען אַ קייט פֿון פּסיכאָלאָגישע קריזיסן. אין דעם ערשטן אויטאָביאָגראַפֿישן פֿראַגמענט זײַנעם, אָנגעשריבן אין 1877, באַשרײַבט ער דעם ערשטן איבערברוך אין זײַן לעבן׃ ״צו מײַן ווייטיק איז מײַן פֿאָטער געשטאָרבן, ווען איך בין נאָך געווען אַ יונג בחורל פֿון אַ דרײַצן יאָר, און זינט דאַן בין איך אַרײַנגעשלײַדערט געוואָרן אין אַ וועלט פֿון אַן אויפֿגעברויזט־צאָרנדיקן ים אָן אַ פֿירער און דערציִער״. איינזאַם און אין נע־ונד, האָט דער צוקונפֿטיקער שרײַבער געזוכט אַ צוועק פֿאַר זײַן לעבן׃ ״בין איך תּמיד געווען באַזאָרגט און איך האָּב טיף אין מײַן האַרצן געפֿילט, אַז פֿיל־פֿיל פֿעלט מיר פֿון דעם, וואָס ס׳ווילט זיך מיר דערגרייכן, און צוליב מײַן שטאַרקן ווילן צו דערגרייכן דאָס, וואָס ס׳איז נישט אין מײַנע כּוחות און מעגלעכקייטן, בין איך אַרומגעגאַנגען אַ פֿאַרזאָרגטער.״

דער יונגער אַבראַמאָוויטש האָט פֿאַרמאָגט אַ שטאַרקן ווילן, און ניט געקוקט אויף אַלע מניעות האָט ער זיך גיך קונה־שם געווען צווישן די משׂכּילים פֿון זײַן דור. אָבער זײַן נטיה צו מרה־שחורה איז פֿאַרבליבן מיט אים, און ער האָט שטאַרק גענומען צום האַרצן ניט נאָר זײַנע פּערזענלעכע פּראָבלעמען, נאָר אויך די צרות פֿונעם ייִדישן עמך׃ ״עס טרעפֿן זיך בײַ מיר געוויסע צײַטן, ווען איך בין פֿול מיט צאָרן קעגן די רײַכע לײַט, און דעמאָלט טאָר מען פֿאַר מיר ניט דערמאָנען דעם נאָמען פֿון אַ רײַכן מאַן — איך ווער צעפֿלאַקערט, ווי אַ וווּלקאַן, איך שפּײַ מיט פֿאַראַכטונג און זודיקן צאָרן, און מײַנע ווערטער פֿאַרוואַנדלען זיך אין געשרייען פֿון פּראָטעסט."

ניט געקוקט אויף דעם, וואָס נאָך זײַן חתונה מיט פּעסיע לעווין, דער טאָכטער פֿון אַ פֿאַרמעגלעכן באַרדיטשעווער ייִד, האָט אַבראַמאָוויטש באַקומען עטלעכע יאָר "קעסט" פֿון זײַן שווער. ער האָט אָבער שטאַרק געליטן פֿון געלט־מאַנגל. ליטעראַטור האָט אים געמאַכט באַרימט אין דער משׂכּילישער סבֿיבֿה, אָבער קיין ריכטיקע פּרנסה איז דאָס ניט געווען. אין 1868 באַקלאָגט ער זיך אין אַ בריוו פֿון אָדעס צו זײַנעם אַ גוטן פֿרײַנד, לעוו בינשטאָק, אין זשיטאָמיר׃ "איין גאָט ווייסט, ווי ביטער עס איז מיר איצט, ווען איך בין געצוווּנגען צו וואַנדערן ווײַט פֿון מײַן היים, פֿון מײַן געליבטער פֿרוי און פֿון מײַנע ליבע קינדער. איך שטיי פֿיל אויס, טאָג און נאַכט בין איך געווייטיקט. מײַן גאַנצע האָפֿענונג איז איצט, אפֿשר וועל איך באַווײַזן צונויפֿקלײַבן עטוואָס געלט, כּדי צו קאָנען זיך אומקערן אַהיים, זיך זען מיט מײַנע קינדער."

אַבראַמאָווישט האָט כּסדר געמאַכט פֿאַרשידענע פּלענער, ווי אַזוי צו באַקומען אַ פֿעסטע פּרנסה פֿון זײַן ליטעראַרישער אַרבעט. אין די 1860ער יאָרן האָט ער געמאַכט אַ פּאָר פּרוּוון אַרויסצולאָזן, בשותּפֿות מיט אַנדערע משׂכּילים, אַ צײַטונג אויף העברעיִש, אָבער זײַן טירחה איז געווען אַן אומזיסטיקע.

אין 1871 איז אים אײַנגעפֿאַלן אַרויסצוגעבן אַ ייִדישע צײַטונג, אַנשטאָט דעם "קול־מבֿשׂר" פֿון אלכּסנדר צעדערבוים, וווּ עס זײַנען אַרויס מענדעלעס ערשטע ווערק. דעמאָלט האָט ער געלייגט גרויסע האָפֿענונגען אויף דער רוסישער רעגירונג, און איז געפֿאָרן עס פּועלן קיין פּעטערבורג׃ "מײַנע פּעטערבורגער פֿרײַנד און ליבהאָבער ריידן מיך צו אַרויסצוגעבן אין זשיטאָמיר אַ צײַטונג אויף ייִדיש און זיי פֿאַרזיכערן, אַז זיי וועלן זיך באַמיִען בײַ די הויכע באַאַמטע צו באַקומען פֿאַר מיר אַ דערלויבעניש דערויף."

אינטערעסאַנט איז געווען די מאָטיווירונג פֿון אָט דעם פּראָיעקט, וואָס מען האָט פֿאָרגעלייגט דער רוסישער מאַכט. מען דאַרף האַלטן אין זינען, אַז דאָס איז געווען די צײַט נאָך דער מפּלה פֿונעם צווייטן פּוילישן אויפֿשטאַנד אין 1863—1864, אָבער פֿאַר דעם אויפֿקום פֿון די אַנטיסעמיטישע און נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען אין דער רוסישער געזעלשאַפֿט בעת דער מלחמה מיט טערקײַ. אין דעם מאָמענט האָט די רוסישע רעגירונג געהאַלטן, אַז ייִדן קאָנען ווערן ניצלעך פֿאַר דער רוסיפֿיקאַציע־פּאָליטיק אינעם מערבֿדיקן קאַנט, און העלפֿן בפֿרט אינעם קאַמף קעגן דער פּוילישער השפּעה.

אַבראַמאָוויטש האָט מסתּמא גוט געפֿילט דעם צײַטגײַסט׃

אַזוי ווי די שטרעבונג פֿון דער רעגירונג און איר פֿאַרלאַנג באַשטייט אין פֿאַרשפּרייטן צווישן ייִדן דאָס געפֿיל פֿון רוסן, אויסלערנען זיי די לאַנד־שפּראַך, זיי זאָלן ווערן אייניק מיט דער הויפּט־באַפֿעלקערונג, זיך באַטייליקן אין אירע באַדערפֿענישן און מיטפֿילן אירע נויטן, און אַזוי ווײַטער — דעריבער וואָלט געווען רעכט און נויטיק אויסצוקלײַבן די ייִדישע שפּראַך פֿאַר אַ פּאַסיק מיטל אויף צו דערגרייכן דעם געוווּנטשענעם ציל.

מאָראַלישע אַרטיקלען, אַרטיקלען וועגן וועלט־געשעענישן און נאַטור־וויסנשאַפֿט; אַרטיקלען, וואָס פֿלאַנצן אײַן ליבע צום פֿאָטערלאַנד, און נאָך אַנדערע אַזעלכע זאַכן, וואָס וועלן קומען אין דער ייִדישער צײַטונג, וועלן אויפֿוועקן די ייִדן פֿון זייער שלאָף, און זיי אַלע וועלן זיך באַמיִען צו באַקענען זיך מיט דעם, וואָס עס פֿאָדערט פֿון זיי די צײַט און די רעגירונג.

אָבער מסתּמא האָט אַבראַמאָוויטשעס אַרגומענט — צו שאַפֿן אַ ייִדישע צײַנטונג, כּדי אויסצולערנען ייִדן די רוסישע "לאַנד־שפּראַך" — געווען ניט גענוג איבערצײַגעוודיק פֿאַר די געהעריקע מלוכה־אינסטאַנצן, און קיין דערלויבעניש האָט ער קיין מאָל ניט באַקומען.

אַבראַמאָוויטש האָט אָפֿט גענומען טיף צום האַרצן אַפֿילו די סאַמע קלענסטע קריטישע באַמערקונגען וועגן זײַן שאַפֿונג. ניט זעלטן פֿלעגט ער זיך קלאָגן אין בריוו צו בינשטאָק׃ ״איך בין ווי איינער פֿון יענע אומגליקלעכע מענטשן אין די וווּנדער־דערציילונגען, וואָס זײַנען דורך אַ בייזן כּישוף פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין מאָדנע באַשעפֿענישן׃ זיי זעען, באַגרײַפֿן, פֿילן, טרויערן, אָבער זיי פֿאַרמאָגן ניט די פֿעיִקייט צו רעדן, זיי קענען ניט אויסדריקן פֿאַר די נאָענטע זייער געמיט, אַרויסזאָגן זייער קומער. [...] מײַן צונג פֿאַרמאָגט ניט קיין וואָרט!״

ווי קאָן עס זײַן, אַז אַבראַמאָוויטשעס צונג, די סאַמע געשליפֿענע אין דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור, "פֿאַרמאָגט ניט קיין וואָרט"? אין 1881 איז ער אַריבער פֿון זשיטאָמיר קיין אָדעס, אָבער דאָס איז אפֿשר געווען דאָס סאַמע ביטערע יאָר אין זײַן לעבן. דער טויט פֿון זײַן טאָכטער און די פּאָגראָמען נאָכן מאָרד פֿונעם צאַר אַלעקסאַנדער דעם צווייטן, האָבן אים אַרײַנגעטריבן אין אַ שווערמוטיקער דעפּרעסיע.

די מרה־שחורה, וואָס איז אים באַפֿאַלן אין דער דאָזיקער צײַט, האָט גורם געווען בײַ אים טיפֿע ספֿיקות אין דעם זין אַליין פֿון שרײַבן׃

מיר האָבן קינדער, פֿרײַנד, וואָס אין זיי הענגט אָפּ אונדזער לעבן, און מיר בײַטן זיי לסוף אויך אויס אויף פּאַפּירלעך, זיי אַליין ווערן דערווײַטערט, צעזייט, צעשפּרייט און אַנשטאָט זיי, האָבן מיר זייערע פּאַפּירלעך — שטומע בריוולעך. [...] בײַ מיר איז אַצינד אַזאַ צײַט, וואָס מײַנע קינדער, מײַנע בעסטע פֿרײַנד זײַנען אויסגעוועקסלט פֿון מזומנים אין פּאַפּירן. במזומנים האָב איך נישט, נאָר לויטער צרות.

דער קריזיס האָט געדויערט עטלעכע יאָר, אָבער צום סוף פֿון די 1880ער יאָרן האָט זיך אַבראַמאָוויטש גענומען פֿאַר אַ נײַעם פּראָיעקט׃ אַרויסצוגעבן זײַנע ווערק פֿון דאָס נײַ, איבערגעניצעוועט אין הסכּם מיט די נײַע ליטעראַרישע באַגריפֿן. ער האָט גערן אָנגענומען די נײַע ראָלע, וואָס עס האָט פֿאַר אים אויסגעטראַכט שלום־עליכם׃ "דער זיידע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור".

צוערשט אָבער, האָט ער נאָך איין מאָל געטאָן אַ פּרוּוו צו באַקומען אַ דערלויבעניש אויף אַרויסצוגעבן אַ ייִדישע צײַטונג; דאָס מאָל, בשותּפֿות מיט מרדכי ספּעקטאָר. די נײַע אויסגאַבע, וואָס האָט געדאַרפֿט הייסן "דער שפּיגל", האָט געהאַט אַן אַנדערע, מער אַרומנעמיקע פּראָגראַם, איידער דער פּראָיעקט פֿון 1871. רוסיפֿיקאַציע איז ניט געווען צווישן די צילן פֿון דער צײַטשריפֿט מיטן פֿולן טיטל׃ "דער שפּיגל אויף אָנצוקוקן אַלצדינג אין דער פּאָליטיק און דער שרײַבערישער וועלט און אין דעם ייִדישן עולם."

די נײַע אויסגאַבע האָט געדאַרפֿט האָבן די פֿאָלגנדיקע אָפּטיילן׃


א) וואָס פּאַסירט אין דער וועלט;

ב) וואָס פּאַסירט אין דעם ייִדישן עולם;

ג) שרײַבערײַ;

ד) תּורה און חכמה־זאַכן;

ה) מיסחר און אַרבעט;

ו) אַ מישמאַש פֿון אַלערליי מיני זאַכענישן;

ז) אַלערליי מיני אָביאַוולעניעס [אַנאָנסן].


דער דאָזיקער פּלאַן האָט אויך ניט געקלאַפּט, און אין 1888 האָט זיך ספּעקטאָר גענומען פֿאַר אַרויסגעבן דעם ליטעראַרישן אַלמאַנאַך "דער הויזפֿרײַנד". אַבראַמאָוויטש האָט אויסגענוצט די דאָזיקע געלעגנהייט, כּדי מחייה־מתים צו זײַן די אַלטע מענדעלע־געשטאַלט. מיט דעם נײַעם נוסח פֿון "פֿישקע דער קרומער" האָט זיך אָנגעהויבן די סעריע פּובליקאַציעס פֿון ס׳נײַ, "קאַנאָנישע" וואַריאַנטן פֿון מענדעלעס ווערק אויף ייִדיש און העברעיִש.

די נײַע פּובליקאַציע פֿון "פֿישקע" איז באַגלייט געוואָרן מיט אַ "שליסל־צעטל", אַן אָפּמאַך צווישן דעם מחבר און זײַן לייענערשאַפֿט, "די ייִדישע קינדער". מיט דעם האָט זיך אָנגעהויבן די לעצטע תּקופֿה אין אַבראַמאָוויטשעס ליטעראַרישער קאַריערע, זײַן "זיידע"־פּעריאָד.