הערמאַן יאַבלאָקאָוו, דער אַקטיאָר, פּראָדוצירער, דראַמאַטורג, ליריציסט, לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן, איז באַוווּסט, און וועט בלײַבן באַוווּסט, דער עיקר פֿאַר שרײַבן איינע פֿון די פּאָפּולערסטע ייִדישע טעאַטער־ און ראַדיאָ־לידער — "פּאַפּיראָסן". זינט ער האָט עס רעקאָרדירט צום ערשטן מאָל אויף דער ראַדיאָ אין די 0391ער יאָרן, איז דאָס ליד געוואָרן זייער פּאָפּולער; אַ סך זינגערס האָבן עס רעקאָרדירט, און עס האָט אים געבראַכט פֿיל אָנזען און באַרימטקייט.
יאַבלאָקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין גראָדנע, ווײַסרוסלאַנד, אין, 1903 וווּ ער איז געווען אַ משורר און געשפּילט ייִנגלשע ראָלעס אין טעאַטער. נאָכן באַטייליקן זיך אין פֿאַרשיידענע טרופּעס, האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע אין, 1924 וווּ ער איז געוואָרן אַן אָנגעזעענע פּערזענלעכקייט אין ייִדישן טעאַטער און ראַדיאָ. איינע פֿון זײַנע באַרימטסטע פּיעסעס איז געווען "דער פּאַיאַץ" און אַזוי פֿלעגט ער זיך רופֿן שפּעטער.
וועגן זײַן ליד "פּאַפּיראָסן" שרײַבט ער אין זײַן אויטאָביאָגראַפיע "אַרום דער וועלט מיט ייִדיש טעאַטער". אין 1922 האָט ער בײַגעוווינט דעם שלעכטן מצבֿ און אָרעמקייט פֿון די יתומים. עס האָט אים דערמאָנט אָן דער דײַטשער אָקופּאַציע פֿון גראָדנע בעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען ער, ווי אַ יתום האָט געפּעדלט פּאַפּיראָסן. ווען ער איז געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט ער אָנגעפֿירט מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם אויףWEVD , און אין 1932 האָט ער געזונגען אַ טייל פֿונעם ליד "פּאַפּיראָסן" בײַם סוף פֿון אַ פּראָגראַם. צוהערערס האָבן אָנגעהויבן טעלעפֿאָנירן דעם סטודיאָ און געבעטן מע זאָל נאָך אַ מאָל זינגען דאָס ליד און אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן זײַן גוואַלדיקער דערפֿאָלג. מע האָט פֿאַרבעטן יאַבלאָקאָוון צו זינגען דאָס ליד אויף אַנדערע סטאַנציעס, און טויזנטער קאָפּיעס פֿון דעם ליד אין בויגן־מוזיק האָט מען פֿאַרקויפֿט. דאָס ליד איז געוואָרן פּאָפּולער אין אייראָפּע אויך, און אַ טייל פֿון דער מעלאָדיע איז געוואָרן אינקאָרפּאָרירט אין לייב נײַדוסעס ליד "נעמילע". בעת דעם חורבן זײַנען די ווערטער און מוזיק געוואָרן אַדאַפּטירט פֿאַר צוויי געטאָ־לידער: "עס איז געווען אַ זומער־טאָג" און "די ברויט־פֿאַרקויפֿערין". וועגן דער מעלאָדיע עקזיסטירט אַ פּלוגתּא. פּראָפֿעסאָר ראָבערט אַ. ראָטשטיין פֿון מאַסאַטשוסעטס אוניווערסיטעט, וואָס איז אַ מומחה אויף דעם געביט, האָט געפֿונען פֿריִערדיקע מוזיקאַלישע פּאַראַלעלן אין בולגאַרישע און רומענישע לידער. עס זײַנען אויך פֿאַראַן רוסישע לידער מיט אַן ענלעכער מעלאָדיע (זען מײַן בוך Pearls of Yiddish Song). דאָס ליד איז אַ טראַגישער מעלאָדראַמאַטישער לאַמענט וואָס מיר דרוקן צוליב זײַן ווירקונג:
אַ קאַלטע נאַכט, אַ נעפּלדיקע,
פֿינצטער אומעטום,
שטייט אַ ייִנגעלע פֿאַרטרויערט,
און קוקט זיך אַרום.
פֿון רעגן שיצט אים נאָר אַ וואַנט,
אַ קאָשיקל טראָגט ער אין האַנט,
און זײַנע אויגן בעטן יעדן שטום.
איך האָב שוין ניט קיין כּוח מער
אַרומצוגיין אין גאַס,
הונגעריק און אָפּגעריסן
פֿון דעם רעגן נאַס,
איך שלעפּ אַרום זיך פֿון באַגינען,
קיינער גיט ניט צו פֿאַרדינען,
אַלע לאַכן, מאַכן פֿון מיר שפּאַס.
רעפֿרען:
קופּיטיע, קויפֿט זשע, קויפֿט פּאַפּיראָסן,
טרוקענע, פֿון רעגן ניט פֿאַרגאָסן,
קויפֿט זשע ביליק, בנאמנות,
קויפֿט און האָט אויף מיר רחמנות,
ראַטעוועט פֿון הונגער מיך אַצינד.
קופּיטיע, קויפֿט זשע שוועבעלעך אַנטיקן,
דערמיט וועט איר אַ יתומל דערקוויקן,
אומזיסט מײַן שרײַען און מײַן לויפֿן,
קיינער וויל בײַ מיר ניט קויפֿן,
אויסגיין וועל איך מוזן ווי אַ הונט.
מײַן טאַטע אין מלחמה האָט פֿאַרלוירן זײַנע הענט,
מײַן מאַמע האָט די צרות מער אויסהאַלטן ניט געקענט,
יונג אין קבֿר זי געטריבן,
בין איך אויף דער וועלט פֿאַרבליבן
אומגליקלעך און עלנט ווי אַ שטיין.
ברעקלעך קלײַב איך אויף צום עסן אויף דעם אַלטן מאַרק,
אַ האַרטע באַנק איז מײַן געלעגער אין דעם קאַלטן פּאַרק,
און דערצו די פּאָליציאַנטן
שלאָגן מיך מיט שווערדן, קאַנטן,
ס׳העלפֿט ניט מײַן בעטן, מײַן געוויין.
איך האָב געהאַט אַ שוועסטערל, אַ קינד פֿון דער נאַטור,
מיט מיר צוזאַמען זיך געשלעפּט האָט זי אַ גאַנצן יאָר,
מיט איר געווען איז מיר פֿיל גרינגער,
לײַכטער ווערן פֿלעגט דער הונגער
ווען איך פֿלעג אַ קוק טאָן נאָר אויף איר.
מיט אַ מאָל געוואָרן איז זי שוואַך און זייער קראַנק,
אויף מײַנע הענט געשטאָרבן איז זי, אויף אַ גאַסנבאַנק.
און אַז איך האָב זי פֿאַרלוירן,
האָב איך אַלץ שוין אָנגעוווירן,
זאָל דער טויט שוין קומען אויך צו מיר.
נאָך אַ ליד יאַבלאָקאָווס, וואָס איז געווען פּאָפּולער, איז "דער דישוואַשער" אין וועלכן דער כּלים־וואַשער באַקלאָגט זיך אויף זײַן דאָליע. אינטערעסאַנט איז וואָס אַ טייל פֿון דער מעלאָדיע איז ענלעך צום ליד "אַרום דעם פֿײַער", און די מעלאָדיע ווערט אויך באַניצט אין אַ שבתדיקן זמר. די ערשטע סטראָפֿע איז:
אין אַ רעסטאָראַן האָב איך געזען
אַן אַלטן מאַן אין קיטשען שטיין,
אַרום אים רעשט, ער רעדט קיין וואָרט,
ער שטייט און וואַשט די דישעס דאָרט,
און מיט געפֿיל
ברומט ער שטיל:
איך וואַש
מיט מײַנע קראַנקע הענט,
איך וואַש און וואַש,
פֿאַרדין איך אַ פּאָר סענט,
פֿון פֿרי ביז שפּעט,
פֿאַר אַ טרוקן שטיקל ברויט,
איך וואַש און בעט
אויף זיך אַליין דעם טויט.
אַ סענסאַציע איז פֿאַרלאָפֿן וועגן זײַן ליד "שווײַג מײַן האַרץ". אַ קאָמפּאָזיטאָר עדען אַהבעז האָט געניצט אַ טייל פֿון דער מעלאָדיע פֿאַר זײַן ליד Nature Boy , וואָס איז געוואָרן איינס פֿון די פּאָפּולערסטע לידער אין אַמעריקע, נאָך דעם ווי דער באַוווּסטער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער זינגער נעט קינג קאָל האָט עס פֿאָרגעשטעלט. אַהבעז האָט שפּעטער באַצאָלט יאַבלאָקאָוון פֿינף און צוואַנציק טויזנט דאָלאַר פֿאַר פּלאַגיירן די מוזיק.
נאָך אַן אויפֿטו וואָס איז כּדאַי צו דערמאָנען איז זײַנע איבערזעצונגען, וואָס ער פֿלעגט מאַכן פֿאַר די באַרימטע באַרי־שוועסטער.
נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט יאַבלאָקאָוו געטאָן אַ גרויסע מיצווה און געמאַכט אַ לאַנגן טורניי איבער די שארית־הפּליטה־לאַגערן אין דײַטשלאַנד, עסטרײַך און איטאַליע, וווּ ער איז אויפֿגעטראָטן מער ווי 100 מאָל פֿאַר 180,000 פּליטים. ער באַשרײַבט די געשעענישן אין זײַן צוויי־בענדיקער אויטאָביאָגראַפֿיע. פֿאַר זײַן וווילטעטיקן אויפֿטו האָט ער באַקומען אַ ספּעציעלן סערטיפֿיקאַט פֿון דער רעגירונג.
יאַבלאָקאָוו האָט געהאַט אַ דינאַמישע פּערזענלעכקייט, און איז אַלע מאָל געווען אַרומגערינגלט מיט פֿרײַנד. מיר האָבן אים געטראָפֿן ווען ער און יאָסל מלאָטעק האָבן געשאַפֿן אַ געלונגענעם מאָנטאַזש לכּבֿוד אַ יובֿל פֿון ייִדישן טעאַטער, מיט גוסטאַוו בערגער, מרים קרעסין, מינאַ בערן און בען באָנוס א״אַנד. דערנאָך פֿלעגן מיר אים טרעפֿן מיט זײַן פֿרוי בעלאַ מײַזיל אין זייער היים אין ברוקלין, נאָך די יערלעכע קאָנצערטן אין די פּאַרקן וואָס יאָסל פֿלעגט אָרגאַניזירן פֿאַרן אַרבעטער־רינג. דאָס פֿלעגן זײַן אָוונטן פֿול מיט געזאַנג און הומאָר.