ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

אין 1986, איז, אין ניו־יאָרק, געבוירן געוואָרן די קאַפּעליע "קלעזמאַטיקס" — אַן אייגנאַרטיקע גרופּע, וואָס האָט, דורך איר מוזיק, אויסגעפֿורעמט די הײַנטיקע השׂגה פֿון קלעזמער־מוזיק. די "קלעזמאַטיקס" זענען נישט געווען די ערשטע פֿון די אויפֿלעבערס פֿון דער אַלטער מוזיק, אָבער זיי זענען מסתּמא די וויכטיקסטע, מיט אַ השפּעה וואָס גרייכט איבער דער גאָרער וועלט. אין 2006 האָבן זיי געוווּנען אַ "גראַמי"־פּריז, די העכסטע אָנערקענונג פֿאַר מוזיקער פֿון דער "מוזיק־אינדוסטריע" — די איינציקע קלעזמאָרים צו באַקומען דעם פּריז. אין אַ קינסטלערישער וועלט, וווּ מוזיקער הייבן אָן נײַע פּראָיעקטן, אָבער אָפֿט מאָל דערפֿירן זיי נישט ביזן סוף, איז אַ חידוש, וואָס די "קלעזמאַטיקס" זענען געבליבן צוזאַמען פֿאַר אַזאַ לאַנגער צײַט און, דער עיקר, געבליבן שאַפֿעריש מיט נײַע געדאַנקען.

הײַנט שפּילן נאָר דרײַ מוזיקער פֿון די ערשטע באַטייליקטע אין דער גרופּע — דער טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, דער זינגער לאָרין סקלאַמבערג און דער באַסיסט און צימבלער פּאָל מאָריסעט. די אָריגינעלע פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס איז אַוועק פֿון דער גרופּע מיט צען יאָר צוריק, און הײַנט פֿאַרנעמט איר אָרט ליסאַ גוטקין. פֿאַרשיידענע קלאַרנעטיסטן האָבן געשפּילט אין דער גרופּע במשך פֿון איר געשיכטע: צו ערשט, מאַרגאָ לעווערעט, דערנאָך דוד קראַקאַוער, און נאָך אים מאַט דאַריאָ, וועלכער שפּילט נאָך הײַנט. אויפֿן אָרט פֿונעם ערשטן פּײַקלער דוד ליכט, איז געקומען ריטשי באַרשיי.

די לעגענדע ווי אַזוי די גרופּע איז געשאַפֿן געוואָרן דערציילט מען אַזוי: עמעצער האָט אַרײַנגעגעבן אַן אַנאָנס אין דער צײַטונג, אַז ער זוכט אַנדערע מוזיקער צו שאַפֿן אַ קאַפּעליע. מוזיקער זענען געקומען אויפֿן באַשטימטן אָרט, צו דער באַשטימטער צײַט, אָבער דער מענטש וואָס האָט געדרוקט דעם אַנאָנס, איז אַליין נישט געקומען. האָבן די מוזיקער אָן אים פֿאָרמירט "די קלעזמאַטיקס".

אין דער ערשטער רעקאָרדירונג "שווײַגן־טויט", וואָס איז אַרויס אין דײַטשלאַנד, האָט די גרופּע פֿעסטגעשטעלט זייער קינסטלערישע נטיה צונויפֿצופֿלעכטן דעם אַוואַנגאַרדישן צוגאַנג מיט אַ טראַדיציאָנעלן קלאַנג סײַ אין דער אינסטרומענטאַלער קלעזמער־מוזיק, סײַ אין די ייִדישע לידער. די שיטה האָבן די קריטיקער וואַרעם אויפֿגענומען. מע דאַרף אַרויסהייבן דעם פֿײַנעם חוש פֿון די "קלעזמאַטיקס" אויפֿצופֿרישן אַלטע פֿאָלקסלידער און זיי באַקאַנט צו מאַכן. די לידער וואָס זיי האָבן פֿאַרשריבן און געזונגען אויף קאָנצערטן האָבן אַ סך אַנדערע קאַפּעליעס אין גיכן אויך רעקאָרדירט. למשל, נאָך דעם ווי די גרופּע האָט רעקאָרדירט "אַלע ברידער" פֿון מאָריס ווינטשעווסקי האָט מען דאָס געקענט הערן אויף אַלע פֿעסטיוואַלן און אין אַ צאָל נײַע קאָמפּאַקטלעך. די קאַפּעליע האָט אָבער צוגעגעבן זייערע אייגענע "מער דערהײַנטיטקע" סטראָפֿעס: איינע וועגן פֿרויען —

און מיר זענען אַלע שוועסטער

אוי, אוי, אַלע שוועסטער

אַזוי ווי רחל, רות און אסתּר,

אוי, אוי, אוי

און איין סטראָפֿע וועגן "פֿריילעכע" (האָמאָסעקסואַליסטן) —

און מיר זענען אַלע פֿריילעך,

אוי, אוי אַלע פֿריילעך.

אַזוי ווי יונתן און דוד המלך,

אוי, אוי, אוי.

נאָך אַ משל קען מען ברענגען — מאַרק וואַרשאַווסקיס ליד "שׂימחת־תּורה" ("קינדער, מיר האָבן שׂימחת־תּורה"), האָבן זיי פֿאַרשריבן אויפֿן קאָמפּאַקטל Jews With Horns (1995), און עס איז געוואָרן דער הויכפּונקט פֿונעם פֿילם "אינעם פֿידלערס הויז" מיט יצחק פּערלמאַן.

אַ דאַנק די פֿאַרשיידענע אינטערעסן פֿון לאָנדאָן און סקלאַמבערג, האָט "די קלעזמאַטיקס" אַנטוויקלט מוזיקאַלישע פֿאַרבינדונגען מיט כּלערליי מינים מוזיקער און אַנדערע קינסטלער אין ניו־יאָרק פֿון דער ייִדישער און נישט־ייִדישער וועלט — פֿאָלקמוזיקער, דזשעז־שפּילער, באַלקאַנישע מוזיקער, בינע־קינסלטער. אָבער ווײַט פֿון די וואָרצלען פֿון דער ייִדישער פֿאָלקמוזיק האָבן זיי קיין מאָל נישט אַוועקגעוואַנדערט. לדוגמא — צו דוד איידלשטאַדטס אַלט ראַדיקאַל ליד "אין קאַמף" האָבן זיי געשאַפֿן אַ מאָדערנע אַראַנזשירונג, אָבער אַ כאָר פֿון עלטערע ייִדן, וואָס האָבן דאָס ליד מסתּמא געדענקט פֿון זייער יוגנט, זינגט מיט.

די מיטאַרבעט מיט אַנדערע מוזיקער האָט אויך דערגרייכט ישׂראל. מיט דער זינגערין חוה אַלבערשטיין האָבן זיי רעקאָרדירט זייער וויכטיקסטע רעקאָרדירונג — "דער ברונעם", אַרויס אין 1998, וואָס באַשטייט פֿון אַלבערשטיינס קאָמפּאָזיציעס צו די לידער פֿון ייִדישע פּאָעטן, צווישן זיי אַ. אַלמי און אַבֿרהם רייזען. דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס אַלבערשטיין האָט רעקאָרדירט אויף ייִדיש אין די לעצטע עלף יאָר, און די מיטאַרבעט האָט פּראָדוצירט עטלעכע קלאַסישע לידער, ווי דאָס חורבן־ליד "מײַן שוועסטער חיה", ווערטער פֿון בונעם העלער, און איציק פֿעפֿערס "דער ברונעם". נישט געקוקט אויפֿן רעלאַטיוו קליינעם מאַרק פֿאַר ייִדיש און ייִדישער מוזיק, האָבן די "קלעזמאַטיקס" באַוויזן צו שטעלן די מוזיק בײַם אויבן אָן פֿונעם נײַעם זשאַנער — "וועלט־מוזיק".

נאָך דעם ווי די טאָכטער פֿונעם אַמעריקאַנער פֿאָלקס־טרובאַדור וווּדי גאָטרי האָט פֿאַרבעטן די קאַפּעליע צו רעקאָרדירן אַ זאַמלונג פֿון זײַנע ייִדיש־טעמאַטישע לידער־טעקסטן אויף ענגליש, האָבן זיי אַרויסגעגעבן צוויי קאָמפּאַקטלעך: אַ חנוכּה־רעקאָרדירונג אין 2006, און די רעקאָרדירונג Wonder Wheel, לידער וואָס וווּדי גאָטרי האָט געשריבן אין ברוקלין. די רעקאָרדירונג האָט געוווּנען דעם "גראַמי"־פּריז, און ס׳איז נאָר אַ שאָד, וואָס דווקא דעם פּריז האָט מען געוווּנען פֿאַר אַ רעקאָרדירונג אויף ענגליש, און נישט אויף ייִדיש.

דאָס יאָר האָט מען אַרויסגעלאָזט אַ פֿילם וועגן דער גרופּע "On Holy Ground" (אויף הייליקער ערד), וואָס ווערט איצט געוויזן איבער אַמעריקע. אינעם פֿילם באַקענט מען זיך מיט די מיטגלידער פֿון דער גרופּע און ווי די מיטאַרבעט, בפֿרט צווישן לאָרין סקלאַמבערג און פֿרענק לאָנדאָן, ווערט אויסגעדריקט אין דער מוזיק. די צוויי אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער קאַפּעליע זענען אויך באַליבטע לערערס אויף די פֿאַרשיידענע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט און האָבן אַ גרויסע השפּעה אויף דער אַנטוויקלונג פֿון קלעזמער־מוזיק הײַנט.

"די קלעזמאַטיקס" האָבן נישט אויסגעשעפּט זייערע נײַע געדאַנקען, און זייער אינטערעס מיטצואַרבעטן מיט אַנדערע מוזיקער. אָבער תּמיד בײַם שאַפֿן האַלטן זיי אין זינען דעם ייִדישן מוזיקאַלישן פֿאָלקס־אוצר.