פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

דעם 25סטן מאַרץ איז געוואָרן 100 יאָר זינט דעם טראַגישן טרײַענגל־פֿײַער, און אין "פֿאָרווערטס" האָט מען אָפּגעצייכנט די דאַטע מיט אַרטיקלען און באַריכטן אד"גל — אויך מיט אַ ליד פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד. עס זײַנען אויך געווען אַנדערע לידער; לידער מיט מוזיק, און ראָזענפֿעלדס אַ ספּעציעל שטאַרקע קינה, וואָס מיר ווילן דערמאָנען אין אָנדענק פֿון דער טרויעריקער געשעעניש.

דאָס ערשטע ליד הייסט "מאַמעניו אָדער עלעגיע פֿאַר די טרײַענגל־פֿײַער־קרבנות", ווערטער פֿון אַנשל שאָר, מוזיק פֿון יוסל רומשינסקי, געדרוקט אין . 1911


עס רײַסט דאָס האַרץ פֿון דער שרעקלעכער פּלאָג,

ס׳ייִדישע פֿאָלק קלאָגט און וויינט, און ברעכט די הענט.

עס ברעכט אויס אַ פֿײַער, אין העלן טאָג

און הונדערטער אַרבעטער, זיי ווערן פֿאַרברענט.


די וואָס זײַנען פֿון פֿײַער אַנטרינען

האָבן שפּרינגענדיק זייער טויט געפֿינען.

די "מאָרג" איז פֿול,

מען ווערט שיעור דיל,

ווי אַ מאַמע קלאָגט דאָרט אין דער שטיל:

— אוי־וויי, קינדעניו!

רײַסט זיך בײַ די האָר די מאַמעניו,

— צוליב דעם שטיקל ברויט

האָט אַ שרעקלעכער טויט

גערויבט מיר מײַן איינציק קינד;

טויט ליגט מײַן מיידעלע,

תּכריכים שטאָט אַ חופּה־קליידעלע,

וויי איז מײַנע יאָר,

אַ קינד פֿון זעכצן יאָר,

אוי, מאַמע, מאַמע, וויי איז מיר!


דאָס צווייטע ליד וואָס איז געווען געדרוקט אין אַ לידער־בויגן "די פֿײַער־קרבנות" האָבן מיר באַקומען פֿון איוו סיקולאַר, וואָס האָט געשריבן אַ פֿײַנעם עסיי וועגן דעם ליד. די ווערטער זײַנען פֿון לויִס גילראָד און די מוזיק איז פֿון ד. מייעראָוויץ. דער אָנהייב לייענט זיך:

די שטונדע האָט געקלאַפּט,

דער שאַפּ האָט געסטאַפּט

אין דער גרויסער ווייסט־פֿעקטאָרי.

די אַרבעטער, זיי

האָבן געקראָגן די פּיי

און געאײַלט זיך אַהיימגיין פֿאַר פֿרי.

נאָר פּלוצים, אוי־וויי,

אַ שרעק, אַ געשריי,

אַ העלישער פֿײַער ברעכט אויס.

פֿון איבעראַל קומען

פֿאַרצווייפֿלטע שטימען

אַיעדער וויל פֿריִער אַרויס.


פֿײַערלײַט קלינגען,

פֿון צענטן פֿלאָר שפּרינגען

מיידלעך פֿאַר אַנגסט און פֿון נויט.

עס קראַכט אומגעהײַער

דאָס שרעקלעכע פֿײַער

און פֿאַרברענט יונגע לייבן צום טויט.


מיר ברענגען צום סוף די ספּעציעל רירנדיקע קינה פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, וואָס אַ טייל פֿון איר געפֿינט זיך אויף דער פּלאַטע "דאָס גאָלדענע לאַנד" פֿון יאָסל מלאָטעק:


די רויטע בהלה

(אויף פֿאַרברענטע פֿאַבריק־מיידלעך אין ניו־יאָרק)

ניט קיין שלאַכט, ניט קיין פֿאַרטײַוולטער פּאָגראָם

האָט אָנגעפֿילט די גרעסטע שטאָט מיט קלאָגן,

די ערד האָט ניט געציטערט אין איר תּהום,

עס האָט קיין בליץ, קיין דונער ניט געשלאָגן;

סע האָבן קיין שוואַרצע וועטער־וואָלקנס ניט געקראַכט,

און קיין קאַנאָנען ניט די לופֿט צעאַקערט —

אָ, ניין! דאָס האָט אַ מוראדיקע העל דערוואַכט,

אַ שקלאַפֿן־נעסט מיט שקלאַפֿן ווילד געפֿלאַקערט,

דאָס האָט דער גאָלד־גאָט מיט אַ בראַנד־געלעכטער

געפֿרעסן אונדזערע זין און טעכטער,

געלעקט די לעבנס מיט זײַנע רויטע צונגען —

זיי זײַנען אין דעם טויט געשפּרונגען,

אין זײַן שויס געדרונגען,

ער האָט זיי געכאַפּט, געלאַכט, געזונגען...

ער האָט זיי פֿאַרשלונגען.


* * *

זיי זײַנען געזעסן אין זייער יאָך פֿאַרטיפֿט,

זייער שווייס האָט געטריפֿט —

אין דעם פֿאַרטויבנדן געזשום

פֿון מאַשינען אַרום, —

ווען צען שטאָק אין דער הויך,

האָט זיי פֿאַרוויקלט דער רויך,

פֿאַרשפּונען דער פֿלאַם,

און אַ גלוטיקער ים

געפֿרעסן, גענאַשט,

פֿאַרקוילט, פֿאַראַשט!


* * *

שוועסטער מײַנע! יונגע שוועסטער!

מײַנע יונגע ברידער!...

טרויערט מײַנע לידער!

יאָמערט און טרויערט!...

זעט ווי עס לויערט

פֿון טונקעלע נעסטער

דעם אַרבעטערס טויט;

ווי ער האַלט זײַן ברויט...

ווי ער גלאָצט בײַ זײַן טיר,

בײַ זײַן אָרעם געצעלט —

וויי, וויי איז מיר!

וויי, וויי דיר, וועלט!


אַ שבת איז דאָס געווען,

אַן אַרבעטערס אַ שבת,

זײַן "קידוש!"... זײַן "הבֿדלה!"...

די רויטע בהלה

איז פּלוצלינג געשען,

געשיקט פֿון דעם רײַכן,

דעם פּרינץ פֿון געלט.

אָ, אָ, וויי אָן אַ גלײַכן!

פֿליסט טרערנטײַכן,

אַ פֿלוך דער אָרדענונג!

אַ פֿלוך דער אומאָרדענונג!

אַ פֿלוך דער וועלט!


* * *

אויף וועמען זאָל מען פֿריִער קלאָגן?

אויף די פֿאַרברענטע?

אויף די ניט־דערקענטע?

אויף די, וואָס קדיש זאָגן?

אויף די פֿאַרקריפּלטע,

פֿון "זײַן" געטראָגן?

מײַן טרערנטײַך

אויף אײַך אַלעמען גלײַך!


* * *

פֿאַרהיל זיך אין שוואַרצן, דו גאָלדן לאַנד!

צו טיף דײַן פֿאַרברעכן, צו שרעקלעך דײַן שאַנד,

צו טויב דײַן געוויסן, צו בלינד דײַן געזעץ,

צו טײַוולש דײַן "האַווען", צו בלוטיק דײַן נעץ,

דײַן נעץ, וועלכע פֿאַנגט דײַנע אָרעמע־לייט —

ס׳וועט קומען די צײַט!... ס׳וועט קומען דײַן צײַט!...


* * *

צינדט יאָרצײַט־ליכט אָן אין די ייִדישע גאַסן!

דער בראָך איז דער בראָך פֿון די ייִדישע מאַסן,

פֿון אונדזערע מאַסן פֿאַרחושכט און אָרעם.

ס׳איז אונדזער לוויה, יאָ, — אונדזערע קבֿרים,

ס׳האָט אונדזערע קינדער, וויי, אונדזערע בלומען,

דער פֿײַער פֿון אונדזערע אָרעמס גענומען.

וויי! אונדזערע ליבע פֿאַרשׂרפֿעטע קוילן,

וויי! אונדזערע פֿריידן אַ העלע מיט גרוילן,

וויי! אונדזערע גליקן אַ באַרג מיט אַרונות,

וויי! אונדזערע זיסע — גיהנום זכרונות!...