דאָס פּינטעלע ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

שוין טאַקע אַ היפּשע צײַט, ייִדישע קינדער, אַז איך האָב אײַך ניט געשריבן, און ווייס מסתּמא פֿאַרוואָס. אײַ, טאָמער וועלן אַנדערע אַרײַנלייגן דרינען טעמים מיט זייערע אויבער־הסברות, אַז דעריבער איז עס, ווײַל שרײַבן דעם ייִדישן עולם איז נאָר איין עבֿירה די הוצאות, אָדער ווײַל דער ייִדישער עולם לייענט אַמאָל דאָס בריוול פֿאַרקערט, אויף זײַן שטייגער, און דורך דעם קומט אַרויס פֿון ביידע זײַטן אַ בלאָזעניש, אָדער ווײַל אין דער לעצטער צײַט האָבן עפּעס מיני גוטע־פֿרײַנד מיט גאַנצע מחנות דעם עולם קראַנק געמאַכט אַ קאָפּ מיט זייער שרײַבעניש, זייערע עצות, אַזוי אַז דער איז אַראָפּ פֿון זינען און ס׳איז נישט געווען מישטיינס געזאָגט מיט וועמען צו רעדן — וועט עס מיך נישט אָנהייבן צו אַרן.

עס וועט מיך אַפֿילו נישט אַרן, אויב מע וועט מיינען, אַז מיר איז שוין נימאס געוואָרן האָבן צו טאָן מיט אונדזערע שיינע נפֿשות, אַקעגן וועלכע ס׳איז נישטאָ קיין מיטל ווי אַקעגן וואַנצן. ווי די מעשׂה איז, אַזוי צי אַזוי, איך ווייס מיר מײַנס און גענוג...

אַצינד אָבער האָט זיך מיר גראָד פֿאַרגלוסט שרײַבן, איך האָב מיך שוין טאַקע נאָך אײַך, ייִדישע קינדער, שטאַרק פֿאַרבענקט. וואָס צווישן אונדז איז געווען, עט, נישקשה, פֿאָרט לייבלעכע קרובֿים, זאָלט איר מיר געזונט זײַן.

הינה זײַט וויסן, ייִדישע קינדער, אַז איך בין, געלויבט השם־יתברך, געזונט. די זאַניטעצע אויפֿן פֿינגער האָט זיך מיר פֿאַרהיילט, און איך קען שוין ווידער האַלטן אַ פּען אין דער האַנט. די צונג לייגט מיר זיך שוין ווידער זייער גוט — ווי פֿריִער, מבֿינים האָבן זי נישט לאַנג באַטראַכט און געזאָגט, נישקשה! זי איז געזונט.

וואָס מאַכט איר, מײַנע ליבע ייִדן? הערט איר שוין הײַנט בעסער? איר זענט דאָך אַ לאַנגע צײַט נעבעך טויבלעך געווען אויף איין אויער. השם־יתברך זאָל אויך אין גיכן שיקן אַ רפֿואה־שלמה. בײַ מיר איז דאָ דערצו אַ שפּרוך, אויך אַזעלכע מיני בלעטלעך, איך וועל עס אײַך בלי־נדר צושיקן.

והשנית, בין איך אויך מודיע, אַז איך בין אויסן מאַכן מיט אײַך אַ שטיקל געשעפֿטל. און אויב איר וועט נאָך נישט זײַן קיין עקשנים, קען זײַן, מיר וועלן אַלע אם־ירצה־השם צופֿרידן זײַן. איך רעכן נישט אַזוי אויף גרויסע פֿאַרדינסטן ווי דעראויף, וואָס דערווײַל וועלן מיר דאָך האַנדלען. דאָס האַנדלען גלאַט אַזוי פֿאַר זיך אַליין האָט דאָך פֿאַר אַ ייִדן עפּעס אויך אַ שטיקל ווערט.

בקיצור, די מעשׂה דערפֿון איז אַזאַ׃ שמאַטעס. פֿון שמאַטעס מאַכט מען פּאַפּיר, פֿון פּאַפּיר — ספֿרים. האַ־האַ, טוען זיך ייִדן אַ כאַפּ, מיר שטויסן זיך שוין אָן. שמאַטעס זײַנען דאָך דאָ בײַ אונדז אָן עין־הרעה זייער פֿיל פֿון אַלע מינים. וויל דאָס הײַנט רב מענדל פֿון אונדזערע שמאַטעס מאַכן שפּאָגל־נײַע ספֿרים. יאָ, רבותי, האַלב געטראָפֿן! נישט נאָר קיין שפּאָגל־נײַע, איך וויל נאָך איבערדרוקן אַלע מײַנע אַלטע ספֿרים. הײַנט פֿאַרשטייט איר, וויפֿל שמאַטעס אײַערע מען וועט דאַרפֿן דערצו פֿאַרברויכן, נאָר לאָמיר אָננעמען, אַז איר ווייסט דאָך, וווּהין ער דערלאַנגט. מיר פֿאַרשטייען זיך, האַ, אויפֿן וווּנק, וועט איר גערן זײַן צו פּטרן אײַערע שמאַטעס, געבן דערווײַל כאָטש אויף באָרג.

נעמען אין דער אַרבעט קען מען דערווײַל אויך אויף באָרג. נאָר אין דער דרוק, דאָרט וועט מען אָבער זאָגן׃ ר׳ מענדעלע, אַרויס מיט מזומן. וואָס זשע טוט מען? דעריבער בין איך געפֿאַלן אויף אַזאַ עצהלע׃ איך וועל בײַ אײַך הײַנט, חוץ די שמאַטעס אין קאָמיסיע, אויך נעמען עפּעס געלט פֿאָרויס, און צאָלן וועל איך אײַך דערנאָך מיט ספֿרים. איר פֿאַרשטייט דאָס דרייעלע, דעם שׂכל, וואָס דרינען ליגט? איך האָף, אַז איר וועט דערויף מרוצה זײַן, כאַפּ איך מיך און מאַך מיט אײַך דאָס דאָזיקע שליס־צעטל׃

אַני, איך, החותם מטה, מענדעלע מוכר־ספֿרים, פֿון איין זײַט, און די ייִדישע קינדער, ר׳ ... ר׳ ... און ר׳..., וועלכע שטייען געחתמעט אונטן — פֿון דער אַנדערער זײַט, מאַכן מיר צווישן אונדז אָפּ אַ געשעפֿטל אויף די דאָזיקע אופֿנים.

א) איך, מענדעלע, בין זיך מתחייבֿ נעמען בײַם ייִדישן עולם אַלע מיני שמאַטעס און לאָזן זיי אין דער אַרבעט אַרײַן מיט אַלע קרעפֿטן אויף דרוקן אַלע מײַנע ספֿרים. הן אַלטע שוין, וואָס זײַנען שוין לאַנג געדרוקט און זײַנען מער נישטאָ, הן נײַע, וואָס געפֿינען זיך בײַ מיר אַצינד און וואָס איך וועל מאַכן שפּעטער אם ירצה השם.

ב) די ספֿרים מײַנע וועלן זיך דרוקן כּסדר איינער נאָך דעם אַנדערן אויף שיינעם פּאַפּיר מיט שיינע אותיות און מיט נקודות.

ג) מען מעג צוזעצן אויך דעם פּונקט אַזוי׃ שפּילקעס, וועלכע דער מינהג איז אין דעם שמאַטע־האַנדל צו געבן אין דער ווײַסער חבֿרה, באַדאַרפֿן פֿון מיר, מענדעלע, באַקומען די ווײַסע חבֿרה, ווי עס געהער צו זײַן, שאַרפֿע, שפּיצעכדיקע, גוטע שפּילקעס.

ד) דער ייִדישער עולם, פֿון זײַן זײַט, איז זיך מתחייבֿ, חוץ זײַנע שמאַטעס פֿון דעם שטאָף, פֿון וועלכן מענדעלעס ספֿרים ווערן געמאַכט, צו געבן פֿאָרויס מענדעלען אויך מזומן געלט, איטלעכער אַ רובל. דער רובל הייסט קדימה־געלט; איין מאָל איז ער נייטיק, בכדי ר׳ מענדעלע זאָל אים שטאַנד זײַן צו דרוקן זײַנע ספֿרים, און צווייטנס, בכדי דורך דעם זאָל ער קענען וויסן אין אָנהייב וויפֿל עקזעמפּליאַרן צו דרוקן.

ה) באַלד ווי אַ ספֿר פֿון מענדעלעס ספֿרים גייט אַרויס פֿון דער דרוק, מוז ר׳ מענדעלע אים צושיקן צו איטלעכן פֿונעם ייִדישן עולם, פֿאַר וועלכן איטלעכער איז מחויבֿ באַלד אָפּצושיקן לויט דעם מקח, וואָס פֿאַר דעם ספֿר וועט זײַן געשטעלט, אויף לעצט וועט מען שוין דערהאַלטן ספֿרים לויט רעכענונג אויף דעם חשבון פֿון רובל קדימה־געלט,

בכדי צו באַוואָרענען אַ סך זאַכן, וואָס פּאַסט נישט אַרויסצוזאָגן, אַנדערע נישט מבֿייש צו זײַן... ווערט דאָס קדימה־געלט און בכלל געלט פֿאַר די ספֿרים נישט צוגעשיקט צו מענדעלע, נאָר צו אַ שליש אין די הענט אַרײַן אויף דער דאָזיקער אַדרעסע׃ סאָלאָמאָן מאָיסייעוויטש אַבראַמאָוויטש, אָדעס, באַזאַרנאַיאַ גאַס.

אָט האָט איר אײַך דאָס שליס־צעטל, חתמעט זיך, ייִדישע קינדער, און שיקט אַרײַן באַלד געלט. איר וועט כ׳לעבן קיין חרטה נישט האָבן, ווײַזט זיך הײַנטיקס מאָל, אַז איר זײַט מענטשן, מיט וועלכע עס לוינט זיך מאַכן אַ געשעפֿט. אַ חוץ דעם וועט איר מיך פּשוט מחייה זײַן דערמיט, וואָס איך וועל וויסן, אַז מען רעדט צו אײַך, רופֿט איר זיך אָפּ און זײַט שוין מער ניט טויב. גאָט ווייסט דעם אמת, אַז פֿון אײַער טויבקייט האָב איך געהאַט גרויסע עגמת־נפֿש. עפּעס בין איך דאָך פֿאָרט אײַערער אַן אייגענער, פֿון אײַער פֿלייש און בלוט.