|
די זינגערין שׂרה גאָרדאָן מיט איר גרופּע
"די ייִדישע פּרינצעסין" |
|
פּורים האָט זיך אָנגעהויבן דאָס יאָר שבת־צו־נאַכטס אין דער היים, אין בראָנקס, וווּ מײַן מאַמע און איך האָבן צוזאַמען געלייענט די מגילה אויף ייִדיש לויט יהואשס איבערזעצונג — נישט אומזיסט זאָגט מען "אַ לאַנגע מגילה"! מיר האָבן זיך דערמאָנט אין די מדרשים וואָס מײַן טאַטע פֿלעג צוגעבן בײַם דערציילן די מגילה; פּרטים וואָס געפֿינען זיך נישט אין דער מגילה בכּתבֿ, נאָר אין דער "מגילה בעל־פּה". טייל מדרשים, ווי למשל, אַז אסתּר המלכּה איז געווען אַ גרינע, האָט מאַנגער אַרײַנגענומען אין זײַן שאַפֿונג.
מיט מײַן טאָכטער אסתּרל בין איך געפֿאָרן צו דער יערלעכער פּורים־שׂימחה פֿון דער גרופּע "ייִדן פֿאַר ראַסן־ און עקאָנאָמישן יושר". אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען די שׂימחה אָפּגעהאַלטן בשותּפֿות מיטן "אַרבעטער־רינג" אינעם "אַרבעטער־רינג"־בנין אויף דער 33סטער גאַס אין מאַנהעטן. דעם בנין, וואָס איז אויך געווען דער לאַנג־יאָריקער אַדרעס פֿונעם "פֿאָרווערטס", האָט מען פֿאַרקויפֿט סוף 2010, האָט מען געדאַרפֿט געפֿינען אַן אַנדער לאָקאַל — אַ קאַטוילישער קלויסטער, "סאַנקט צעציליע", אין דער פּוילישער געגנט פֿון ברוקלין, גרינפּוינט.
במשך פֿון די לעצטע צוואַנציק יאָר איז ברוקלין געוואָרן פּונקט אַזאַ צענטער פֿון ייִדישן געזעלשאַפֿטלעכן לעבן ווי מאַנהעטן. נאָך מער — עס קומען ייִנגערע מענטשן. אויף דער דאָזיקער פּורים־שׂימחה אין מאַנהעטן פֿלעגן קומען אַ הונדערט, אפֿשר צוויי הונדערט מענטשן, אָבער דאָס יאָר זענען געקומען דרײַ אָדער פֿיר הונדערט מענטשן, דער עיקר, יונגע־לײַט. מע האָט געהערט רוסיש, עבֿרית און אויך ייִדיש צווישן די צוקוקער.
דער ספּעקטאַקל, מיטן טיטל "איר דאַרפֿט אַרבעטן! — זייער אַ סכּנותדיקער פּורים פֿאַר אַרבעטער און געליבטע" — איז געווען אויף ענגליש, אָבער די מוזיק און לידער האָט מען "געליגן" פֿון איציק מאַנגערס "מגילה־לידער", מוזיק פֿון דובֿ סעלצער. דער דיריגענט אַבֿי פֿאָקס־ראָזען, וואָס ווערט באַקאַנט איצט אין דער קלעזמער־וועלט אין ניו־יאָרק פֿאַר זײַן גיטאַר שפּילן מיט אַדריאַן קופּער, און מיט דער גרופּע "די ייִדישע פּרינצעסין", האָט אָנגעפֿירט מיט אַ כאָר וואָס האָט גוט געקענט ייִדיש, צווישן זיי חיים וואָלף, יאַנקל סאַלאַנט און שׂרה גאָרדאָן. דער אָרקעסטער האָט געהאַט ערשט־קלאַסיקע מוזיקער ווי דער קלאַרנעטיסט מײַקל ווינאָגראַד. איך ווייס נישט וויפֿל פֿון די הונדערטער צוקוקער האָבן פֿאַרשטאַנען די לידער, אָבער די מוזיק האָט געמאַכט אַ גוטן רושם אויף יעדן איינעם. דער איינציקער חסרון פֿון דער פֿאָרשטעלונג איז, וואָס זי איז געשטעלט געוואָרן אין דרויסן אין דער קעלט. פֿאַר וואָס פֿאַלט אויס פּורים יעדעס יאָר אויף אַזאַ קאַלטער נאַכט?
|
דער קלאַרנעטיסט מײַקל ווינאָגראַד (אין מיטן) צווישן די מוזיקער וואָס
שפּילן מאַנגערס "מגיליה־לידער" |
|
די כאַראַקטערן אין דער פֿאָרשטעלונג זענען געווען ריזיקע פּאַפּירענע ליאַלקעס, צען פֿוס אין דער הייך. דאָס איז דאָך די קינסטלערישע שיטה פֿון דער רעזשיסאָרקע דזשעני ראָמיין, וואָס האָט זיך, דווקא, געפֿונען אין דײַטשלאַנד אינעם אָוונט פֿון דער פֿאָרשטעלונג, וווּ זי האָט פֿאָרגעשטעלט מאַנגערס "מגליה לידער" אויף ייִדיש.
אַ האַלבע נאַכט האָט געשפּילט פֿאַר אַ געפּאַקטן זאַל, די ייִדישע ראָק־גרופּע "די ייִדישע פּרינצעסין" מיט דער זינגערין שׂרה גאָרדאָן. מע האָט האַסטיק געהוליעט אין טאַקט צו די לידער "מילנערס טרערן" (מאַרק וואַרשאַווסקי) און "ווער וועט בלײַבן" (סוצקעווער/לאָפּאַטניק), וואָס די גרופּע שפּילט הויך און מיט גיכע טעמפּאָס. "ראָק און ראָל" און ייִדיש קאָמבינירט מען זעלטן, אָבער די גרופּע האָט געפֿונען אַ וועג צוצוציִען ליבהאָבערס, וואָס ווילן זיך צעטאַנצן אונטער ייִדישע ווערטער.
זונטיק, אינעם טאָג פֿון פּורים, האָבן מיר אינעם בראָנקסער "שלום־עליכם־קולטור־צענטער" פֿאַרבעטן דעם אַקטיאָר/רעזשיסאָר רפֿאל גאָלדוואַסער פֿונעם "לופֿטעאַטער" אין שטראַסבורג, פֿאָרצושטעלן אַ פּורים־פּראָגראַם. נאַשנדיק די המן־טאַשן און קאַווע, האָט דער עולם הנאה געהאַט פֿון שלום־עליכמס קאָמישע ווערק און צוזאַמען געזונגען ייִדישע פּורים־לידער, ווי "האָפּ, מײַנע המן־טאַשן", "קום איך אַרײַן צו שפּרינגען" און "הײַנט איז פּורים, ברידער". גאָלדוואַסער האָט מיט ענערגיע אויסגעשפּילט צענדליקער ראָלעס בעת זײַן רעציטאַציע, און פֿאַר יעדער ראָלע געניצט אַן אַנדער קאָמיש קול.
|
אַ היימישע פּורים־שפּיל בײַ די סקאָליער חסידים אין באָראָ־פּאַרק |
|
נאָך אַ ביסל רו, בין איך אין אָוונט געפֿאָרן קיין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין, צו פֿאַרברענגען מיט די חסידים לכּבֿוד פּורים. נאָך דער פּורים־סעודה, נאָך אַלע אַנדערע משפּחה־אַקטיוויטעטן, קומען זיך צונויף די חסידים בײַ די טישן פֿון זייערע רביים אין אָוונט. אונדזער אָוונט האָט זיך אָנגעהויבן בײַ דער גרעסטער חסידישער עדה אין באָראָ־פּאַרק, די באָבאָווער. אַרום 8:00 אַ זייגער איז אונדזער גרופּע זיך צוזאַמענגעקומען, צווישן זיי די קלעזמערקע דאָבע רעסלער פֿון באָסטאָן, פּראָפֿ׳ צירל קוזניץ, דרײַ יונגע זשורנאַליסטן פֿונעם ענגליש "פֿאָרוואָרד" און דער לינגוויסט און ייִדיש־לערער דוד בראַון.
מיר זענען אָנגעקומען פּונקט בײַ צײַטנס צו כאַפּן דעם אויפֿטריט פֿון אַ בדחן, וואָס האָט געזונגען פֿאַרן רבין אַ לענגערע פּאָעמע אויף ייִדיש וועגן פּורים. פֿון צײַט צו צײַט איז מען אויפֿגעשטאַנען און געזונגען אַ ניגון בציבור. הונדערטער חסידים, פֿון קליין ביז גרויס, האָבן מיטגעזונגען, מיטגעשפּרונגען, מיטגעטאַנצט, און דער רבי בתוכם. די באַרימטע באָבאָווער פּורים־שפּיל האָט מען ערשט געדאַרפֿט שטעלן האַלבע נאַכט, האָט מען איבערגעריסן דעם טיש, און מיר זענען ווײַטער געגאַנגען.
אין סטאָלין־קאַרלינער בית־מדרש האָט מען שוין געהאַלטן בײַם אויסקערן דעם זאַל און אַרויסוואַרפֿן דאָס מיסט — געקומען צו שפּעט. מילא, קיין צײַטפּלאַן ווען צו קומען אויף די חסידישע צוזאַמענקומען קען מען אין ערגעץ נישט געפֿינען, און סײַ־ווי, בײַט זיך די צײַט פֿון יאָר צו יאָר. מע דאַרף האָבן אַ ביסל מזל. ווען מיר זענען פֿאַרבײַגעגאַנגען דעם מונקאַטשער בית־מדרש איז אויך געווען פֿינצטער — זייער פּורים־שפּיל, שטעלט זיך אַרויס, האָט מען אָנגעהויבן אויפֿצופֿירן מיט אַ טאָג שפּעטער, אינעם טאָג פֿון שושן־פּורים; אַ שאָד, ווײַל דווקא די מונקאַטשער פּורים־שפּיל האָט געהאַט חן און איז געווען כּדאַי צו זען.
זענען מיר געגאַנגען נאָך אַ פּאָר גאַסן צום בית־מדרש פֿון "אמונת ישׂראל", וווּ הרבֿ משה וואָלפֿסאָן דרשנט אויף ייִדיש. זײַנע ווערטער האָט מען גוט פֿאַרשטאַנען, און אַ חסיד האָט אַפֿילו איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿאַר די מענטשן אין אונדזער גרופּע וואָס האָבן נישט פֿאַרשטאַנען. יעדע פּאָר מינוט האָט הרבֿ וואָלפֿסאָן געבעטן בײַם עולם, מע זאָל זינגען אַ ניגון, אָדער אַ ליד, זעט אויס, וואָס ער האָט געשאַפֿן, ווי למשל — "פּורים איז שיין, פּורים איז ריין, פּורים איז נאָר פֿאַר די ייִדן אַליין." "ייִדן זענען שיין, ייִדן זענען ריין, ייִדן זענען נאָר פֿאַר קודשא בריך הוא אַליין".
|
בדחנים טרעטן אויף פֿאַרן סקולענער רבין |
|
נאָך דעם, זענען מיר שטיין געבליבן בײַ דער אַנדערער באָבאָווער גרופּע, אויף דער 45סטער גאַס. נאָך דעם ווי דער פֿריִערדיקער באָבאָווער רבי נפֿתּלי צבֿי־האַלבערשטאַם ז״ל איז געשטאָרבן אין 2005 האָבן די באָבאָווער זיך צעטיילט, און מע באַצייכנט זיי לויטן אַדרעס פֿון די בתּי־מדרשים אויף דער 15טער עוועניו אין באָראָ־פּאַרק — באָבאָוו 48 און באָבאָוו 45. אין דער צווייטער גרופּע האָט מען געהאַלטן אין טאַנצן ארום און אַרום, אַרײַן און אַרויס, דורך די בענק און טישן. זייער פּורים־שפּיל האָט זיך אויך אַ סך שפּעטער אָנגעהויבן, האָבן מיר עס נישט באַוויזן צו זען דאָס יאָר.
נישט ווײַט געפֿינט זיך דער קליינער בית־מדרש פֿון די סקאָליער חסידים. פֿון די פֿריִערדיקע יאָרן געדענק איך שוין, אַז די לײַט האָבן ליב צו טרינקען און ווערן אַ ביסל ווילד, און כּך־הווה. מיר זענען אָנגעקומען אין מיטן פֿון אַ היימישער פּורים־שפּיל, געשטעלט פֿון גוט אָנגעשיכּורטע חבֿרה. להיפּוך צו די מער פּראָפֿעסיאָנעלע שפּילן בײַ די באָבאָווער און מונקאַטשער, האָבן די אַקטיאָרן האַלב־אימפּראָוויזירט זייערע ראָלעס און זיך צעלאַכט בשעתן שפּילן. אַמאָל האָט מען אַפֿילו געוואָרפֿן זאַכן פֿונעם זאַל אויף די אַקטיאָרן אויף דער קליינער בינע. איין פּורים־שפּילער האָט געלייענט זײַן ראָלע אויף אַן "אײַ־פֿאָן"־טעלעפֿאָן! בכלל איז די שטימונג געווען אַ כאַאָטישע — אָבער דאָס האָט דאָך געפּאַסט פֿאַר פּורים! פֿרעגט מיך בחרם וועגן דעם סיפּור־המעשׂה — עפּעס צו טאָן מיט אַן עפּיזאָד אין דער געשיכטע פֿונעם אַמאָליקן סטאָליער רבין.
מיר זענען דערנאָך צוגעגאַנגען צוריק צו די "באָבעווער 48" צו זען די פּורים־שפּיל, (שוין 1:00 בײַ נאַכט), אין וועלכער מע האָט חוזק געמאַכט פֿון די צדיקים פֿון די ספֿרדים — "באַבי" דאָס און "באַבי" יענץ. לאַנג זענען מיר נישט געבליבן, ווײַל איך האָב נישט געוואָלט פֿאַרשפּעטיקן צום טיש בײַם סקולענער רבין. ווען מיר זענען אָנגעקומען 1:30 צום היימישן בית־מדרש פֿון די סקולענער, איז געווען אַ קליינער עולם, און מיר זענען געבליבן שטיין נישט ווײַט פֿונעם רבין, הרבֿ ישׂראל־אַבֿרהם פּאָרטוגאַל, דער לעצטער פֿון די רומענישע רביים אין ברוקלין.
קיין מאָל פֿריִער האָב איך אַזוי קלאָר נישט געקענט זען דעם רבין, וואָס כאָטש ער געפֿינט זיך נישט אינעם בעסטן געזונט־צושטאַנד, פֿינקלען זײַנע אויגן מיט חכמה און פֿאַרשטאַנד. ווען דער בדחן בנימין, אַ וויזשניצער חסיד פֿון מאָנסי, איז אויפֿגעטראָטן ווי אַלע יאָר מיט ייִדישע וויצן, האָט דער רבי געלאַכט און גרויס הנאה געהאַט.
אַהיים בין איך געקומען ערשט 5:00 פֿאַר טאָג. נישט אַלע פּורים טרעפֿט זיך אַ נס, אָבער מע קען פֿאַרברענגען מיט ייִדיש אַלע פּורים, אויב מע וויל נאָר!