די תּלמידים פֿונעם זיבעטן קלאַס זינגען דאָס ליד "יאָמע, יאָמע" בײַ דער פֿאָרשטעלונג |
פֿאַראַכטאָגן דאָנערשטיק, בעת אַ וויזיט אין טאָראָנטאָ, בין איך געזעסן מיט מײַן מאַן, לייבל, אין אַ כּשרן רעסטאָראַן אויף קינג־סטריט, אינעם געשעפֿט־ראַיאָן. בײַ אַ צווייטן טיש האָבן זיך אַוועקגעזעצט דרײַ מענער, בערך אין די שפּעטע 20ער. מיט אַ מאָל האָבן מיר באַמערקט, אַז זיי רעדן ייִדיש. ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז איינער פון זיי געווען אַ חסיד, וועלכער האָט גערעדט אַ נאַטירלעכן ייִדיש, און די אַנדערע צוויי — מאָדערן־פֿרומע יונגע לײַט — מיט אַ קאַנאַדער אַקצענט. זיי האָבן אַלע געהאַנדלט מיט צירונג און האָבן, אַ פּנים, גערעדט וועגן זייערע געשעפֿטן.
אין ניו־יאָרק האָב איך אַזאַ סצענע קיין מאָל נישט געזען. אינעם דימענט־ראַיאָן, אויף 47סטער גאַס, למשל, רעדן די מאָדערן־פֿרומע אָנגעשטעלטע בלויז ענגליש מיט זייערע חסידישע מיטאַרבעטער און קונים; זיי באַמיִען זיך אַפֿילו נישט צו רעדן ייִדיש. ס׳איז מעגלעך, אַז דאָס איז צוליב דער שטאַרק ענגליש־צענטרישער שטימונג אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין פֿאַרגלײַך מיט קאַנאַדע, וווּ מע איז מער בייגעוודיק וועגן רעדן פֿרעמדע שפּראַכן (בפֿרט פֿראַנצויזיש).
מיר האָבן אויך געזען אַנדערע שפּורן פֿון ייִדיש־לשון אין טאָראָנטאָ. אינעם סאָציאַלן זאַל פֿון דער באַשיידענער נאַראַיעווער שיל, לעבן דעם אוניווערסיטעט פֿון טאָראָנטאָ, האָבן מיר דערזען צוויי אַלטע פּלאַקאַטן אויף ייִדיש, וואָס האָבן מרמז געווען אויף די ייִדיש־רעדנדיקע גרינדער פֿון דער שיל. (דער הײַנטיקער ראַבינער, עד עלקין, האָט אונדז דערציילט, אַז ביז די 1970ער יאָרן האָט מען אַלע זיצונגען פֿון דער פֿאַרוואַלטונג געפֿירט אויף ייִדיש.)
דאָנערשטיק אין אָוונט זענען מיר געפֿאָרן זען אַ ייִדישע פֿאָרשטעלונג פֿון די תּלמידים פֿון דער טאָראָנטער ביאַליק־שול — אַ העברעיִשע טאָגשול מיט 800 קינדער, וווּ מע לערנט ייִדיש אינעם דריטן און פֿערטן קלאַס דרײַ מאָל אַ וואָך, און אינעם פֿינפֿטן ביזן אַכטן קלאַס — פֿיר מאָל אַ וואָך. יעדעס יאָר פּרעזענטירט די שול אַ "ייִדיש־נאַכט", וווּ די קינדער דערציילן וועגן דעם אַמאָליקן לעבנס־שטייגער פֿון די ייִדן אין שטעטל.
דער זעקסטער קלאַס לייענט אַ טעקסט אויף ייִדיש וועגן יציאת־מצרים (רעכטס) און זינגט "און מיר זענען אַלע ברידער" |
נאָך דעם ווי דער עולם פֿון בערך 200 עלטערן, באָבעס און זיידעס, שוועסטער און ברידער, האָט זיך אויסגעזעצט, האָט דער גאַנצער זיבעטער קלאַס (בערך 60 קינדער) דערציילט, אויף אַ לײַכטן ייִדיש, וועגן די פֿאַרשידענע פֿאַכן פֿון די שטעטל־לײַט, וועגן די שדכנים, שבת, און געזונגען, אויף אויסנווייניק, בערך 15 צוגעפּאַסטע לידעלעך ווי "יאָמע, יאָמע" און "לאָמיר זינגען קינדערלעך אַ זמרל צוזאַמען". אַלץ האָט מען איבערגעזעצט אויף ענגליש, כּדי דער עולם זאָל פֿאַרשטיין.
מײַקל אָרלאַנדער, אַ זיידע פֿון פֿיר תּלמידים אין דער ביאַליק־שול, האָט אָנגעקוואָלן פֿון דער פֿאָרשטעלונג, און געלויבט די עלטערן, וועלכע זענען געקומען. "אַ סך פֿון זיי האָבן געהאַט שוועריקייטן בײַם פֿאַרשטיין וואָס די קינדער דערציילן," האָט אָרלאַנדער געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ס׳געפֿעלט מיר, וואָס אַפֿילו אויב זיי קענען נישט קיין ייִדיש, זענען זיי גרייט צו שיקן די קינדער אין אַ שול, וווּ מע לערנט עס."
אינעם פֿרימאָרגן נאָך דער פֿאָרשטעלונג זענען די תּלמידים פֿונעם זעקסטן קלאַס ווידער געזעסן בײַ דער ייִדיש־לעקציע. זייער לערערין, פֿאַביאַנאַ ליפּקאַ, אַ געבוירענע אין אַרגענטינע, האָט רעפּיטירט מיט זיי די פֿיר קשיות אויף ייִדיש, און דערנאָך געהייסן זיי לייענען אַ באַשרײַבונג וועגן יציאת־מצרים און עס איבערזעצן. טראָנגדיק מאָדישע דזשינס האָט זי זיך פֿלינק גערירט איבערן צימער, און מיט אַ וואַרעם קול געשטעלט פֿראַגעס וועגן דעם פּאַראַגראַף.
שפּעטער האָט פֿאַביאַנאַ מיר געוויזן די מאַטעריאַלן, וואָס זי ניצט אין קלאַס. אַ גרויסן טייל דערפֿון האָט זי אַליין צונויפֿגעשטעלט אויפֿן קאָמפּיוטער, מיט אַ לעבעדיקן פֿאָרמאַט. אָבער צוליב דעם וואָס זי ניצט אַ העבעריִשע קאָמפּיוטער־שריפֿט, זענען נישט געווען די ייִדישע דיאַקריטישע צייכנס — אַ פּראָבלעם, ווען מע וויל, אַז די קינדער זאָלן ריכטיק אַרויסריידן די וואָקאַלן. כ׳האָב איר געעצהט זיך פֿאַרבונדן מיטן "פֿאָרווערטס", כּדי זיך צו דערוויסן, ווי אַזוי אַראָפּצולאָדן די ייִדישע וואָקאַלן ווי "אַ", "ייִ" און "ײַ".
אַ מעלדברעט אין קאָרידאָר, מיט לידעלעך אָנגעשריבן פֿון די קינדער |
סימאָנאַ דיין, די דירעקטאָרין פֿון דער ביאַליק־שול, האָט דערקלערט, אַז די שול באַמיט זיך יעדעס יאָר צו טאָן עפּעס ספּעציעלס פֿאַר דער ייִדישער שפּראַך. איין מאָל, למשל, האָבן זיי פֿאַרבעטן טעאָדאָר ביקעל צו געבן אַ ייִדישן קאָנצערט; און פֿאַראַיאָרן האָט די שול אַפֿילו אַרויסגעלאָזט אַ קאָמפּאַקט־דיסק פֿון 33 ייִדישע לידער, געזונגען פֿון די ביאַליק־תּלמידים. ס׳רובֿ פֿונעם דיסק באַשטייט פֿון באַקאַנטע יום־טובֿ־ און קינדער־לידער, אָבער עס געפֿינען זיך אויך עטלעכע זעלטענע בײַשפּילן ווי, למשל, "דאָס איז ייִדיש", "זינגט קינדערלעך", "ברידערשאַפֿט־ליד" פֿון מאַרטין בירנבוים, און "דער מאַנדלבוים" — אַ ט״ו־בשבֿט ליד פֿון מנשה ראַווינאַ.
"מיר האָבן אַ ספּעציעלן פֿאָנד, פֿאַר די לערער, וועלכע ווילן זיך לערנען ייִדיש, אָדער פֿאַרבעסערן זייער קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש אין יאָרק־אוניווערסיטעט," האָט פֿרוי דיין געזאָגט. "און מיר מוטיקן תּמיד אונדזערע גראַדואַנטן, אַז אויב זיי ווילן אַ מאָל ווערן ייִדיש־לערער אין ביאַליק־שול, וואָלטן מיר זיי פֿינאַנציעל געהאָלפֿן זיך אויסצושולן."
פֿון צײַט צו צײַט וועט אַ טאַטע אָדער מאַמע פֿרעגן: פֿאַר וואָס קען מען נישט פֿאַרבײַטן ייִדיש אויף עפּעס מער ניצלעכס, ווי וויסנשאַפֿט? "ענטפֿער איך זיי, אַז ייִדיש איז אַ וויכטיקער טייל פֿון אונדזער קולטור־אוצר, און דערפֿאַר טוען מיר אַלץ וואָס מיר קענען צו דערנענטערן די קינדער צו ייִדיש," האָט פֿרוי דיין באַטאָנט.
געוויסע ייִדיש־קענער אין טאָראָנטאָ האָבן מיר פּריוואַט איבערגעגעבן, אַז הגם די ביאַליק־שול איז זייער פּאָזיטיוו־געשטימט צו ייִדיש, איז דער ייִדיש־לימוד נישט אַזוי עפֿעקטיוו ווי עס וואָלט געקענט זײַן, און אַז דאָס ייִדיש וואָס מע לערנט דאָרט איז בלויז "אויפֿן שפּיץ־מעסער".
"דער אמת איז, מיר פֿלעגן האָבן אַן אינטענסיווע ייִדיש־פּראָגראַם, וווּ די לערער האָבן געלערנט אויף זייער אַ הויכער מדרגה," האָט פֿרוי דיין דערקלערט. "די קינדער זענען אָבער געווען אומצופֿרידן, און אָנגעהויבן פֿײַנט צו האָבן דעם ייִדיש־קלאַס. געדענקט, אַז זיי דאַרפֿן זיך דאָ אויך לערנען פֿראַנצויזיש, לויט דער פֿאָדערונג פֿונעם מיניסטעריום, און העברעיִש. האָבן מיר באַשלאָסן, אַז ס׳איז אונדז וויכטיקער, אַז די קינדער זאָלן האָבן אַ פּאָזיטיווע באַציִונג צו דער שפּראַך, און אויב זיי ווילן, קענען זיי שפּעטער אין קאָלעדזש זיך לערנען ווײַטער. און הײַנט האָבן אונדזערע תּלמידים טאַקע ליב סײַ דעם ייִדיש־קלאַס, סײַ די לערער."