ייִדיש־וועלט, קהילה־לעבן
דרײַ לערערינס פֿירן אָן מיטן וואַרשטאַט, "ווי אַזוי לערנט מען ייִדיש דורך געזאַנג",
בײַ דער פֿאַרזאַמלונג פֿון ייִדיש־קלובן, דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאַ־האָיאַ, קאַליפֿאָרניע.
פֿון רעכטס: סינדי פּיילי, אלישבֿע איידלסאָן און לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן
דרײַ לערערינס פֿירן אָן מיטן וואַרשטאַט, "ווי אַזוי לערנט מען ייִדיש דורך געזאַנג", בײַ דער פֿאַרזאַמלונג פֿון ייִדיש־קלובן, דעם 27סטן אָקטאָבער, אין לאַ־האָיאַ, קאַליפֿאָרניע. פֿון רעכטס: סינדי פּיילי, אלישבֿע איידלסאָן און לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן

ס׳זענען הײַנט טעטיק איבער אַמעריקע און דער גאָרער וועלט ייִדיש־קלאַסן אין פֿאַרשידענע לאָקאַלן: אין זונטיק־שולן, אוניווערסיטעטן, קאָמונאַלע צענטערס, שילן און אַפֿילו אין טאָגשולן.

הגם דער אינטערעס צו ייִדיש איז דאָ, געפֿינען זיך די לערער אין אַ שווערער סיטואַציע. לאָרי (לאה) כּהן־סײַמאָן, אַ לערערין פֿון דער "י. ל. פּרץ" זונטיק־שול אין קליוולאַנד, אָהײַאָ, האָט איבערגעגעבן דעם "פֿאָרווערטס", אַז זי האָט שוין לאַנג געפֿילט אַ באַדערפֿעניש צו שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג מיט אַנדערע ייִדיש־לערער.

"ווען איך האָב אָנגעהויבן לערנען אין 1998, האָב איך זיך געפֿילט איינע אַליין. כ׳האָב געזוכט אויף דער אינטערנעץ עפּעס אַן אָנלײַן־גרופּע פֿאַר ייִדיש־לערער, אָבער גאָרנישט געפֿונען." אין אָקטאָבער 2001 האָט זי, דורך דער קאָמפּיוטער־פֿירמע "יאַהו!", אַליין אָנגעהויבן אַן אינטערנעץ־פֿאָרום, yiddishteachers, וווּ מע קאָן זיך טיילן מיט די אייגענע מאַטעריאַלן און לעקציע־פּלענער. זי האָט שווער געהאָרעוועט צו ווערבירן מיטגלידער, און וווּ זי האָט נאָר אַנטדעקט אַ ייִדיש־קלאַס אין אַן אוניווערסיטעט אָדער אָרגאַניזאַציע, האָט זי זיך געוואָנדן צום לערער. דערצו האָט זי געפּרוּווט אַרויסרופֿן אַ דיסקוסיע, פֿרעגנדיק: "וואָס טוט איר מיטן קלאַס לכּבֿוד פּסח?" "קענט איר אונדז ווײַזן אײַערע מאַטעריאַלן?" צו־ביסלעך האָבן זיך אָנגעקליבן 180 מיטגלידער, פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, מעקסיקע, אויסטראַליע, בעלגיע, אוקראַיִנע, שפּאַניע און יאַפּאַן.

אָבער נישט אַלע ייִדיש־לערער פֿילן זיך באַקוועם מיט דער אינטערנעץ, און דערפֿאַר האָט מען מיט צוויי חדשים צוריק געגרינדעט "די אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־לערער". 35 טעטיקע און געוועזענע ייִדיש־לערער האָבן זיך פֿאַרזאַמלט בײַם יערלעכן צוזאַמענפֿאָר פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־קלובן", אין לאַ־האָיאַ, קאַליפֿאָרניע. דאָרט האָבן זיי זיך באַטייליקט אין אַ ריי סעסיעס אין שײַכות מיט לימודי־ייִדיש: ווי צו לערנען ייִדיש דורך געזאַנג; קוריקולום־ענינים; פּעדאַגאָגישע מעטאָדן און ווי אַזוי מע קאָן זיך אָרגאַניזירן ווי אַ לערערשאַפֿט.

נאָך דער קאָנפֿערענץ, האָט כּהן־סײַמאָן, מיט דער הילף פֿון געלע שווייד־פֿישמאַן, די קאָאָרדינירערין פֿון דער "זאַמלונג פֿון די וועלטלעכע ייִדישע שולן אין אַמעריקע", אַרויסגעשיקט אַ פֿרעגבויגן צו די ייִדיש־לערער וואָס זענען בײַגעווען די קאָנפֿערענץ, ווי אויך צו די באַטייליקטע פֿון כּהן־סײַמאָנס אינטערנעץ־גרופּע, כּדי צו דערגיין פּינקטלעך ווער זענען די הײַנטיקע ייִדיש־לערער, ווי אַזוי האָבן זיי זיך געלערנט ייִדיש און וואָס זענען זייערע צילן מיט די תּלמידים.

דאָס ייִדיש־לערערײַ קומט הײַנט אין פֿאַרשידענע פֿאָרמען. הילדאַ רובין, פֿון ראָקוויל, מערילענד, למשל, לערנט איר קלאַס מיט עלטערע לײַט איין מאָל אַ וואָך. כּהן־סײַמאָן לערנט מיט קינדער, אויך איין מאָל אַ וואָך. אָבער פֿאַביאַנע ליפּקאַ, וועלכע אַרבעט אין דער "ביאַליק־טאָגשול" אין טאָראָנטאָ, לערנט מיט די תּלמידים גאַנצע פֿיר מאָל אַ וואָך. כּמעט 480 קינדער, פֿונעם דריטן ביזן אַכטן קלאַס, לערנען זיך דאָרט ייִדיש יעדעס יאָר. "ווען זיי גראַדויִרן, קענען זיי שוין לייענען ייִדישע ליטעראַטור," האָט ליפּקאַ באַמערקט.

ליפּקאַ, אַ 47־יאָריקע אַרגענטינע־געבוירענע איז אַליין אַ גראַדואַנט פֿון דער "ד״ר הערצל טאָגשול" און דעם "ייִדישן לערער־סעמינאַר" אין בוענאָס־אײַרעס — אַן אינסטיטוציע וואָס עקזיסטירט שוין מער נישט.

ליפּקאַ איז מזלדיק, זאָגט זי, ווײַל די שול־אַדמיניסטראַציע איז זייער פּאָזיטיוו געשטימט צו ייִדיש, און סובסידירט פֿאַרשידענע ייִדיש־פּראָיעקטן. דעם פֿאַרגאַנגענעם פֿרילינג, למשל, האָט די שול אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטדיסק פֿון ייִדישע לידער, געזונגען פֿון די תּלמידים אין פֿיפֿטן און זעקסטן קלאַס. די שול אַראַנזשירט אויך ייִדישע קאָנצערטן פֿאַר די קינדער, לאָזט זיי מאַכן ווידעאָס אויף ייִדיש, און האָט אײַנגעפֿירט די ייִדישע קאָמפּיוטער־פּראָגראַם Mellel אין זייער גרויסן קאָמפּיוטער־זאַל.

פֿונדעסטוועגן, זאָגט ליפּקאַ, פֿילט זי זיך זייער אָפּגעזונדערט. "עס זענען דאָ זייער ווייניק ייִדישע לערער אין טאָראָנטאָ," האָט זי געזאָגט.

וועט די נײַע אַסאָציאַציע קאָנען העלפֿן די לערער? "אין פּרינציפּ וואָלט די אַסאָציאַציע געווען אַ גוטע זאַך, אויב ס׳איז ערנסט," האָט שווייד־פֿישמאַן דערקלערט. "דערווײַל ווייסן מיר אָבער זייער ווייניק וועגן די מיטגלידער, וואָס איז די מדרגה פֿון זייער שפּראַך־קענטעניש און זייער וויסן פֿון ייִדישקייט בכלל." דער באַגריף "ייִדישקייט" נעמט אַרײַן די טראַדיציעס, פֿאָלקלאָר און לעבן־שטייגער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק.

מיט יאָרן צוריק האָט אַ ייִדיש־לערער געדאַרפֿט זײַן אָדער אַן אימיגראַנט פֿון מיזרח־אייראָפּע, מיט אַ טיפֿן וויסן פֿון דער ייִדישער שפּראַך, קולטור און טראַדיציעס; אָדער אַ גראַדואַנט פֿון אַ ייִדישן לערער־סעמינאַר. כּמעט יעדע ייִדישע שול איז געווען פֿאַרבונדן מיט איינער פֿון פֿיר באַוועגונגען: "שלום־עליכם פֿאָלק־אינסטיטוט"; "אַרבעטער־רינג"; די ציוניסטישע "פֿאַרבאַנד"־שולן, און די לינקע (קאָמוניסטישע) "אָרדן־שולן".

דער ייִדישער פּעדאַגאָג יודל מאַרק פֿלעג ווי אַ קאָנסולטאַנט פֿאַר די ייִדישע שולן בײַם "ייִדישן דערציִונג־קאָמיטעט" (Board of Jewish Education), רעגלמעסיק באַזוכן די "שלום־עליכם"־ און "אַרבעטער־רינג"־שולן. די "פֿאַרבאַנד"־שולן האָט ער נישט באַזוכט ווײַל זיי האָבן נישט געוואָלט נאָכגיין די אַנדערע, און די "אָרדן"־שולן האָבן געהאַט זייער אייגענע סיסטעם פֿון אָפּשאַצן די לערער.

אויפֿן סמך פֿון זײַנע אָבסערוואַציעס האָט מאַרק אַרויסגעגעבן אַ פּעדאַגאָגישן זשורנאַל, וווּ ער האָט געשריבן וועגן די מעטאָדיק־ און פֿילאָסאָפֿישע פּראָבלעמען בײַם לערנען ייִדיש. "ס׳איז געווען אַ געוואַלדיקע הילף פֿאַר די לערער," האָט שווייד־פֿישמאַן באַטאָנט.

"הײַנט איז נישטאָ קיין לערער־סעמינאַר, און יעדער אַרבעט פֿאַר זיך אַליין; ס׳איז בכלל נישטאָ קיין אויפֿזיכט," האָט שווײַד־פֿישמאַן באַמערקט. דערפֿאַר, זאָגט זי, וואָלט דער בעסטער געדאַנק געווען צו פֿאַרבעטן 10־15 פֿאָרשטייער פֿון דער "אַסאָציאַציע פֿון ייִדיש־לערער" צו דער "ייִדיש־וואָך" — די זומער־קאָלאָניע, וווּ אַלץ ווערט אָנגעפֿירט אויף ייִדיש. דאָרט קאָנען זיי אָנקניפּן באַציִונגען מיט פֿליסיקע ייִדיש־רעדער, און זען ווי משפּחות וואָס לעבן זיך אויס אויף ייִדיש האָבן אויך אײַנגעפֿירט מער ייִדישקייט אין דער היים, אַזוי אַז ייִדיש איז נישט בלויז אַ שפּראַך, נאָר אויך אַ לעבן־שטייגער. "מסתּמא האָבן ס׳רובֿ פֿון די לערער קיין מאָל נישט געהאַט די מעגלעכקייט מיטצומאַכן אַ וואָך צײַט אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה," האָט שווײַד־פֿישמאַן דערקלערט. "זיי וואָלטן דאָרט געקאָנט זיך טיילן מיט זייערע פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן, אָנפֿירן מיט וואַרשטאַטן, און אויך העלפֿן מיט די קינדער־גרופּעס."

ליפּקאַ האַלט, אַז שווײַד־פֿישמאַנס געדאַנק איז אַ גוטער. "די העברעיִש־לערער אין אונדזער שול פֿאָרן צוויי מאָל אַ יאָר אויף סעמינאַרן און וואַרשטאַטן אָרגאַניזירט פֿונעם ׳מרכּז׳ — דער העברעיִשער דערציִונג־ראַט אין טאָראָנטאָ," האָט זי באַמערקט. "ס׳וואָלט געווען שיין ווען איך קאָן איינס אָדער צוויי מאָל אַ יאָר פֿאָרן אין אַזאַ אָרט פֿאַר ייִדיש־לערער."