|
די טענצערס־כאָרעאָגראַפֿן פּערל לאַנג און פֿעליקס פֿיביך מיט שיין בייקער (דירעקטאָר פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס") אין מיטן |
Joan Roth |
אַלעגאָריע און אימאַזש
די טעג האָט דער קולטור־קאָנגרעס צוגעגרייט אַן אָוונט פֿאַר דער באַלערינע, כאָרעאָגראַפֿערין און גרויסער קינסטלערין, פּערל לאַנג, און דעם טענצער פֿעליקס פֿיביך, וועמען איך געדענק נאָך פֿון מײַנע מיידלשע יאָרן אין דער מיטלשול. ווען דער אַרבעטער־רינג האָט געפֿײַערט דעם דריטן סדר, האָט ער צוגעגרייט די חבֿרה יונגוואַרג צו די טענץ צום וועלטלעכן סדר. פֿעליקס פֿיביך האָט זיך אָבער פֿאַרדינט דורך די לאַנגע יאָרן דערמאָנט צו ווערן צוליב זײַן שעפֿערישער טעטיקייט.
דער פֿאַקט וואָס דער קולטור־קאָנגרעס גיט אָפּ כּבֿוד אַזעלכע פֿאַרדינסטפֿולע קינסטלער איז שוין גאָר אַן אויסנאַם און יוצא־דופֿן, ווײַל ווען עס קומט צו די ייִדישע שעפֿערישע מענטשן — און עס זײַנען געווען אַ שלל פֿון זיי אין מײַנע צײַטן — האָט מען זיי פֿאַררוקט אין אַ זײַט און קיין מאָל נישט אָנערקענט. צווישן זיי געדענקט זיך מיר אַזאַ טײַערער ייִד ווי בערל כּהן, וועלכער האָט רעדאַגירט אַ שלל מיט יזכּור־ביכער און אָנגעשריבן ממש ענציקלאָפּעדיעס וועגן די "פּרענומעראַנטן", און "שטעט, שטעטלעך און ייִשובֿים אין ליטע". פֿאַרוואָס דערמאָן איך פּלוצים בערל כּהן, דעם שטילן און איידעלן מענטש; דעם האָרעפּאַשניק איבער אונדזער פֿאַרשניטענעם פֿאַרזיי? ווײַל קיינער האָט אים קיין מאָל נישט אָפּגעגעבן אַ ברעקעלע אָפּשאַצונג און אָנערקענונג. מילא, איך וועל זיך דאָ נישט אַרײַנלאָזן אינעם וויכּוח פֿון די עוולות וואָס מען איז באַגאַנגען קעגן די שעפֿערישע יונגע און עלטערע לײַט אויף אונדזער ייִדישער גאַס.
אַנשטאָט דעם וויל איך זיך אָפּגעבן מיט דער גראַציעזער און שיינער דאַמע — פּערל לאַנג. ווען שיין בייקער, איינער פֿון די טעטיקסטע פֿירער פֿון קולטור־קאָנגרעס, האָט מיר אָנגעקלונגען מיטן פֿאָרשלאָג, אַז איך זאָל באַגריסן פּערלען, האָב איך די אײַנלאַדונג אָנגענומען, ווײַל זי איז מיר נאָענט צום האַרצן; דער עיקר, מיט איר אינטערעס אין דער ייִדישער פּאָעטיק און איציק מאַנגערן בראָש. וויל איך דאָ אויסדריקן מײַן אַנערקענונג און אָפּשאַצונג על רגל אחת, אויף איין פֿוס ווי מען זאָגט, ווײַל זי פֿאַרדינט זיך גאָר אַ לענגערע און וואָגיקע אָפּשאַצונג. איך וועל אָנהייבן מיט מײַן באַגריסונג יענעם אָוונט:
איך וועל דאָ פּרובירן, כאָטש איך בין נישט קוואַליפֿיצירט דערצו, צו פֿאַרבינדן צוויי שוועב־מײַסטערס — נעמלעך, דעם אויסדערוויילטן פּאָעט איציק מאַנגערן, וועמען מיר האָבן געקרוינט ווי די "גאָלדענע פּאַווע" און "די שוואַלב", וואָס מיט דעם נאָמען האָב איך באַקרוינט די מוסטערהאַפֿטע באַלעט־טענצערין, פּערל לאַנג.
ער — ווי די גאָלדענע פּאַווע פֿון אונדזער פּאָעטיק,
זי — די גראַציעזע שוואַלב אין דער וועלט פֿון באַלעט.
ער האָט געהאַנדלט מיט כּישוף און מעטאַפֿאָרן,
זי — מיט אילוזיע.
ער — מיט אַלעגאָריע,
זי — מיט אימאַזשן.
ער — מיטן ייִדישן וועלט־באַנעם,
זי — מיט איר צויבער און שוווּנג.
ער — מיט איראָניע,
זי — מיט באַוועגלעכער חכמה.
פּערל טאַנצט אויס איר כּישוף מיט קאָסמישע אימאַזשן. זי האָט קינסטלעריש אָנגעכאַפּט איציק מאַנגערן פֿאַר די פּאָלעס און אים פֿאַרפֿעסטיקט שאַרף אין אונדזער זכּרון. מאַנגער האָט אונדז באַשאָנקען מיט די מעלאָדישסטע און צאַרטסטע פֿעדעם פֿון זײַן פּאָעטישן בליק אויף דער ייִדישער גאַס, און פּערל האָט אים אַנטפּלעקט פֿאַר אונדז אין באַוועגלעכן ווירוואַר. די ייִדישע וועלט האָט אויפֿגענומען דעם מאַנגעריש־ממזרישן בונטאַר מיט אָפֿענע אָרעמס, און פּערל לאַנג האָט צעשפּרייט אירע פֿליגל און אונדז מיטגענומען מיט זיך איבער די בערג און טאָלן פֿון מאַנגערלאַנד; און מאַנגערלאַנד איז באַפּוצט מיט אַ שאַגאַלישער פּאָליטרע, מיט אַ צויבער־בערשטל. אָט הערט:
אמר ר׳ איציק בן הלל מאַנגער:
חנהלע די יתומה, אַ לעבן אויף איר קאָפּ,
האָט צוויי בלויע אויגן און אַ בלאָנדן צאָפּ —
און אַ טויטע מאַמע אין קבֿר.
די פּאָעמע האָט פּערל לאַנג אינטערפּרעטירט וויזועל, מיט איר באַלעט־טרופּע אין טאַנץ. פֿאַרשטייט זיך, אַז חנהלעס נסיעה איבערן לאַנד פֿון מאָזעס מענדלסאָנען, איז געבליבן אײַנגעבאַקן אין מײַן זכּרון. פֿאַר וואָס? ערשטנס, ווײַל ס׳איז אַן אַלעגאָריע וואָס מאַנגער האָט פֿאַרפֿאַסט אַנשטאָט שבתדיקע זמירות, מיט אַ לצנישן חוזק אויפֿן חשבון פֿון די דײַטשע ייִדן, די אַסימילירטע יעקעס פֿון מאָזאַיִשן אָפּשטאַם; און צווייטנס, ווײַל איך לערן "חנהלען..." שוין אַ סך יאָרן אין מײַנע קלאַסן אין קאָלומביע.
און ווען חנהלע דאַרף אַ חתן, שנײַדט זי אים אָפּ מיט אַ שערל פֿון דער מאַמעס קבֿר און זי פּראָשעט אָפּ, אַ פֿאַרפֿלאַמטע, דאָס קבֿר גראָז פֿון זײַן נאָז, און דאָס ווערעמל וואָס איז דאָרט געבליבן שטעקן. ער הייסט שוין נישט מער אַהרן אָדער אַבֿרהם, נאָר אַדאָלף. און זי, נעבעך, שטעלט זיך פֿאַר אים פֿאָר ווי חנהלע "האַבעניקס", דאָס הייסט, זי איז גאָרנישט און האָט גאָרנישט. און ביידע גייען זיי צום גראַנד־ראַבינער מאָזעס, און דער מאַמעס קבֿר שלעפּט זיך נאָך נאָך דעם. שערט חנהלע אָפּ מיט אַ שערל אַ טעכטערל טאָכטער פֿון איר מאַמעס קבֿר און באַלד דרייט זיך אויס דער איידעם און מאַכט:
— שוויגער! איר קאָנט שוין גיין, מיר דאַרפֿן אײַך מער נישט האָבן.
מיינט איר דאָך, אַז מיט דעם ענדיקט זיך די גאָלדענע קייט? אַ נעכטיקער טאָג. זיי נעמען מיט זיך מיט דעם דינעם פֿאָדעם וואָס פֿאַרבינדט זיי זאַלבעדריט מיטן קבֿר.
אָט האָט איר אַ בילד, וואָס פּערל לאַנג און איר באַלעט־טרופּע האָט אַזוי קינסטלעריש, פֿאַכמעניש און מײַסטעריש אַנטפּלעקט פֿאַר אונדז אויף די ברעטער פֿון דער בינע פֿון דעם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט מיט יאָרן צוריק. זי האָט גוט פֿאַרשטאַנען, אַז דער פּרינץ וואָס האָט געטראָגן אויסגעטראָטענע שיך, האָט געפֿירט אַ לאַנגע ליבעס־אַפֿערע מיטן ייִדישן פֿאָלק; ס׳הייסט, די אָסט־יודן, די מיזרחדיקע עדה, ייִדן אויף וועלכע די יעקעס האָבן זיך באַקלאָגט:
"די אָסט־יודן זינט אונדזער אונגליק".
ער — דער ליריקער, מיט זײַן פּאָעטישן אַראָמאַט און שטיפֿערישן הומאָר,
זי — מיט איר דראַנג צום קאָסמאָס.
ער — אַ טינט און פֿעדער אַריסטאָקראַט,
זי — מיט איר אויסטערלישער עלעגאַנץ און עלאַסטישקייט.
איך וויל נאָך דאָ צוגעבן, וואָס איך האָב נישט באַוויזן בײַ מײַן באַגריסונג־וואָרט, ווײַל איך האָב באַקומען בלויז צען מינוט אויף צו באַזינגען און צו באַוווּנדערן די פּרעכטיקע קינסטלערין, וועלכע האָט אויך אויסגעטאַנצט אַ מענגע פֿון מאַנגערס באַלאַדעס און אַפֿילו ש. אַנ־סקיס "דיבוק" אין פֿילם. זי האָט געלעבט אין ביידע וועלטן און באַרײַכערט די פֿרעמדע אַמעריקאַנער בינע מיט אונדזער פּאָעטישער שיינקייט. זי האָט אויפֿגעדעקט פֿאַר דער דרויסנדיקער וועלט אוצרות, שעפֿערישע אוצרות, וואָס אונדזער פֿאָלקס־שאַפֿונג האָט בײַגעשטײַערט דער ייִדישער קולטור, פֿון וועלכער עס האָט אויך גענאָסן די נישט־ייִדישע וועלט. יענע דרויסנדיקע וועלט האָט פּערלען געגעבן די אויסשולונג, די געלעגנהייט, די בינעס און די אַנערקענונג. זי איז באַצייכנט און אויסגעצייכנט געוואָרן פֿון יענע, פֿון די פֿרעמדע, פֿון רײַכע מעגלעכקייטן, וואָס זײַנען בײַ אונדז נישט געווען פֿאַראַן. בײַ די אומות־העולם וואָלט מען דאָך אונדזערע גרויסע קינסטלער — ווען זיי שרײַבן אויף ענגליש — געטראָגן אויף די הענט און זיך געצאַצקעט מיט זיי. זיי וואָלטן געהאַט דאָס טעלערל פֿון הימל. בלויז יצחק באַשעוויס־זינגער האָט דערלעבט אַנערקענט צו ווערן און פּרעמירט צו ווערן מיט דער נאָבעל־פּרעמיע פֿאַר ליטעראַטור, בעת חיים גראַדע, איציק מאַנגער, יעקבֿ גלאַטשטיין און אַהרן צײַטלין פֿאַרגייען צו ביסלעך צוזאַמען מיטן זון־פֿאַרגאַנג.
דעריבער בין איך דאַנקבאַר דעם קולטור־קאָנגרעס פֿאַרן אויסצייכענען די צוויי קינסטלער; און פּערל לאַנג בראָש. זי פֿאַרדינט זיך יעדע אָנערקענונג, יעדן לויב און יעדן שבֿח. וויל איך דאָ אויסדריקן, לכל עם ועדה אַ דאַנק און אַ וווּנטש, זי זאָל דערלעבן אין גוטן געזונט, אַריכת־ימים, אַריכת־גדלות און אַריכת־גדולות... זי האָט זיך עס כּשר פֿאַרדינט.