ייִדיש־וועלט

קיין מער טרעפֿלעכן אויפֿשריפֿט אויף דער מצבֿה פֿון מײַן טאַטן, אַהרון פֿישמאַן, ע"ה (אַן אָפּשטאַמיקער פֿון סאָראָקע, בעסאַראַביע, בלויז לפֿי־ערך אַ קליינעם מהלך פֿון טשערנאָוויץ) האָב איך ניט געקענט געפֿינען ווי צו ציטירן אייניקע ווערטער פֿון י.ל. פּרצעס אומשטערבלעכער דערעפֿענונגסרעדע בעת דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ אין 1908:

"...און מיר רופֿן צו דער וועלט: מיר זענען אַ פֿאָלק און ייִדיש איז אונדזער שפּראַך. און אויף אונדזער שפּראַך ווילן מיר זיך דורכלעבן און אונדזערע קולטורגיטער באַשאַפֿן. און אין דער שפּראַך ווילן מיר אונדזער אוצר זאַמלען, אונדזער קולטור שאַפֿן, אונדזער נשמה ווײַטער וועקן און קולטורעל זיך פֿאַראייניקן צווישן אַלע לענדער און אין אַלע צײַטן!"

באַטראַכטנדיק דאָס אַלץ וואָס איז זינט 1908 פֿאָרגעקומען (צו ייִדיש, צו טשערנאָוויץ און צום מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום בכלל), איז שוין אַזוי פֿיל בלוט פֿאַרגאָסן געוואָרן און אָפּגעצאַפּט געוואָרן, פֿונעם פֿאָלק און פֿונעם לשון, וועגן וועלכן פּרץ האָט גערעדט, אַז זײַנע פֿײַערדיקע ווערטער קלינגען שוין אפֿשר פּאַטעטיש־נאַיִוו, רירנדיק־אומשולדיק, אומגלייבלעך און אַפֿילו קלאָר־פֿאַרמישפּט צום אונטערגיין און צו פֿאַרגעסן ווערן. און דאָך... און דאָך...

מיר זענען דאָ, ניט געקוקט אויף "אונדזער פּײַן און אונדזער וויי", און מיר קענען זיך אַפֿילו דערגראָבן צו געפֿילן פֿון שׂימחה פֿאַרן האָבן אַלץ איבערגעלעבט, פֿאַרן האָבן דעם מוט, דעם כּוח און אַפֿילו די העזה אַדורכצושלעפּן ייִדיש דורך דער מוראדיקער נאַכט, אין וועלכער זי איז געווען אײַנגעטונקען, און, לסוף, פֿאַר דער אײַנשטעלערישקייט אַפֿילו אָנצוהייבן אין די געדאַנקען, שוין איצט, צו פּלאַנירן די 120סטע יובֿל־קאָנפֿערענץ, וואָס איז דאָך שוין אויך אַזוי נאָענט צו דער האַנט. און מיר רופֿן אויס:

"טשערנאָוויץ, ביז 120 יאָר זאָלסטו לעבן, און דערנאָך וועלן מיר זיך דינגען וועגן ווײַטער!"

און ס'זענען פֿאַראַן שיינע עטלעכע סימנים אַז ייִדיש איז הײַנט אין אַ סך אַ בעסערן מצבֿ ווי מערסטע צוקוקער שטעלן זיך געוויינטלעך פֿאָר. זיכער איז דער מצבֿ בעסער ווי זיי האָבן זיך עס פֿאָרגעשטעלט מיט אַ האַלבן יאָרהונדערט צוריק, ערשט אין 1958, אַז ס'וועט הײַנט זײַן: בעסער אַפֿילו ווי מערסטע פֿון אונדז האָבן זיך פֿאָרגעשטעלט ערשט מיט אַ פֿערטל־יאָרהונדערט צוריק, אין 1983, אַז ס'קען הײַנט זײַן ווי עס איז איצט.

אָט באַטראַכט, למשל,

זיבן סימנים פֿונעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש:

1) די כּסדרדיקע צוגעבונדקייט צו ייִדיש מצד פֿאַרשיידענע חסידישע גזעות און אַפֿילו די שטאַרק־פֿאַרשפּעטיקטע און אָפֿט אָנחשקדיקע אָנערקענונג, אַז "זייער ליטעראַטור" איז אַ טייל פֿון דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור און אַז "זייער ייִדיש" איז אַ טייל פֿונעם גאַנצן, פֿילגאָרנדיקן ייִדיש־לשון;

2) די פֿאַנאַנדערשפּרייטונג פֿון ייִדיש־קורסן איבער לערן־קאַמפּוסן אויף אַלע קאָנטינענטן און אין אַלע וועלט־טיילן (דאָס איז דאָך באמת אַ פֿענאָמען!) דאָס איז אַ ווײַט־צוזאָגנדיקער וועלטלעכער אויפֿטו לגבי דער אינטעלעקטועלער צוקונפֿט פֿון ייִדיש;

3) די "חרדיזאַציע" פֿון דער ייִדישער טאָגשול־ (ישיבֿה־) דערציִונג איבער דער וועלט, ברענגט אַרײַן כּסדרדיקע ברעקלעך ייִדיש אין היימען וואָס האָבן זיך קיין מאָל ניט געריכט אויף דעם;

4) דער תּמיד אָנגייענדיקער וווּקס פֿון דער "ייִדישער ביכער־צענטראַלע" אין שײַכות מיט דער דיגיטאַליזירונג פֿון אירע פֿיל־טויזנט־בענדיקע ביכער־אוצרות. דאָס איז אַ גאַראַנטיע, אַז די זײַטלעך וואָס זענען געדרוקט געוואָרן מיט יאָרן צוריק אויף ביליק פּאַפּיר וועלן זיך מער ניט צעקרישלען און מער ניט גורם זײַן אַ שרעקלעכן פֿאַרלוסט פֿון ייִדיש־שבכּתבֿ;

5) די זעלבע "צענטראַלעס"־פּראָגראַם פֿון ממש דרוקן נײַע עקזעמפּלאַרן פֿון יעדן ייִדיש בוך "אויף דער בקשה פֿון יחידים". דאָס איז נאָך אַ דוגמא דערפֿון ווי ייִדיש האַלט מיט מיט דער לעצטער עלעקטראָנישער טעכנאָלאָגיע פֿון ביכער־פּראָדוקציע און דיגיטאַליזירונג, און ווי זי געפֿינט דערבײַ נײַע מעגלעכקייטן פֿאַר איר אייגענעם וווּקס און שטאַרקונג;

6) די צאָל פֿון ייִדישע וואָכנשריפֿטן, זשורנאַלן, קינדער־ביכער, פּלאַטעס, טאַשמעס און שפּילערײַען וואָס ס'ווערן איבער דער וועלט אַרויסגעגעבן און פֿאַרשפּרייט איז פּשוט אָן אַן אויפֿהער;

7) די כּסדר וואַקסנדיקע צאָל וועלטלעכע "ייִדיש־ווינקלעך" פֿאַר פּענסיאָנערן.

דאָס זענען אַלץ סימנים, אַז ייִדיש נעמט ערטערווײַז לעבן געזונט און נאָרמאַל (אָדער כּמעט געזונט און כּמעט נאָרמאַל)!

קיין "כּמעט־לעבעדיק" איז בײַ בשׂר־ודמס ניט בנימצא.

די ערשט־אויסגערעכנטע 7 סימנים פֿון אויפֿלעב פֿאַרגיטיקן אונדז ניט, ניט פֿאַר די אַלטע און טרויעריק־באַרימטע אַבֿדות אונדזערע און אַפֿילו ניט פֿאַר די נײַערע (ווי למשל, דער ווײַטערדיקער אונטערגאַנג דווקא פֿונעם ייִדיש־וועלטלעכן שולוועזן איבער דער גאַנצער וועלט, און דעם ייִוואָס כּסדרדיקן צוריקצי פֿונעם ווײַנרײַכישן צוגאַנג פֿון וויסנשאַפֿט־פּלוס־געזעלשאַפֿטיקער־אַחריות צו אַלץ וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדיש). אָבער צוליב אָט די אַבֿדות טאָרן די דערמאָנטע "שטראַלעכלעך זון" לגמרי ניט פֿאַרקוקט ווערן.

ניט זײַן קיין פּאָליאַנאַ און ניט קיין שוואַרצזעער

ס'איז זיכער ניט מײַן ציל דאָ צו שפּילן אַ פּאָליאַנאַ־ראָלע בלויז, ווײַל מיר פּראַווען דעם 100סטן יובֿל פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. ייִדיש האָט זיכער געליטן שרעקלעכע אַבֿדות אין משך פֿון די לעצטע 100 יאָר, נאָר ס'איז אויך זייער ווײַט פֿון זײַן באַרעכטיקט צו זען אַלץ לגבי ייִדיש, ווי ס'וואָלט געווען "פֿינצטער און פֿאַרלוירן". פֿאַרקערט! דעם איצטיקן מצבֿ פֿון ייִדיש דאַרפֿן מיר באַטראַכטן אין דער ליכט פֿון דער אַלטער ייִדישער טראַדיציע פֿון דורות און פֿון יאָרהונדערטער: פֿון ניט אונטערגעבן זיך צו ייִאוש, צו עצבֿות און צו צעשטערונג. מיר מוזן פּונקט ווי אונדזערע אָבֿות־אַבֿותינו, גיין עקשנותדיק פֿאָרויס, צו מער ייִדיש און מער ייִדישקייט (וואָס דאָס איז דאָך די ערשטע און די עצם־קולטור פֿון ייִדיש). דאָס איז דאָך בפֿירוש דער ייִדישער אופֿן פֿון שטעלן זיך קעגן ייִאוש און עצבֿות. מיר רופֿן ווײַטער און מיר טוען ווײַטער אויפֿן דרך פֿון "געוואַלד ייִדן, זײַט זיך ניט מיאש! געוואַלד ייִדיש, זײַ זיך ניט מיאש!" דאָס איז דאָך געווען דער ייִדישער אופֿן פֿון שטעלן זיך אויף די פֿיס נאָך ביידע חורבנס־בית־המיקדש בימים ההם, און בזמן הזה. דאָס איז דאָך דער ייִדישער סוד פֿון אי לעבן מיט טרײַהייט צו אונדזער עבֿר, אי זיך "אויפֿהייבן ווידער און אַוועקשפּאַנען ווײַטער", צו נײַע שעפֿערישע אויפֿטוען! דאָס איז דער ייִדישער נצחון איבער שׂונאים און הריגות! דאָס, און נאָר דאָס, האָט אונדז דערהאַלטן בײַם לעבן!

מיר זענען ניט סתּם די קרבנות פֿון אונדזער געשיכטע: מיר זענען אויך אירע באַשאַפֿער. מיר ראַנגלען זיך מיט דער געשיכטע, פּונקט ווי יעקבֿ אָבֿינו האָט זיך געראַנגלט מיטן מלאך פֿונעם רבונו־של־עולם. דערמיט זענען מיר דאָך אמתע "קינדער פֿון ישׂראל": מיר זענען ניט פּאַסיוו לגבי אונדזער גורל, נאָר מיר בויען דערפֿון אויס אַ נײַעם המשך. און דאָס איז דערפֿאַר אונדזער שבֿועה:

"די שבֿועה פֿון טשערנאָוויץ 2008!"

ס’איז אונדזער אַחריות הײַנט צו בויען, צו באַנײַען און צו באַקרעפֿטיקן פּרצעס אויסרוף און שבֿועה פֿון 1908, דורך אונדזערס אַן אייגענער שבֿועה און אויסרוף פֿון 2008, דהײַנו:

מיר זענען קינדער פֿונעם זעלבן ייִדישן פֿאָלק און מיר זענען געקומען צוריק קיין טשערנאָוויץ, וווּ אייניקע פֿון אונדזערע חשובֿסטע פֿאָרגייערס זענען אין 1908 אויפֿגעשטאַנען צו פֿאַרטיידיקן און צו דערהייבן ייִדיש. מיר זאָגן זיך אָפּ מפֿקיר צו זײַן אַ לשון וואָס איז מיט אונדז מיטגעגאַנגען, אונדז געטרייסט, מיטגעליטן מיט אונדז אונדזערע אָפֿטע ליידן, אונדז דערפֿרייט בעת אונדזערע זעלטענע פֿריידן, אונדז מחנך געווען און אונדז דערהויבן אין משך פֿון הונדערטער יאָרן.

מיר באַשטעטיקן אָט די גוואַלדיקע דערגרייכן פֿון ייִדיש, אָן קיין שום שמץ פֿון נעגאַציע לגבי עבֿרית, לאַדינאָ, ציוניזם, וועלטלעכקייט, ייִדישקייט אָדער וואָסער עס איז ניט אַנדער אינטימען, שעפֿערישן און אויטענטישן ייִדישן יש און איבערצײַגונג. מיר זענען אויך ניט דווקא אַלע קיין ייִדישיסטן, פֿונעם מין וואָס זענען רק און בלויז איבערגעגעבן צו ייִדיש און נאָר צו ייִדיש. פֿאַרקערט, מיר זענען פֿון די פֿאַרשיידענע ייִדישע איבערצײַגונגען, "וואָס מיר זײַנען, זײַנען מיר, אָבער ייִדיש רעדן מיר" — און ייִדיש איז אונדזערס אַ בשותּפֿותדיק־אייגנס און אַ חשובֿער טייל פֿון אונדזער פֿאַראַנקערטקייט אין אַ חלק פֿון אונדזער אידענטיטעט, אין אונדזער עבֿר, און אין אַ חלק פֿון אונדזער עתיד, צו וועלכן מיר טראָגן אַן אַחריות און צו וועלכן מיר זענען זיך מתחייבֿ. פֿאַרוואָס?

כּדי צו פֿאַרזיכערן אַ בכּבֿודיק אָרט פֿאַר ייִדיש אינעם לעבן פֿון אונדזערע קינדער און אינעם לעבן פֿון אונדזער פֿאָלק. זאָלן אַלע וואָס וועלן זיכער קומען נאָך אונדז אַהער, קיין טשערנאָוויץ, צום 120סטן יובֿל פֿון דער קאָנפֿערענץ וואָס וועט פֿאָרקומען אין 2028, דאָס הייסט, בלויז אין אַ קנאַפּן דור אַרום, אונדז ניט נאָר דערמאָנען צום גוטן, נאָר אונדז מישפּטן בקוו־זכות, אַז מיר האָבן געטאָן אונדזער חובֿ בײַ אָט דער זעלטן־היסטאָרישער געלעגנהייט, דהײַנו, מיר האָבן זיך געקלאַמערט אינעם פֿאַרהייליקטן ייִדישן דרך פֿון קעמפֿן קעגן עצבֿות און ייִאוש, דרוך באַנײַען אונדזער צוזאָג, כּסדר צו שטאַרקן ייִדיש, פּונקט אַזוי ווי מיר טוען עס מיט אַלץ וואָס איז אונדז ליב און טײַער. מיר לעבן מיט דער פֿעסטער איבערצײַגונג, אַז אונדזערע יורשים וועלן אויך פּונקט אויף אָט דעם דרך מיט אונדז מיטגיין.

מיר זענען אין גאַנצן מסכּים מיטן גרויסן דערציילער יצחק באַשעוויס־זינגער, אַז "די וועלט האָט נאָך פֿון ייִדיש ווײַט־ווײַט ניט געהערט דאָס לעצטע וואָרט!" עס קען גאָר קיין מאָל אַזא "לעצט וואָרט" ניט געהערט ווערן, כּל־זמן די ייִדישע גרויסקייט און עקשנות וועלן איבערלאָזן בלוטע צייכנס אויפֿן ווײַטערדיקן גאַנג פֿון אונדזער לעבן און פֿון אונדזער באַליבט לשון.

דאָס אייביקע פֿאָלק האָט דורך ייִדיש צובאַקומען אַ פֿריש הייליק לשון! און אָט דאָס איז אונדזער שבֿועה פֿון טשערנאָוויץ, 2008!

מיר שווערן! מיר שווערן! מיר שווערן! ניט צו פֿאַרלאָזן, נאָר אייביק, צו שטאַרקן, שטיצן און דערהייבן אונדזער באַליבט ייִדיש!

דאָס איז ניט נאָר אַ פֿרומער וווּנטש, נאָר אַ שבֿועה:

אַזאַ יאָר אויף מיר! אַזאַ יאָר אויף אײַך! אַזאַ יאָר אויף אונדז אַלעמען!

"ליב האָבן און צוזאָגן"

אָבער שבֿועות, געפֿילן, רעזאָלוציעס, סענטימענטן — ווי שיין זיי זאָלן ניט קלינגען — זענען ווײַט־ווײַט ניט גענוג, וואָס שייך עפּעס אויפֿטאָן לגבי די אמתע נייטן פֿון ייִדיש הײַנט. מיר דאַרפֿן דאָ הײַנט זיך אונטערנעמען ערנסטע מעשׂים, און ניט נאָר אָננעמען רעזאָלוציעס! ייִדיש דאַרף, ווי דאָס לעבן, האָבן גאַנצע ייִדישע טאָגשולן... נאָר ניט די ייִדישע צדקה־גדולות, ניט ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, ניט מדינת־ישׂראל געבן ניט קיין געלט אָדער דירעקטע צי ממשותדיקע הילף, כּדי זיי אויפֿצושטעלן פֿאַר ייִדיש. מיר האָבן אין ערגעץ ניט קיין קוואַליפֿיצירטע ייִדיש־לערער (לערער מיט ייִדישוויסן און ייִדיש־קענטעניש, וואָס רעדן אַליין אַ קאָרעקטן און נאַטירלעכן ייִדיש). אָן אַזעלכע לערער וועלן אַפֿילו די בעסטע שולן ניט קענען פֿונקציאָנירן און ניט האָבן קיין פּעולה אין קלאַס (ווער רעדט נאָך אויסערן קלאַס?). מיר דאַרפֿן סובסידירן דאָס צוגרייטן ייִדישע שרײַבער און אַקטיאָרן, כּדי די וואָס נעמען זיך אונטער צו זײַן שרײַבער אויף ייִדיש, צי צו שפּילן אויף דער בינע אויף ייִדיש, זאָלן ניט נאָר זײַן גוט אויסגעשולט, נאָר זאָלן ניט דאַרפֿן אַליין, פֿון זייערע אייגענע אָרעמע לוינען, אַרויסגעבן זייערע ביכער און אויסהאַלטן די טעאַטערס (ווי ס'איז בעוונותינו־הרבים, דער מצבֿ הײַנט). ייִדיש דאַרף נײַע פּעריאָדישע פּובליקאַציעס, און ניט נאָר אויף ליטעראַרישע טעמעס, ניט נאָר מיט פּאָעזיע, ניט נאָר מיט לידער, ניט נאָר מיט מעמואַרן פֿונעם אַמאָל, נאָר ממש מיט "ניט־פֿיקציע" (Non-fiction) אויך, ווײַל אָן דעם איז ייִדיש באמת ניט קיין טייל פֿון דער רעאַלער וועלט, אין וועלכער די לייענער און צוקוקער לעבן טאָג־אײַן, טאָג־אויס. ייִדיש דאַרף האָבן יוגנטקלובן, יוגנט־לאַגערס. "יוגנטרוף" און "יוגנטוואָך" — זײַנען פֿײַן און גוט, נאָר די וועלט פֿון ייִדיש קענען זיי בשום־אופֿן ניט פֿאַרזאָרגן. ייִדיש דאַרף האָבן (ווי דאָס לעבן, ווײַל דאָס איז וואָס לעבן איז און מיינט באמת) ייִדישע געגנטן, וווּ ייִדישע משפּחות קענען לעבן צוזאַמען בשכנות, און דערציִען זייערע קינדער און קינדסקינדער בשכנות, אויף ייִדיש, פֿון קינדווײַז אָן.

נאָך אין 1908 האָט די טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ גערופֿן פּונקט לטובֿת אָט די אַלע פּראַקטישע מיצוות־מעשׂיות, נאָר איר איז ניט געווען זיי באַשערט דורכצופֿירן מאומר־לעושׂה. דאָס איז געווען דער ערשטער סימן פֿון איר שרעקלעכן פּראַקטישן דורכפֿאַל. צי וועט איר, באַטייליקטע אויף דער 100סטער יובֿל־קאָנפֿערענץ, אויך זיך בלויז קוויקן מיט ליידיקע און ווויל־קלינגעוודיקע דעקלאַראַציעס? אויב אַזוי וועט איר עס וויסן בײַ זיך אין די הערצער און אײַערע קינדער און קינדסקינדער וועלן עס אויך סוף־כּל־סוף וויסן. אָבער זײַט וויסן, אַז ייִדיש וועט אַפֿילו דאָס אויך איבערלעבן! אָבער אײַער חובֿ צו ייִדיש וועט איר בפֿירוש דעמאָלט ניט האָבן געטאָן! צעגייט זיך ניט בלויז מיט "טענצע און געזענגע", מיט "צוזאָגן און ליב האָבן"! מיט אַפּלאָדיסמענטן פֿאַר זיך אַליין! ס’איז איצט אַ בפֿירושע "עת־לעשׂות" און לויט אײַערע מעשׂים וועט מען אײַך (און אונדז אַלעמען) געדענקען און מישפּטן!

* * *

(דער "פֿאָרווערטס" האָט אויך פֿילמירט אָט די גאַנצע רעדע, כּדי מ’זאָל זי קענען ווײַזן בײַ דער עפֿענונגס־זיצונג פֿון דער קאָנפֿערענץ אין טשערנאָוויץ גופֿא. מען קען דאָס אויך איצט זען בײַ זיך אין דער היים אויף U-tube. איך באַדאַנק האַרציק דעם "פֿאָרווערטס" פֿאַרן זײַן גרייט צו דערמעגלעכן מײַן פּלאַנירטן וויזיט קיין טשערנאָוויץ, און אויך פֿאַר דער פֿילמירונג פֿון דעם ווי איך לייען פֿאָר אָט דעם רעפֿעראַט).