- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
פֿונעם נײַעם נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך: צײַטשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען תּשס״ח/ 28" איז צו זען, אַז פֿון אַ ירושלימער אַלמאַנאַך איז געוואָרן אַ וועלט־אַלמאַנאַך פֿון דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור. דער הײַנטיקער רעדאַקטאָר, פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער, וועלכער האָט איבערגענומען די רעדאַקציע פֿון זײַן טאַטן, דער פּאָעט, יוסף קערלער ז״ל, האָט פֿאַרברייטערט דעם תּוכן פֿון דער צײַטשריפֿט, סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ טעמאַטיש. ס‘רובֿ מאַטעריאַלן אינעם "אַלמאַנאַך" ווערן אָפּגעדרוקט צום ערשטן מאָל, אָבער אַ טייל ווערק זענען איבערגעדרוקט פֿון אַנדעדע פּובליקאַציעס, אָדער איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿון אַנדערע שפּראַכן. באַקומט זיך אַ זשורנאַל ווי די אַמאָליקע "מיניקעס"* יום־טובֿ־בלעטער, וווּ עס מישן זיך צונויף סײַ נײַע, סײַ שוין געדרוקטע זאַכן, כּדי צו ברענגען דעם לייענער דאָס "בעסטע" וואָס מע קען לייענען הײַנט אויף ייִדיש. צווישן די מחברים וואָס נעמען אָנטייל, קען מען זען נעמען פֿון די הײַנטיקע ייִדישע פּראָזע־שרײַבערס, ווי יוסף בורג און ה. ד. מיענקעס, ווי אויך פֿון די וועלכע זענען אַוועק אין דער אייביקייט, ווי יאָסל בירשטיין און הירש רעלעס. מע קען דאָ לייענען לידער פֿון פּאָעטן אין ישׂראל, אַמעריקע, רוסלאַנד, ענגלאַנד און עסטרײַך. די גרויסע צאָל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דעמאָנסטראַצע, אַז ייִדישע שרײַבערס זענען יאָ פֿאַראַן און שאַפֿן ווײַטער, נישט געקוקט אויפֿן נבֿיאות פֿון אונדזערע פּעסימיסטן. די ניצלעכקייט פֿון אַזאַ שריפֿט ווי דער "ירושלימער אַלמאַנאַך" זעט מען, למשל, בײַם איבערלייענען מרים האָפֿמאַנס פּיעסע "די לודמירער מויד", וואָס די "פֿאָלקסבינע" האָט אויפֿגעפֿירט מיט 10 יאָר צוריק און וואָס פֿאַרנעמט 50 זײַטן. האָפֿמאַנס דראַמע וואָלט, מסתּמא, קיין מאָל נישט געזען די ליכטיקע שײַן אויף ייִדיש, ווען נישט דער "אַלמאַנאַך". זכרונות פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין אונדזער ליטעראַטור הײַנט, און ס‘איז טאַקע וויכטיק זיי וואָס מער צו דרוקן, כּל־זמן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געבוירענער דור קען נאָך בײַשטײַערן צו דעם. עס פֿרייט אונדז צו לייענען מוסיע לאַנדאַוס אַרטיקל וועגן ווילנע, אַבֿרהם ברומבערגס זכרונות פֿון דער מעדעם סאַנאַטאָריע און מישע לעווס אָפּהאַנדלונג פֿון ייִדן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה. ייִדישע שרײַבער, וועלכע האָבן געקענט עטלעכע שפּראַכן, האָבן תּמיד געהאַט אַ שטאַרקן אימפּולס צו באַקענען דעם ייִדיש־לייענער מיט ווערק פֿון ייִדן, וואָס שאַפֿן אויף אַנדערע שפּראַכן; ווערק וואָס זענען בעצם אַזוי ייִדישלעך, אַז זיי וואָלטן געקענט געשריבן ווערן אויף מאַמע־לשון, ווען דער גורל וואָלט אויסגעקומען אַנדערש. אַזאַ ווערק שטעלט מיט זיך פֿאָר בערנאַרד מאַלאַמודס קלאַסישע דערציילונג "דער ייִדישער פֿויגל", איבערגעזעצט פֿון ענגליש פֿון מרים האָפֿמאַן, ווי אויך דמיטרי קימעלפֿעלדס רוסישע לידער, איבערגעזעצט פֿון וועלוול טשערנין. די אַנדערע פֿרעמד־שפּראַכיקע ווערק, ווי די דערציילונגען פֿונעם שאַפֿערישן סברה עתּגר קרת (איבערזעצונג: וועלוול טשערנין) וואָלטן, אַפּנים, געדאַרפֿט דינען ווי אַ מוסטער פֿון די לעצטע ליטעראַרישע "מאָדעס." די לעצטע דרײַ טיילן פֿונעם "אַלמאַנאַך" נעמען אַרײַן מער וויסנשטאַפֿטלעכע מאַטעריאַלן, שטודיעס און אַרכיוו־געפֿינסן. צווישן זיי דאַרף מען אָנרופֿן פּראָפֿ׳ אַבֿרהם גרינבוימס קורצן איבערבליק איבער מיכל גאָרדאָנס "געשיכטע פֿון רוסלאַנד" (1869), און משה לעמסטערס פּראָפֿיל פֿונעם ביאַליסטאָקער בדחן, סאָניע זאַנדרונסקי. ספּעציעל פֿאַרכאַפּנדיק לייענט זיך שלמה מיכאָעלס פּיעסע "דער בויער", וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט שוין אין 1919 אונטער אַלעקסיי גראַנאָווסקיס רעזשי (די פּיעסע האָט ער געשריבן אויף ייִדיש, אָבער געבליבן איז נאָר די רוסישע איבערזעצונג, וואָס פּראָפֿ׳ קערלער האָט איבערגעזעצט צוריק אויף ייִדיש). דיעגאָ ראָטמאַנס אַרבעט וועגן דער געשיכטע פֿונעם "ייִדישפּיל־טעאַטער", פֿון זײַן אָנהייב אין 1988 ביז 2003, איז, לויט מײַן מיינונג, דער פּערל אין דער זאַמלונג. דער מחבר איז נישט נאָר אַ פֿאָרשער, נאָר אויך באַקאַנט פֿאַר זײַן ייִדישער טרופּע "סאַלאַמאַנקאַ". ראָטמאַן קוקט אויף דער ייִדישער קולטור־געשיכטע מיט אַ זעלטענעם קריטישן אויג, און נישט אַלע לייענער וועלן מסכּים זײַן מיט זײַנע אימפּליקאַציעס. ער אַנאַליזירט דעם מאַניפֿעסט פֿון "ייִדישפּיל" אין די ראַמען פֿון אַלגעמיינע קולטור־אויפֿלעב־באַוועגונגען. דער עסיי איז באמת אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ הײַנטיקן אַקאַדעמישן אַנאַליז אויף ייִדיש (און זעט אויס, נישט איבערגעזעצט). די אָפּהאַנדלונג דערציילט אונדז נישט נאָר וועגן דער טרופּע, אָבער אויך וועגן דעם, ווי עס פּאַסט זיך אַרײַן ייִדיש אין דער הײַנטיקער ישׂראל־געזעלשאַפֿט בכלל. אַרטיקלען וועגן לשון און סטיל וועלן תּמיד בלײַבן קאָנטראָווערסאַל בײַ אונדז. אַזוי ווי ייִדיש איז אַ שפּראַך אָן אַ לאַנד, אָן אַן אינסטאַנץ, וועלכע אַלע אָנערקענען ווי דער פּוסק־אַחרון, וועלן, צום באַדויערן, בלײַבן די מחלוקתן. צום סוף פֿונעם באַנד קומען צוויי אַרטיקלען וואָס גיבן זיך אָפּ מיט שפּראַך און זענען אָנגעשריבן אין אַ פּאָלעמישן טאָן. יצחק לודען, רעדאַקטאָר פֿון "לעבנס פֿראַגן", און מיטאַרבעטער אין "פֿאָרווערטס" נעמט די "יונגע ליבהאָבערס" פֿון ייִדיש אויפֿן צימבל, בפֿרט די רעדאַקטאָרן און שרײַבער פֿונעם ניו־יאָרקער "יוגנטרוף" וועגן זייער לשון און זייער צוגאַנג צו שפּראַך. פּראָפֿ׳ הירזשע־דוד קאַץ, וועלכע דרוקט זיך אָפֿט אינעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל", ווערט דאָ רעפּרעזענטירט מיט עטלעכע אויסצוגן פֿון זײַן רובריק "אַן איגריתל פֿון ווילנע". דער ערשטער טייל וועגן וואָרט "קאַטאָוועס" איז טאַקע אינטערעסאַנט; נאָר נאָכן איבערלייענען דעם צווייטן טייל, וועגן דער אָרטאָגראַפֿיע פֿון "אידיש" און "ייִדיש", דאַרף מען זיך פֿרעגן אויף וואָסער פּלאַנעט וווינט פֿרײַנד קאַץ? די פֿאַקטן שטימען אין גאַנצן נישט מיט דער ווירקלעכקייט, און פּונקט ווי אין זײַן בוך וועגן ייִדיש, ווײַזט ער נישט אָן אויף קיין שום מקורים צי ציטאַטן, צי ביבליאָגראַפֿיע. קומט אויס, לויט אים, אַז דאָס שרײַבן "ייִד" און "ייִדיש", איז אַן אַפּיקורסישער סימבאָל, וואָס עס האָבן אײַנגעפֿירט די "אַנטי־רעליגיעזע סעקולאַריסטן"! לאָמיר האָפֿן, אַז די לייענער פֿונעם "אַלגעמיינעם זשורנאַל" און דעם "אַלמאַנאַך" וועלן נישט אָננעמען אַזאַ ווילדן געדאַנק. דאָס אַוועקשטעלן די גלײַכונג פֿון "וועלטלעך = אַנטי־רעליגיעז" איז שוין פֿופֿציק יאָר הינטערשטעליק אין אונדזער געזעלשאַפֿט און איז פּשוט אַ פּראָוואָקאַציע אָן אַ זינען. דערצו שרײַבט קאַץ, אַז דער "פֿאָרווערטס" האָט אָנגעהויבן שרײַבן "ייִד" און "ייִדיש" צוליב אַ "שיינער מטבע" פֿון דער "קאָמיסיע דורכצופֿירן דעם איינהייטלעכן ייִדישן אויסלייג", וואָס איז פּשוט נישט־געשטויגן, נישט געפֿלויגן. קען נישט פּראָפֿ׳ קאַץ לויבן און שטיצן די שפּראַך פֿון דער "טראַדיציאָנעלער" וועלט אָן אַראָפּצורײַסן די נישט־פֿרומע וועלט? מיר דאַכט, אַז די פֿרײַע און פֿרומע וועלטן ווײַזן הײַנט אַרויס מער חסד, יושר און ברייטהאַרציקייט צו כּלל־ישׂראל ווי עס טוט פֿרײַנד קאַץ. אַ שאָד וואָס אַזאַ אַרטיקל שליסט דעם נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך" מיט אַ פֿאַרביסענער ביטערקייט אין מויל. פֿון דעסטוועגן איז זיכער דאָ וואָס צו לייענען און זיך צו לערנען פֿון דעם באַנד. * חנן־יעקבֿ מיניקעס (1867—1932) האָט יאָרן לאַנג אַרויסגעגעבן אַזאַ זשורנאַל במשך פֿון 35 יאָר אין ניו־יאָרק. Vos iz di problem mit dem Yugentruf idish?Submitted by Srulik on Wed, 2008-09-10 00:40.
Gotesman, konst du derleitern far vus Itzik Luden iz nisht tzufridn mit dem idish fun Yugentruf? Du host bashribn di problem mit professor Katzn ober vos iz loz mit Yugentruf? |