ייִדיש־וועלט
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פּראָפֿ
פּראָפֿ

אין פֿאָריקן נומער פֿון "פֿאָרווערטס" האָב איך דערציילט וועגן דער עפֿענונג פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ, געווידמעט דעם 100־יאָריקן יוביליי, לכּבֿוד דער היסטאָרישער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ. אין מײַן איצטיקן אַרטיקל וועל איך זיך באַמיִען צו דערציילן וועגן דער טעגלעכער אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ, אַקאַדעמישע און קולטורעלע פּראָגראַמען, וועלכע זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן אין משך פֿון דער וואָך.

לאָמיר אָנהייבן פֿון דעם אַקאַדעמישן טייל, וואָס איז צוגעגרייט געוואָרן פֿון פּראָפֿ' וואָלף מאָסקאָוויטש (ירושלים) און מיכאל טשלענאָוו (מאָסקווע). זיי האָבן לאָגיש אויסגעסדרט די פּראָגראַם, צוגעבנדיק איר אַ געוויסע דראַמאַטורגיע און גאַנצקייט. אָט זײַנען די טעמעס פֿון די רעפֿעראַטן, געלייענט בעת דער ערשטער סעסיע: "ייִדיש אין 1908 — היסטאָרישער קאָנטעקסט"; "ייִדיש־לעבן אין טשערנאָוויץ אין 1908"; "דער סטאַטוס פֿון ייִדיש אינעם 20סטן יאָרהונדערט", "ייִדיש אינעם 21סטן יאָרהונדערט"; "ייִדיש אַרום דער וועלט"; "ייִדישע שרײַבער אין טשערנאָוויץ".

נאַטירלעך, אַז איך קאָן נישט אין די ראַמען פֿון איין אַרטיקל זיך אָפּשטעלן גענוי אויף יעדן אויפֿטריט, אַפֿילו אָנצורופֿן די טעמעס פֿון די כּמעט 30 רעפֿעראַטן. דעריבער זאָלן מיך מוחל זײַן די פֿאָרשער, וואָס כ'וועל זייערע נעמען נישט דערמאָנען, כאָטש זיי פֿאַרדינען עס. צוריק גערעדט, זײַנען אויף דער קאָנפֿערענץ געווען עטלעכע אויפֿטרעטן, וואָס מע וואָלט זיך געקאָנט באַגיין אָן זיי. אָבער מײַן הויפּט־טענה צו די באַטייליקטע איז די שפּראַך, אויף וועלכער זיי האָבן אָפּגעהאַלטן זייערע רעפֿעראַטן, בדרך־כּלל — ענגליש. יאָ, די אָפֿיציעלע שפּראַכן פֿון דער קאָנפֿערענץ זײַנען טאַקע דערקלערט געוואָרן, חוץ ייִדיש, אויך ענגליש, אוקראַיִניש און רוסיש. מײַן טענה איז אָבער, אַז ס'רובֿ פֿון די וואָס האָבן רעפֿערירט אויף אַן אַנדער שפּראַך וואָלטן עס געקאָנט טאָן אין ייִדיש, ווײַל אין די קולואַרן האָבן זיי גערעדט אויף אַ גוטן מאַמע־לשון.

פֿונדעסטוועגן, וואָלט איך געוואָלט אויסטיילן די רעפֿעראַטן, וואָס זײַנען אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין ייִדיש. קודם־כּל, דער אויפֿטריט פֿון פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן (ירושלים): "דער אימאַזש פֿון ייִדיש אין דער ייִדישער ליטעראַטור". דער חשובֿער פּראָפֿעסאָר האָט דערמאָנט די ווערטער פֿון באַשעוויס־זינגער בשעתן באַקומען דעם נאָבעל־פּריז, אַז ייִדיש האָט נאָך נישט געזאָגט זײַן לעצט וואָרט און האָט זיך נאָך ווײַט נישט אויסגעשעפּט. די דאָזיקע ווערטער זײַנען געוואָרן אַ מין קאַמערטאָן אין זײַן אויפֿטריט.

בײַ דער עפֿענונג פֿון דער עקספּאָזיציע
בײַ דער עפֿענונג פֿון דער עקספּאָזיציע

אַן ערנסטן רעפֿעראַט האָט געהאַט דער פּראָפֿעסאָר פֿון זאַלצבורג (עסטרײַך), אַדמין איידהער. זײַן טעמע קלינגט אַזוי: "טשערנאָוויץ — ווי דער אָנשפּאַרפּונקט פֿון דעם קולטורעלן אויפֿבלי אין גאַליציע און בוקאָווינע". אין זײַן אַרבעט האָט איידהער באַטראַכט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון דער אַנטוויקלונג פֿון ייִדיש און עבֿרית אין די מקומות. ער האָט דערמאָנט די פֿײַערלעכע אונטערנעמונג אין יאָר 1928, לכּבֿוד דעם 20סטן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט איציק מאַנגער און חיים זשיטלאָווסקי; ווי אויך די דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ קעגן ייִדיש, וואָס איז דורכגעפֿירט געוואָרן אין דער זעלבער צײַט. ער האָט געלייענט אויסצוגן פֿון איציק מאַנגער און יחיאל שרײַבמאַן וועגן דער וויכטיקייט פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַכן־קאָנפֿערענץ, 1908.

ס'האָבן מיר אויסגעזען אינטערעסאַנט די אויפֿטריטן פֿון סטעפֿאַן קראָג (דענמאַרק) אויף דער טעמע: "גראַמאַטישע אונטערשיידן צווישן כּלל־ייִדיש און דעם ניו־יאָרקער חרדישן ייִדיש"; און דער רעפֿעראַט פֿון אַסטריד שטאַרק־אַדלער (פֿראַנקרײַך): "ייִדיש אין עלזאַס הײַנט צו טאָג". די רעפֿעראַטן האָבן שוין אָנגערירט פּרטים אין דער מאָדערנער לינגוויסטיק פֿון ייִדיש. אָבער אין אַ ברייטערן זין האָט די טעמע אַנטפּלעקט דער לעקסיקאָגראַף פּראָפֿ' וואָלף מאָסקאָוויץ אין זײַן רעפֿעראַט: "די אויפֿגאַבעס פֿון דער מאָדערנער ייִדישער לעקסיקאָגראַפֿיע".

און נאָך אויף איין רעפֿעראַט, אָפּגעהאַלטן אין ייִדיש, וואָלט איך זיך געוואָלט אָפּשטעלן. כ'מיין די יונגע פֿאָרשערין פֿון ענגלאַנד, ברוריה וויגאַנד. צו דער סעסיע וועגן די ייִדישע שרײַבער אין טשערנאָוויץ האָט זי צוגעגרייט דעם רעפֿעראַט "קבלה און חסידות אין דער פּאָעזיע פֿונעם טשערנאָוויצער דיכטער יעקבֿ פֿרידמאַן". חוץ די אינטערעסאַנטע מאָמענטן פֿון זײַן שאַפֿן, האָט ברוריה זייער צאַרט און אויסדריקפֿול געלייענט די לידער פֿון יעקבֿ פֿרידמאַנס עזובֿן, ממש ווי אַן אמתע אַקטריסע.

אַן אָנדענק־שילד לכּבֿוד ש.־י. עגנון
אַן אָנדענק־שילד לכּבֿוד ש.־י. עגנון

צום באַדויערן, האָבן מיך אַנטוישט מײַנע צוויי מיטפֿאָרער פֿון קעשענעוו, סעבאַסטיאַן שולמאַן (אַן אַמעריקאַנער, וואָס האָט פֿרײַוויליק אָפּגעאַרבעט אַ יאָר צײַט אין מאָלדאָווע), און זײַן חבֿרטע אַסיע ווײַסמאַן (באָסטאָן), וואָס האָט פֿאַרבראַכט אין קעשענעוו אַ וואָך, פֿאַר איר קומען קיין טשערנאָוויץ. דעם 12טן אויגוסט זײַנען זיי ביידע אויפֿגעטראָטן אויף דעם טרויער־אָוונט, געווידמעט דעם אומברענג פֿון ייִדישע שרײַבער אין מאָסקווע, אין 1952, וווּ זיי האָבן ביידע פּרעכטיק געלייענט אויף ייִדיש די ווערק פֿון מאַרקיש, פֿעפֿער, האָפֿשטיין. כ'בין זיכער געווען, אַז אויך אין טשערנאָוויץ וועלן זיי זייערע רעפֿעראַטן פֿאָרלייענען אין ייִדיש; עס הייבט זיך נישט אָן — נאָר אין ענגליש. פֿאַרוואָס? אויב די יונגע געלערנטע, וואָס קענען גוט ייִדיש, מײַדן אויס אויפֿצוטרעטן אויף דער שפּראַך, איז אפֿשר טאַקע גערעכט פּראָפֿ' מיכאל טשלענאָוו, וואָס האָט באַטאָנט אין זײַן רעפֿעראַט, אַז ייִדיש געפֿינט שוין מער נישט קיין פּראַקטישן באַנוץ און ווערט פֿאַרוואַנדלט אין אַ שפּראַך פֿון "אָנדענק".

ד״ר טשלענאָוו האָט אין זײַן אויפֿטריט גערעדט וועגן דער "גאָלדענער תּקופֿה" פֿון ייִדיש סוף 19טן, ערשטער העלפֿט 20סטן יאָרהונדערט, אָבער ווײַטער ווי נישט באַמערקט (אָדער נישט געוואָלט זען), אַז אויך נאָכן חורבן איז ווײַטער אָנגעגאַנגען און גייט אָן דער ליטעראַרישער פּראָצעס פֿון ייִדיש.

אַרום זײַן אויפֿטריט האָט זיך אַנטוויקלט אַ שאַרפֿע דיסקוסיע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט סײַ פּראָפֿ' נאָווערשטערן און סײַ פּראָפֿ' מאָסקאָוויץ. אין זייערע באַמערקונגען האָבן זיי באַטאָנט, אַז נישט באַגראָבן דאַרף מען ייִדיש, נאָר יעדער מוז טאָן אויף זײַן אָרט די טאָג־טעגלעכע אַרבעט; אַפֿילו דאָס אַליין וואָלט געווען גענוג אָנצוגיין ווײַטער מיט ייִדיש. ס'איז אויך אונטערגעשטראָכן די וויכטיקייט צוצוציִען צו דער ייִדיש־אַרבעט די יונגע כּוחות.

די אַקאַדעמישע סעסיעס האָבן זיך פֿאַרענדיקט אויף אַן אָפּטימיסטישער נאָטע. אָבער אַ וויכטיקן טייל אין פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ האָבן פֿאַרנומען די קולטורעלע אונטערנעמונגען. עס זײַנען דורכגעפֿירט געוואָרן 3 קאָנצערטן אויף ייִדיש, וואָס אין איינעם פֿון זיי איז אויפֿגעטראָטן די באַרימטע ייִדישע און העברעיִשע אַקטריסע לאה קעניג. עס איז געווען אַ באַזונדערער אָוונט פֿון אָרגל־מוזיק, געשפּילט פֿון רימע שעכטער (ישׂראל). חוץ דער ביכער־אויסשטעלונג, וואָס כ'האָב שוין וועגן דעם געשריבן אין מײַן פֿאָריקן רעפּאָרטאַזש, איז פֿאָרגעקומען די דערעפֿענונג פֿונעם "מוזיי פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור אין בוקאָווינע", אינעם בנין פֿונעם געוועזענעם "ייִדישן פֿאָלקס־הויז" (מע קאָן בײַם אַרײַנגאַנג זען אַן אָנדענק־טאָוול אויף ייִדיש און אוקראַיִניש). אַגבֿ, אין דעם דאָזיקן בנין איז טאַקע פֿאָרגעקומען די איצטיקע יוביליי־קאָנפֿערענץ.

אַנטקעגן דעם בנין האָט אַמאָל געוווינט אליעזר שטיינבאַרג און אויך דאָרט הענגט אַ טאָוול, אין אָנדענק פֿון דעם גרויסן ייִדישן משלים־שרײַבער. זײַן קבֿר האָבן מיר באַזוכט בשעת פּראָפֿ' וואָלפֿאָוויץ האָט דורכגעפֿירט זײַן רײַזע איבער דער שטאָט. אַ גרויסן אײַנדרוק האָט געמאַכט אויף אַלעמען די קינסטלערישע אויסשטעלונג אינעם אָרטיקן קינסטלערישן מוזיי — "פֿאַרבן פֿון בוקאָווינע". עס זײַנען דאָרט אַרויסגעשטעלט געוואָרן די בילדער פֿון די טשערנאָוויצער מאָלערס: משה באַראַש, אַרטור קאָלניק, לעאָן קאָפּעלמאַן, מאַרגאַריטע־אירמע ראָזענשטאָק, איגנאַץ קליגער; ווי אויך ייִדישע פּאָסט־קאַרטלעך פֿון טשערנאָוויץ פֿון פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט.

אַ טענצל אויף אַ געוועזענעם ייִדישן געסל
אַ טענצל אויף אַ געוועזענעם ייִדישן געסל

די לעצטע צוויי טעג פֿון דער "וואָך" האָבן מיר פֿאַרבראַכט אויף די וועגן פֿון בוקאָווינע און גאַליציע. מיר האָבן באַזוכט די ייִדישע בית־עולמס אין וואַשקעוויץ און באַנילאָוו, וואָס זעען אויס זייער פֿאַרלאָזט; אַרײַנגעפֿאָרן קיין וויזשניץ, דאָס געבוירן־אָרט פֿונעם ייִדישן שרײַבער יוסף בורג, און געזען די גאַס וואָס טראָגט זײַן נאָמען. געשטאַנען בײַם קבֿר פֿונעם וויזשניצער רבי, וואָס געפֿינט זיך דווקא אין אַ גוטן צושטאַנד. נאָכגעפֿאָלגט די טריט פֿון בעל־שם־טובֿ, געווען בײַ זײַן מיקווה אויפֿן טײַכל וויזשענקי; דערנאָך אַרײַנגעפֿאָרן קיין קיטעוו און ווײַטער ביז קאָסאָוו. אין דער אָרטיקער שיל האָט פּראָפֿ' נאָווערשטערן דערציילט אונדז וועגן די אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן, וואָס זײַנען אַרויס פֿון דעם שיינעם שטעטל; און געלייענט אויך ווערק פֿון שלום־עליכם.

אויפֿן אַנדערן טאָג זײַנען מיר אַרײַנגעפֿאָרן קיין סאַדיגורע, באָיאַן, זאַלישטשיק, טשאָרטקאָוו און בוגאַטש, וווּ ס'האָט אַמאָל געשפּרודלט אַ ייִדיש לעבן. צום סוף וויל איך אונטערשטרײַכן, אַז אַ דאַנק יוסף זיסעלסן, דער הויפּט־אָרגאַניזאַטאָר פֿון דער "וואָך פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור אין בוקאָווינע", און זײַנע באַהעלפֿערס, יונגע און האַרציקע חבֿרה, איז דערמעגלעכט געוואָרן, זי זאָל פֿאַרבלײַבן אין די הערצער פֿון יעדן אָנטייל־נעמער אויף לאַנגע יאָרן.

ייִדיש געפֿינט שוין מער נישט קיין פּראַקטישן באַנוץ

Dos iz nisht korrekt. Men kon tzum baishpil gebroichn idish ven men kumt kein Daitchland un dortn men kon mit di daitchen oif idish redn. Ven mir hobn gelebt in Daitchland main foter hot geredt mit di hige daitchen oif idish un zei hobn im gantz gut farshtanen. Zei hobn im di gantze tzait gefregt fun velchen teil Daitchland er komt vu zei redn aza min dialekt. Main foter hot geredt a litvish idish mit dem kartavn "r" glaich vi di daitchen.