ייִדיש־וועלט
די דערעפֿענונג פֿון דער יוביליי־קאָנפֿערענץ אינעם מאַרמאָר־זאַל פֿונעם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט. דעם עולם באַגריסט יוסף זיסעלס.
די דערעפֿענונג פֿון דער יוביליי־קאָנפֿערענץ אינעם מאַרמאָר־זאַל פֿונעם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט. דעם עולם באַגריסט יוסף זיסעלס.

ווי באַוווּסט, מיט 100 יאָר צוריק, איז אין טשערנאָוויץ, די הויפּטשטאָט פֿון בוקאָווינע, פֿאָרגעקומען די היסטאָרישע שפּראַך־קאָנפֿערענץ. זי איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 30סטן אויגוסט ביזן 3טן סעפּטעמבער און די דערעפֿענונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם שטאָטישן "מוזיק־פֿאַראיין". אין "פֿאָרווערטס", וואָס האָט באַגריסט די קאָנפֿערענץ און זי געשטיצט, האָט "געדעקט" די אַרבעט פֿון דער קאָנפֿערענץ איר קאָרעספּאָנדענט בן־ציון האָפֿמאַן (פּסעוודאָנים — צבֿיון); באַגריסט האָט די באַטייליקטע אויף די שפּאַלטן פֿון דער צײַטונג דער הויפּט־רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן און דער מיטאַרבעטער פֿון דער רעדאַקציע מאָריס ראָזענפֿעלד.

די טעג געפֿינט זיך אין טשערנאָוויץ אונדזער ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט סערגאָ בענגעלסדאָרף. הײַנט לייגן מיר אײַך פֿאָר זײַן ערשטן רעפּאָרטאַזש, געווידמעט דער פֿײַערלעכער דערעפֿענונג פֿון דער "וואָך פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור אין בוקאָווינע".


די טעג נעמט טשערנאָוויץ אויף אירע ייִדישע געסט פֿון 12 לענדער: פֿאַראייניקטע שטאַטן, ישׂראל, ענגלאַנד, רוסלאַנד, פֿראַנקרײַך, דענמאַרק, עסטרײַך, פּוילן, מאָלדאָווע, ווײַסרוסלאַנד און פֿון פֿאַרשידענע אוקראַיִנישע שטעט אויף איר פֿײַערלעכער שׂימחה לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿון דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, 1908.

די איצטיקע קאָנפֿערענץ וועט דורכגעפֿירט ווערן אין די ראַמען פֿון דער "וואָך פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור אין בוקאָווינע", געווידמעט דעם 600סטן געבוירן־טאָג פֿון דער שטאָט שטערנאָוויץ, און דעם 20סטן יאָרטאָג פֿונעם ייִדישן אויפֿלעב אין אוקראַיִנע. זיך צו באַטייליקן אין דער קאָנפֿערענץ האָבן מסכּים געווען באַקאַנטע פּערזענלעכקייטן אין געביט פֿון ייִדש, צווישן זיי פּראָפֿ' וואָלף מאָסקאָוויץ (ירושלימער אוניווערסיטעט), פּראָפֿ' אַבֿרהם נאָווערשטערן (ירושלימער אוניווערסיטעט), ברוך פּאָדאָלסקי (ישׂראל), אַדמין איידהער (עסטרײַך), מיכאַיִל טשלענאָוו (מאָסקווע), מאַרקוס בײַער (ברעמען) עלקע קעלמאַן (ניו־יאָרק, בראַנדײַז אוניווערסיטעט), דזשעסאַ אָמאָנאַ (ניו־יאָרק, ישיבֿה־אוניווערסיטעט) און אַנדערע.

עס פֿרייט, וואָס אין דער קאָנפֿערענץ האָבן זיך באַטייליקט נישט ווייניק יונגע געלערנטע, וואָס האָבן צוגעגרייט זייערע רעפֿעראַטן אויף מאַמע־לשון — אַסיאַ ווײַסמאַן (באָסטאָן) און זכריה שולמאַן (ניו־יאָרק), ברוריה וויגאַנד (אָקספֿאָרד) און מאַריאַ קאַספּינאַ (מאָסקווע).

מע דאַרף באַטאָנען, אַז די באַלעבאַטים פֿון דער קאָנפֿערענץ, אין שפּיץ מיט יוסף זיסעלס, באַקאַנטער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער טוער, פֿאָרזיצער פֿונעם אוקראַיִנישן וועד און אַליין אַן אָפּשטאַמיקער פֿון טשערנאָוויץ — האָבן אויפֿגענומען די געסט אויפֿן בעסטן אופֿן. אַלע וווינען אינעם שענסטן האָטעל אין טשערנאָוויץ — "בוקאָווינע".

עס איז אויסגעאַרבעט געוואָרן אַן אינטערעסאַנטע פּראָגראַם וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין טשערנאָוויץ. שוין אינעם ערשטן טאָג זײַנען די געסט פֿאַרבעטן געוואָרן אין דער אָרטיקער "חסד־שושנה"־אָרגאַניזאַציע, וווּ אַלע זײַנען בײַגעווען בײַ דער עפֿענונג פֿון אַ פּרעכטיק קינסטלעריש קונסט־ווערק, וווּ מע זעט די אַלטע טשערנאָוויצער ייִדישע שטאָט, מיט אירע געזעלשאַפֿטלעכע בנינים (זע די ערשטע זײַט). דערציילט האָט וועגן דער אַרבעט פֿון זײַן אָרגאַניזאַציע דער דירעקטאָר פֿון "חסד־שושנה" מיכאל פֿוקס.

עקספּאָזיציע פֿון דער ביכער־אויסשטעלונג אינעם אוניווערסיטעט
עקספּאָזיציע פֿון דער ביכער־אויסשטעלונג אינעם אוניווערסיטעט

אויפֿן אַנדערן טאָג, ווען עס איז פֿאָרגעקומען די אָפֿיציעלע דערעפֿענונג פֿון דער "קולטור־וואָך", האָט פּראָפֿ' וואָלף מאָסקאָוויץ, אַליין אַ געוועזענער טשערנאָוויצער, דורכגעפֿירט אַ פֿאַרכאַפּנדיקן טור איבער די ייִדישע ערטער פֿון דער שטאָט, מיטן באַזוכן די ביבליאָטעק בײַ דעם מלוכישן אוניווערסיטעט, וווּ ס'האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג "דאָס ייִדישע בוך אין בוקאָווינע". פּראָפֿ' מאָסקאָוויץ האָט באַטאָנט, אַז פֿאַר אים פּערזענלעך איז עס אַ רירנדיקע איבערלעבונג צו זען דאָ אויסגעשטעלט ייִדישע און העברעיִשע ביכער, ווײַל אין זײַן צײַט, ווען ער האָט זיך אינעם אוניווערסיטעט געלערנט, איז געווען אוממעגלעך צוצוקומען צו די ייִדישע ביכער-פֿאָנדן.

אינעם זעלבן טאָג, איז אינעם שיינעם זאַל פֿונעם טשערנאָוויצער אוניווערסיטעט פֿײַערלעך דערעפֿנט געוואָרן די יוביליי־קאָנפֿערענץ און די "וואָך פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור אין בוקאָווינע". אינעם פּרעזידיום זײַנען געזעסן: די פֿירערשאַפֿט פֿון דער געגנט און שטאָט, דעפּוטאַטן פֿון דעם אוקראַיִנישן "ראַדע"־פּאַרלאַמענט, אָנגעזעענע געלערנטע. דעם אָוונט האָט געפֿירט יוסף זיסעלס; באַגריסט האָבן די קאָנפֿערענץ דער ערשטער פֿאַרטרעטער בײַם הויפּט פֿון דער געגנטלעכער אַדמיניסטראַציע, וויקטאָר פּאַווליוק; דער טשערנאָוויצער בירגערמײַסטער מיקאָלאַ פֿעדאָרוק. אַלע האָבן זיי גערעדט וועגן דער טאָלעראַנטקייט צווישן די פֿאַרשידענע נאַציאָנאַליטעטן, וואָס לעבן אין אוקראַיִנע; אָפּגעגעבן כּבֿוד דעם ייִדישן טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג בכלל און די בוקאָווינער ייִדן בפֿרט. עס זײַנען אָנגערופֿן געוואָרן די נעמען פֿון סידי טאַל, יוסף בורג, יוסף שמידט און אַנדערע.

געשלאָסן האָט זיך דער פֿײַערלעכער אָוונט מיט אַ קאָנצערט פֿון דער ישׂראל־זינגערין רות לעווין, די טאָכטער פֿונעם קאָמפּאָזיטאָר לייבו לעווין, אויך אַן אָפּשטאַמיקער פֿון די בוקאָווינער מקומות.

אינעם ערשטן טאָג פֿון אַרבעט האָט זיך פֿונעם טעלעוויזיע־עקראַן געוואָנדן מיט זײַן באַגריסונג־וואָרט צו די דעלעגאַטן פֿון דער קאָנפֿערענץ דער באַקאַנטער ייִדישער געלערנטער און כּסדרדיקער שרײַבער פֿאַרן "פֿאָרווערטס", פּראָפֿ' שיקל פֿישמאַן. זײַן טיפֿע און עמאָציאָנעלע ווענדונג איז אויפֿגענומען געוואָרן מיט אַפּלאָדיסמענטן.

די קאָנפֿערענץ האָט אָנגעהויבן איר אַרבעט און וועט אָנגיין 5 טעג. עס וואַרטן אונדז פֿאַרשידענע רעפֿעראַטן, קולטור־פּראָגראַמען, אין וועלכע עס וועלן אָנטייל נעמען די ישׂראלדיקע, אַמעריקאַנער און אָרטיקע אַרטיסטן; שפּאַצירן איבער דער אַלט־יונגער שטאָט און די ייִדישע ערטער אין בוקאָווינע. גענויער וועגן זיי וועט איר זיך דערוויסן פֿון מײַנע ווײַטערדיקע רעפּאָרטאַזשן.