ווען מען זאָגט דעם נאָמען “איציק פֿעפֿער" קומט גלײַך אויפֿן זכּרון זײַן פּרעכטיק ליד "אַ קרעניצע". יאָסל מלאָטעק האָט מיר געזאָגט, אַז די גאַנצע יוגנט פֿון פּוילן האָט עס ליב געהאַט צו זינגען.
דאָרט וווּ גראָזן זײַנען נאַסער
שטייט אַ קרעניצע פֿאַרטראַכט;
קומען מיידלעך ציִען וואַסער
מיט די עמער אַלע נאַכט.
אונטער זון ווי ווײַסע בערן
וואַקסן טעג אין גרויסן סאָד,
און אין ווײַטן שײַן פֿון שטערן
טאַנצן יאַטן אין אַ ראָד.
פֿון די סטעפּעס ווינטלעך בלאָזן
און אַ פֿײַערל דערברענט;
גייען מיידלעך אויף די גראָזן
מיט די עמער אין די הענט.
ווערט לבֿנה בלאַס און בלאַסער,
ערגעץ פּויקט מען אין דער נאַכט;
דאָרט וווּ גראָזן זײַנען נאַסער,
שטייט אַ קרעניצע פֿאַרטראַכט.
מיר האָבן דאָס ליד געזונגען מיט דער שיינער מעלאָדיע פֿון ס. פּאָלאָנסקי; מיט עטלעכע יאָרן צוריק האָט די זינגערין חוה אַלבערשטיין געשאַפֿן אַן אַנדער חנעוודיקע מעלאָדיע צום ליד.
איציק פֿעפֿער האָט געשאַפֿן אַ סך לידער, וואָס מע האָט געזונגען אין סאָוועטן־רוסלאַנד. ער איז געווען אַ שטאָלצער אָנהענגער פֿון סאָוועטישער פּאָליטיק און קולטור, ווי ער זינגט אין זײַן ליד "איך בין אַ ייִד": "איך בין אַ זון פֿון די סאָוועטן, איך בין אַ ייִד" און ווײַטער "איך בין אַ ייִד, וואָס האָט געטרונקען פֿון סטאַלינישן כּוס פֿון גליק". ער האָט געזונגען וועגן דעם סאָוועטישן לעבן, סטאַלין, דער רעוואָלוציע, די קאָמיוגס (קאָמוניסטישע יוגנט). ער דערמאָנט דעם אַלטן שטייגער לעבן:
נו, איז וואָס, אַז מען האָט מיך געמלט
און געפּראַוועט, ווי בײַ ייִדן, אַ ברית.
ס'האָבן פֿעלדישע ווינטן פֿאַרסמאַליעט
מײַנע ווײַסע פֿאַרדרימלטע פֿיס.
דאָ טרוימען נאָך ייִדן פֿון טשאָלנט —
יאַטן בענקען נאָך רויך און נאָך פֿלאַם.
אַכט יאָר אין פֿעלדער און טאָלן
אונטער הימליש־בלויען ים.
מען קען מיך פֿאַר אַ גוטן און שטילן,
פֿאַר אַ סך איז מײַן ערלעכקייט קאַרג,
כ'האָב קיין מאָל ניט געלייגט קיין תּפֿילין
און קיין מאָל ניט געהאַנדלט אין מאַרק.
איציק פֿעפֿער איז געבוירן געוואָרן אין 1900 אין שפּאָלע, קיִעווער גובערניע, אוקראַיִנע. צו 12 יאָר האָט ער אָנגעהויבן אַרבעטן אין אַ דרוקערײַ. אין די יוגנטלעכע יאָרן איז ער אַ צײַט געווען אין "בונד". בעתן בירגערקריג אין רוסלאַנד האָט ער זיך פֿרײַוויליק מאָביליזירט אין דער רויטער אַרמיי, געפֿירט אונטערערדישע אַרבעט אין קיִעוו און אַרײַנגעפֿאַלן אין תּפֿיסה. פֿון 1919 איז ער געווען אַ מיטגליד אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי. דעם זעלביקן יאָר האָט ער דעביוטירט מיט אַ ליד אין דער קיִעווער צײַטונג "קאָמוניסטישע פֿאָן".
אין די ווײַטערדיקע יאָרן האָט ער געדרוקט לידער, פּאָעמעס, דראַמעס, פּאָלעמיק, אַרטיקלען וועגן שרײַבער און ליטעראַטור אין צײַטונגען, זשורנאַלן און אַלמאַנאַכן. ער איז געווען איינער פֿון די פֿירער פֿון דער קיִעווער שרײַבער־גרופּע “ווידערוווּקס".
אין 1926 איז ער געווען אַן אַספּיראַנט אין דער ליטעראַטור־סעקציע פֿון דער ייִדישער קאַטעדרע בײַ דער אוקראַיִנישער אַקאַדעמיע. ער איז אָפֿט אויפֿגעטראָטן מיט רעדעס און לעקציעס פֿאַר טויזנטער אַרבעטער אין גרויסע קלוב־זאַלן, אין פֿאַבריקן. ס׳איז ניט געווען כּמעט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד קיין איינציקער ליטעראַרישער זשורנאַל, ליטעראַרישע זאַמלונג, אָדער אַלמאַנאַך, וואָס ער זאָל ניט געווען זײַן אַ מיטגליד פֿון דער רעדאַקציע־קאָלעגיע אָדער מיטאַרבעטער. אין 1939 איז ער באַערט געוואָרן מיטן אָרדן "ערן־צייכן" און אין 1940 מיטן לענין־אָרדן.
ווען ס'האָט זיך אָנגעהויבן דער דײַטשלאַנד־סאָוועטישער קריג איז ער געוואָרן סעקרעטאַר פֿון ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע. אין יוני 1943, צוזאַמען מיט ש. מיכאָעלס, איז ער אַרומגעפֿאָרן מיט רעדעס אין ענגלאַנד, קאַנאַדע, מעקסיקע און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, כּדי צו מאָביליזירן די עפֿנטלעכע ייִדישע מיינונג לטובֿת דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין דעם קאַמף קעגן דעם פֿאַשיזם. אין ניו־יאָרק, אויף דער פּאָלאָ־גראַונדס־אַרענע האָט ער גערעדט פֿאַר צענדליקער טויזנטער מענטשן וועגן די דײַטשע פֿאַרברעכנס קעגן דעם ייִדישן פֿאָלק.
אין 1946—1947 האָט ער געלעבט מערסטנס אין מאָסקווע, וווּ ער איז געווען סײַ אַ מיטרעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג “אייניקייט" און פֿונעם זשורנאַל “היימלאַנד". אין 1948, בשעת דער ליקווידאַציע פֿון דער ייִדישער קולטור אין סאָוועטן־רוסלאַנד, איז ער, צוזאַמען מיט דוד האָפֿשטיין, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן א"אַ, געוואָרן אַרעסטירט און געפּײַניקט פֿיר יאָר אין דער לוביאַנקער תּפֿיסה אין מאָסקווע און נאָך דעם האָט אים די נקוו"ד דערשאָסן.
איינס פֿון די שטאַרקסטע לידער פֿעפֿערס איז “די שבֿועה":
איך שווער בײַ דער ליכטיקער זון, בײַ די שטוינענדע שטערן,
איך שווער הײַנט בײַ אַלץ, וואָס אַ פּשוטער מענטש קען נאָר שווערן,
איך שווער בײַ די הערצער, וואָס זידן אין שלאַכטן און קאָכן,
איך שווער בײַ די שטאַמען פֿון גליק, וואָס דער פֿײַנט האָט צעבראָכן,
איך שווער בײַ די ווערבעס, וואָס שטייען בײַם דניעפּער געבויגן,
איך שווער בײַ דעם בלוט, בײַ דעם אומרו פֿון מײַנע צוויי אויגן:
מײַן האַס וועט ניט אויסגיין, מײַן צאָרן אין קעלט וועט ניט קילן
ביז כ'וועל אויף מײַן אָרעם דאָס בלוט פֿונעם פֿײַנט ניט דערפֿילן!
און אויב ס'וועט דער פֿינצטערער וויכער אַ האַנט מיר צעפֿליקן,
וועל איך מיט דער צווייטער דעם פֿײַנטלעכן אָטעם דערשטיקן;
און אויב ס'וועט אַ קויל מיר די האַנט אויך די צווייטע צעדרויבן,
וועל איך מיט מײַן הייליקער שׂינאה דעם ווייטיק פֿאַרטויבן!
אַבי נאָר די פֿיס מײַנע וועלן מיך טראָגן, מיר דינען —
אין פֿײַער, אין וואַסער וועל איך אים, דעם שׂונא, געפֿינען.
און אויב ס'וועט די נאַכט מיר מיט בלינדקייט פֿאַרלעשן די אויגן,
מײַן שׂינאה — מײַן שוועסטער אין שלאַכט וועט ניט לאָזן פֿאַרנויגן
מײַן קאָפּ. דאָס אויג פֿון מײַן האַרץ וועט דעם שׂונא אַנטפּלעקן,
דער פֿלאַם פֿון מײַן האַס וועט אויף אייביק זײַן זכר פֿאַרמעקן.
אָט דאָס איז מײַן שבֿועה, וואָס כ'שווער איצט דעם לאַנד פֿון די ראַטן,
מײַן אוראַלטן פֿאָלק, און מײַן אַלטינקער מאַמען און טאַטן,
און דאָס איז מײַן נדר; און אויב איך וועל ביידע זיי ברעכן,
זאָל דעמאָלט מײַן פֿאָלק מיט דער שפּיז פֿון פֿאַראַכטונג מיך שטעכן!
און אויב כ'וועל דעם פֿײַנט פֿון דער ליכטיקער וועלט ניט פֿאַרטרײַבן,
אַז ס'זאָל פֿון זײַן מיאוסקייט קיין שׂריד־ופּליט ניט בלײַבן,
זאָל ווערן צום אייביקן שאַנדסלופּ געפֿעסטיקט מײַן נאָמען,
דעם אַש פֿון מײַן לײַב זאָל דער ערדקויל ניט אויפֿנעמען, אָמן!
אין זײַן ליד "איך בין אַ ייִד" באַהעפֿט ער זיך מיט אַלע דורות ייִדן — די הײַנטיקע קרבנות פֿון היטלעריזם און די ייִדן פֿון אוראַלטע צײַטן. ער פֿילט מיט די פּײַנען פֿון די ייִדן אין אַלע צײַטן און לענדער וווּ זיי האָבן געליטן. עטלעכע שטעלן פֿונעם ליד זײַנען באַזונדערס שטאַרק:
דער ווײַן פֿון דורותדיקן דויער
האָט מיך געשטאַרקט אין וואַנדערוועג,
די בייזע שווערד פֿון פּײַן און טרויער
האָט ניט פֿאַרניכטעט מײַן פֿאַרמעג —
מײַן פֿאָלק, מײַן גלויבן און מײַן בליִען,
זי האָט מײַן פֿרײַהייט ניט געשמידט.
פֿון אונטער שווערד האָב איך געשריִען:
איך בין אַ ייִד!
ניט פּרעהס שלעק, ניט טיטוס, המן
האָבן צעברעכן אים געקענט,
מײַן שטאָלץ געמיט. עס טראָגט מײַן נאָמען
די אייביקייט אויף אירע הענט.
מײַן שוווּנג איז קלענער ניט געוואָרן
אויף שוואַרצע שײַטערס פֿון מאַדריד,
עס שאַלט מײַן רוף דורך צײַט און יאָרן:
איך בין אַ ייִד!
די פֿערציק יאָר פֿון אוראַלט־לעבן,
וואָס כ'האָב געקרענקט אין מידבר־זאַמד,
האָבן מײַן עלטער מוט געגעבן,
בר־כּוכבאס רוף האָט אויפֿגעפֿלאַמט
אויף יעדער קער פֿון מײַנע ליידן
און מער פֿון גאָלד האָב איך פֿאַרהיט
די אײַנגעשפּאַרטקייט פֿון מײַן זיידן —
איך בין אַ ייִד!
דער קלוגער קנייטש פֿון ר' עקיבֿא,
די חכמה פֿון ישעיהס וואָרט
האָבן גענערט מײַן דאָרשט — מײַן ליבע
און זי מיט האַס צונויפֿגעפּאָרט;
דער שוווּנג פֿון מאַקאַבייער העלדן
אין מורדים־בלוט אין מײַנעם זידט.
פֿון אַלע שײַטערס פֿלעג איך מעלדן:
איך בין אַ ייִד!
ס'האָט אונדזער שלמהס וווּנדער־שׂכל
אין וואַנדערוועג מיך ניט פֿאַרלאָזט
און הענריך הײַנעס קרומער שמייכל
האָט אויך גענוג מיר בלוט געקאָסט.
איך הער הלויס וווּנדער־קלאַנגען
יאָרהונדערטער און ווער ניט מיד,
כ'האָב אָפֿט געוועלקט, נאָר ניט פֿאַרגאַנגען —
איך בין אַ ייִד!
דאָס ווידערקול פֿון חיפֿהער האַפֿן
הילכט אָפּ, ווען ס'טוט אַ קלונג מײַן קול,
די אומבאַמערקטע טעלעגראַפֿן
דערטראָגן מיר דורך ים און טאָל
דעם שלאָג פֿון האַרץ אין בוענאָס־אײַרעס
און פֿון ניו־יאָרק אַ ייִדיש ליד,
דעם שוידער פֿון בערלינער גזירות —
איך בין אַ ייִד!
און אויף צעפּיקעניש די שׂונאים,
וואָס גרייטן קבֿרים שוין פֿאַר מיר
וועל איך אונטער די רויטע פֿאָנען
נאָך האָבן נחת אָן אַ שיעור.
כ'וועל מײַנע ווײַנגערטנער פֿאַרפֿלאַנצן
און פֿון מײַן גורל זײַן דער שמיד,
כ'וועל נאָך אויף היטלערס קבֿר טאַנצן!
איך בין אַ ייִד!