יעקבֿ פֿרידמאַן, אויפֿן וועג קיין ישׂראל,אין אַ לאַגער אין ציפּערן, 1948 |
בעת איך וועל קומען
אין אַ מלבוש פֿון לײַן,
מיט אַ הילצערן פֿײַפֿל
צום ירדן צו גיין.
מה טובֿו, מה טובֿו!...
סאַראַ הייליק געשאַל.
ס׳אײַלן די רינדער
טרינקען צום קוואַל.
און איך אין דער מיט,
דאָס פּאַסטעכל דאָ,
שפּיל אויף דער דודע
דו־דו, דו־דו.
אַזוי פֿלעגט לוי־יצחק
זינגען: ביסט דאָ,
מזרח און מערבֿ
אומעטום דאָ.
וואָס דאַרף איך, באַשעפֿער,
וואָס דאַרף איך דען מער?
ס׳וועלן קומען צו מנחה
די אָבֿות אַהער —
צו די טשערעדעס קומען
לעבן ירדן צו גיין,
ווי ס׳וואָלט אין יאָרטויזנטער
גאָרנישט געשען.
מײַן דודע איז נאָך דודע
און איך בין אַ ייִד,
און דאַוון בײַם ירדן
מײַן פּשוט ליד.
זײַ גוט צו מיר, גאָט,
כ׳בעט נישט קיין סך:
איך וויל פֿילן דײַן ליבשאַפֿט
רוט אויף מײַן דאַך.
אין נאָך אַ פּרעכטיק ליד בײַ דעם ירדן, הערט דער יונג פֿון פּוילן די אַלטע היימישע לידער, וואָס די גאָלדענע פּאַווע האָט מיטגעבראַכט אין איר פֿלי:
בײַם ירדן
בײַם ירדן דער יונג פֿון פּוילן
שטייט מיט דער ליכטיקער האַרף.
די כוואַליעס זינגען פֿאַרהוילן
אין לשון פֿון אַלטן תּנ״ך.
ס׳שמעקט מיט חומש און דורות
און ער האָרכט אין ריח זיך אײַן.
מזבחות דעמפּן קטורת,
און ס׳אָטעמט פֿון כּרמל דער ווײַן.
פֿאַרמאַכט ער דער יונג זײַנע אויגן.
סאַראַ מינחהדיקע בלויקייט אַרום.
וואָס זשע איז פּלוצעם דורכגעפֿלויגן
מיט וואָכעדיק־היימיש געזשום?
ער הייבט די אויגן פֿאַרחידושט
איבער פּרדסים אין פּורפּור־צעבלי.
און ער הערט: סע כליפּעט אויף ייִדיש
די גאָלדענע פּאַווע אין פֿלי.
מיט ראָזשינקעס זיסע און מאַנדלען
קערט דער זיידע פֿון ירידים צוריק.
אונטער יאַנקעלעס וויגעלע דאָס ציגעלע
מיט דער תּחינה די מאַמע פֿאַרוויגט.
די מאַמע לוליעט דאָס וויגל,
און די פֿעטערס מיט טונקעלע בערד
זעצן חצות זיך אָפּריכטן
אויף דער פּראָסטער, ליימענער ערד.
הינטער די סעדער — דער טײַכרויש,
דאָרט שפּאַנט אַ פֿאַרבלאָנדזשעטער ייִד
און מורמלט שטיל אין דער טונקל
אַ טרויעריק ייִדיש ליד.
דאָס ליד האָט די גאָלדענע פּאַווע
מיטגענומען אין איר ליכטיקן פֿלי.
איצט האָרכט דער יוגנ בײַם ירדן
צום ליד פֿון דער פּאַווע זיך צו.
אומעטום וווּ ייִדן קומען,
פֿליט די פּאַווע מיט,
און טראָגט אין איר גאָלדענעם גומען
מיט דאָס ייִדישע ליד...
דער יונג מיט דער ליכטיקער האַרפֿע
נידערט שטיל אויף די קני,
און הערט: אין טיף פֿון זײַן האַרפֿע
די פּאַווע אין גאָלדענעם פֿלי.
יעקבֿ פֿרידמאַן איז געבוירן געוואָרן אין מילניצע, גאַליציע, אין 1910, אַ זון פֿון מילניצער רבין. אין 1919 האָט זיך די משפּחה אַריבערגעקליבן קיין טשערנאָוויץ. אין די יאָרן 1929—1933 האָט ער געוווינט אין וואַרשע, דערנאָך צוריקגעפֿאָרן קיין רומעניע. די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער איבערגעלעבט אין בערשאַד, טראַנסניסטריע. אין די יאָרן 1945—1947 האָט ער געוווינט אין בוקאַרעשט. אין 1947 איז ער אַוועק אומלעגאַל קיין ארץ־ישׂראל. ער איז פֿאַרהאַלטן געוואָרן דורך די ענגלענדער קרוב צו צוויי יאָר אין אַ מעפּילים־לאַגער אין ציפּערן. פֿון 1949 האָט ער געלעבט אין מדינת־ישׂראל, וווּ ער איז געשטאָרבן אין 1972. ער האָט דעביוטירט מיט אַ ליד אין 1927 און זינט דעמאָלט געדרוקט לידער אין אַ סך צײַטשריפֿטן און ביכער. ער האָט באַקומען אַ סך ליטעראַרישע פּרעמיעס: די ל. האָפֿער, שלום־עליכם, פּאָלאַק־פּרעמיעס, די ראָטמאַן ליטעראַטור־סטיפּענדיע, די פֿיכמאַן־פּרעמיע, מאַנגער־פּריז און די גראָפּער־פּרעמיע.
מיר האָבן מיט יאָרן צוריק געהערט די ישׂראל־וואָרט־קינסטלערין הדסה קעסטין רעציטירן צוויי מאָל יעקבֿ פֿרידמאַנס אַ ליד, וואָס האָט אויף אונדז געמאַכט אַן אומפֿאַרגעסלעכן רושם. דאָס ליד באַזירט זיך אויף מנהג און טראַדיציע, וואָס פֿרידמאַן פֿלאַנצט איבער אין מדינת־ישׂראל. ס׳איז אַן אמתער פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, וואָס מיר ברענגען פֿאַר דעם גענוס פֿון אונדזערע לייענערס.
אַ ליד וועגן כעלעמער מלמד,בית־מכס און שבת־שירה
צעוויקלט דער כעלעמער מלמד זײַן פֿאַטשיילע מיט אַ ציטערדיקער האַנט,
נעמט אַרויס דאָס טאַביק־פּושקעלע און טוט אַ שמעק,
דערנאָך ווישט ער אויס די שפּאַקולן און שפּאַנט
פֿון שיף אַראָפּ אויפֿן חיפֿהער ברעג.
סקאָצל קומט... און צווישן ייִדישע זעק און פּעק
לייגט דער כעלעמער מלמד אויך זײַן קלומיק אַנידער:
מען זאָגט, אַ ייִדישער שׂררה קומט צום ברעג
דורכצוקוקן די פּעק פֿון שוועסטער און ברידער...
מילא, דאַרף זײַן אַזוי, מן־הסתּם.
און אָט טאַקע גענענט דער ייִדישער שׂררה:
— נו, ר׳ ייִד, וואָס אַ שטייגער איז בײַ אײַך אין זאַק פֿאַראַן?
פֿרעגט ער מיט אַ ניגון פֿון גמרא.
— כּל־טובֿ, זאָגט ער דער כעלעמער מיט שטילער פֿרייד,
די אויגן עניוותדיק אַראָפּגעלאָזטע:
— פֿירן, פֿיר איך אַ פּראָסטע שטײַג,
אַ פּראָסטע שטײַג, מיט פֿייגל פּראָסטע.
— עס דאַרף זײַן, לאַכט דער שׂררה, אַ פֿויגל מיט אַ סווישטש.
ער צעבינדט דעם זאַק מיט פֿאָרשנדיקע אויגן.
אין זאַק — אַ שטײַג, און אין איר — יום־טובֿדיק געפּיפּס,
פֿייגל האָפּסלען ווי אויף ביימערדיקע צווײַגן...
איצט עפֿנט דער שׂררה די אויגן פֿאַרגאַפֿט:
— פֿעטער, מאַי קאָ משמע לן די פֿייגל?
— איך, זאָגט דער כעלעמער, האָב פֿון כעלם זיי געבראַכט,
זיי זענען טאַקע כעלעמער די פֿייגל.
די מעשׂה איז פּשוט, ווילט איר? — האָרכט:
(פּילאי־פּלאָים די יצירה...)
אַ טאָג איידער איך האָב קיין ארץ פֿון כעלם זיך געלאָזט,
איז גראָד אויסגעפֿאַלן שבת־שירה.
איך שטיי מיר אויף מײַן גאַניק אין מיטן מאַרק,
(דער ייִדישער מאַרק, נאָר אָן ייִדן, טאַטע!...)
מיט אַ מאָל זע איך, פֿונעם ווײַסן באַרג
פֿליִען פֿייגעלעך אַ טשאַטע...
פֿייגל, פֿייגל, טאַטע אוי...
און איך פֿרעג אײַך, רבותי, אַ קשיא:
אַז ייִדישע קינדער טיילן נישט מער אין שניי
שבת־שירה פֿאַר פֿייגעלעך קיין קאַשע,
אַז ייִדישע קינדער זענען אין כעלם מער נישטאָ,
וואָס וועלן פֿייגל טאָן אָן ייִדישע קינדער?...
נו... האָב איך געטאָן וואָס איך האָב געטאָן... נו,
האַ, איר פֿאַרשטייט שוין אַצינדער?...
דער ייִדישער שׂררה עפֿנט די אויגן ווי אַ פּראָסטער ייִד,
און דער כעלעמער עפֿנט די שטײַגן:
פֿליט, פֿייגעלעך, צו ייִדישע קינדער פֿליט...
און די פֿייגל האָבן געפֿאָלגט און געפֿלויגן...
און דער כעלעמער מלמד האָט געטאָן, דורך די שפּאַקולן געזען,
ווי דער שׂררה האָט געווישט זיך די אויגן...
נאָך אַ ליד וועגן כעלעם "אַ פּראָסטער מיטוואָך אין כעלעם" הייבט זיך אָן מיט די שורות:
רײַט דער שטאָט־נאַר אויפֿן צאַפּ און שרײַט:
"ווי אַ פֿײַל אויסן בויגן פֿלי איך —
מאַכט אַ וואַרע, קינט און קיינט!"
לאַכט דער קרעמער בײַ זײַן קלייט
און דער שנײַדער מיטן נעדעלע וואָס נייט,
אַפֿילו דער ראש־הקהל איז זיך מטריח
און טוט אַ לאַכעלע... נאָר דער כעלעמער רבֿ טוט פּאַמעלעך גענענען
צום ציגנבאָק: אפֿשר פֿאָרט? ווער קען גאָט ברוך־הואס דרכים דען באַנעמען?
די לידער וואָס מיר ברענגען הײַנט זײַנען נאָר אַ קליינע צאָל פֿון דעם פּרעכטיקן עשירות אין יעקבֿ פֿרידמאַנס שאַפֿן. דער ליטעראַטור־קריטיקער ש. ניגער האָט אים כאַראַקטעריזירט אַזוי:
"ער איז אָן קיין שום ספֿק אָנגעלאָדן מיט דער רײַכער לאַסט און דעם דויערהאַפֿטן עשירות פֿון גײַסטיקער ירושה, געזאַמלט פֿון די דורות און דורות חסידישע רביים, וואָס פֿון זיי שטאַמט ער. בײַ דעם דור ייִדישע שרײַבערס און פּאָעטן פֿון ערבֿ און נאָך דעם דריטן חורבן זײַנען ניטאָ קיין סך אַזוינע, וואָס זאָלן אַזוי זײַן אָנגעזעטיקט מיט דער טראַדיציע און דעם נוסח פֿון דעם אַלט־ייִדישן און דערהויפּט חסידישן לעבנס־שטייגער, ווי עס איז יעקבֿ פֿרידמאַן. זײַן שפּראַך, זײַן בילדלעכקייט, זײַן גאַנצער וועלט־באַנעם איז אָנגעזאַפּט מיט דעם גײַסט און גוסט, מיט דעם פֿאָלקלאָר און דער סימבאָליק פֿון פֿריִערדיקע צײַטן. זיי זײַנען ניט קיין דרוק אין אָדער איבער אים; ער איז זייער אויסדרוק. ער און זיי זײַנען איין וועלט".