פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע

צו זײַן 50סטן יאָרצײַט

אין די ייִדישע שולן פֿלעגט מען זינגען אַ צאָל פֿון זישע ווײַנפּערס קינדער־לידער, ווי


איינס און צוויי,
איינס און צוויי,
איינס און צוויי איז דרײַ,
זון באַהעלט
אונדזער וועלט,
לעבן איז כּדאַי.

(מוזיק פֿון נ. זאָסלאָווסקי)

אָדער דאָס ליד "אַ געזאַנגל" מיט מוזיק פֿון יאַסינאָווסקי:

קאָנט איר יאָ, צי קאָנט איר ניט,
זינגט מיט מיר דאָס לידל מיט.

מיט אַ גראַם, צי אָן אַ גראַם,
זינגען דאַרף מען מיט אַ טעם. אאַז״וו

ווען יאָסל מלאָטעקס חבֿרים פֿון וואַרשע זײַנען געקומען קיין אַמעריקע נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן זיי געזונגען אַ פּאָפּולער ליד, צו וועלכן סאָלאָמאָן גאָלוב האָט געשאַפֿן אַ חנעוודיקע מעלאָדיע:

טויבן שטייען בײַ מײַן פֿענצטער,
ווײַסע טויבן צוויי, —
עפֿענען וועל איך דאָס פֿענצטער,
עפֿענען פֿאַר זיי.

אין מײַן שטילן צימער
וווינען וועלן זיי, —
וואָרקען וועלן אין מײַן צימער
ווײַסע טויבן צוויי.

אין די נעכט פֿון שטילן אומעט
וואָרקען וועלן זיי, —
אין די נעכט פֿון דינעם אומעט, —
ווײַסע טויבן צוויי.

שפּעטער האָבן מיר געהערט דאָס ליד וועגן פּאַסטעכל דעם טרוימער, צו וועלכן יעקבֿ ראַפּאָפּאָרט האָט געשאַפֿן מוזיק, געזונגען פֿון דזשען פּירס און בען באָנוס:

האָט אַ פּאַסטעכל, אַ טרוימער,
ליב געהאַט צום הימל קוקן,
האָבן זיך פֿון אונטער ביימער
וועלף גענומען רוקן.
האָבן שעפּסעלעך געבעקעט,
האָבן ציגעלעך געמעקעט,
און דעם פּאַסטעך מיטן שטעקן
נישט געקאָנט דערוועקן.

ווען דאָס פּאַסטעכל, דער טרוימער,
האָט צום הימל זיך פֿאַרקוקט,
האָבן וועלף פֿון הינטער ביימער
טשערעדע פֿאַרצוקט.
האָבן שעפּסעלעך געבעקעט,
האָבן ציגעלעך געמעקעט
און דעם פּאַסטעך מיטן שטעקן
נישט געקאָנט דערוועקן.

און ווען דאָס פּאַסטעכל, דער טרוימער,
האָט אַהיים זיך שוין געקליבן,
זײַנען אונטער אַלע ביימער
ביינדלעך בלויז געבליבן,
קיינער האָט שוין נישט געבעקעט,
קיינער האָט שוין נישט געמעקעט —
אַזאַ פּאַסטעך מיט אַ שטעקן
מעג די ערד פֿאַרדעקן!

זישע ווײַנפּער איז דער ליטעראַרישער נאָמען פֿון זישע ווײַנפּערליך. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1893 אין טריסק, וואָלין, אוקראַיִנע. ער האָט געלערנט אין חדר, אין די ישיבֿות אין ראָוונע, אין בריסק און פֿאַר זיך אין קלויז. צו 16 יאָר האָט ער זיך גענומען פֿאַר אַלגעמיינע לימודים. געלעבט אין פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך אין אוקראַיִנע און פּוילן. אין 1910 האָט ער געלעבט אַ צײַט אין וואַרשע, וווּ ער האָט צום ערשטן מאָל אָפּגעדרוקט אַ פּאָר לידער. אין 1913 האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין אַמעריקע. ער האָט געאַרבעט אין ניו־יאָרק בײַ פֿאַרשיידענע מלאָכות: בײַ שטוב־מאַלערײַ — ער איז אויך געוואָרן אַ לערער אין די ייִדישע שולן. אין 1914 האָט ער אָפּגעדרוקט זײַן ערשט ליד אין אַמעריקע. אין 1918 האָט ער זיך אָנגעשלאָסן אינעם ייִדישן לעגיאָן פֿון דער ענגלישער אַרמיי און איז אַוועק קעמפֿן אין נאָענטן מזרח, בײַ די גרענעצן פֿון ארץ־ישׂראל. ער האָט געדרוקט לידער, דערנאָך דערציילונגען און אויך אַרטיקלען אויף ליטעראַרישע און קולטור־געזעלשאַפֿטלעכע טעמעס אין אַ סך צײַטשריפֿטן. ער האָט אַרויסגעגעבן אַ סך ביכער מיט לידער, קריטישע אַרטיקלען אאַז״וו. ער איז געווען אַקטיוו אין "איקוף" פֿאַר צוואַנציק יאָר, ביז זײַן טויט אין 1957.

ז. ווײַנפּער האָט געשריבן לידער וועגן זײַן היים אין אוקראַיִנע, און דער נײַער היים אין ניו־יאָרק; ער האָט געשריבן וועגן געשעענישן אין זײַן לעבן, וועגן דעם חורבן, וועגן מענטשן און שרײַבער, פֿון וועמען ער האָט געהאַלטן. אין זײַן ליד "בײַ דעם קבֿר פֿון דוד עדעלשטאַט" דריקט ער אויס זײַנע וואַרעמע געפֿילן צום באַליבטן פּאָעט, וועמענס קבֿר געפֿינט זיך אין דענווער, און זײַן בילד איז אײַנגעקריצט אין דער מצבֿה.

אָט שטיי איך און קוק אויף אַ פּנים, אַ פֿאַרטראַכטס,
וואָס נישט אָפּגעמעקט האָט די צײַט פֿונעם גראַניט,
און איך פֿיל זיך, ווי אַ שבת־צו־נאַכטס,
וואָס ווענדט שוין די טריט
צו דער גרויקייט פֿון דער וואָך.
איך פֿיל אַ האַרץ, וואָס האָט געפּלאַצט אונטערן יאָך
אויף די פּלייצעס פֿון אַ געפּײַניקטער עדה.
איך זע פֿאַר זיך דעם מענטשן, וואָס איז אויף דער עקידה
פֿאַר אונדז אַלעמען געגאַנגען
אין עלטער פֿון זיבן־און־צוואַנציק יאָר.
איך שטיי געפֿאַנגען
צווישן חלום און וואָר,
איך קוק אויף דער מצבֿה אַרויף
און איך הער אַ וואָרט, — עס הייבט זיך אויף,
צעטראָגט זיך העכער פֿון די בערג. —
עס לאָזט זיך הערן
איבער מערק,
איבער סקווערן,
עס גייט אַנטקעגן
די געפּײַניקטע איבער אַלע וועגן.
די זון איז העל צעשײַנט
— אָ, גוטער פֿרײַנד,
ווען איך וועל שטאַרבן,
טראָג צו מײַן קבֿר די רויטע פֿאָן!

אַזוינע ווערטער אַרבן,
סיגנאַלן איבער דערפֿער און שטעט, —
איך שטיי בײַ דער מצבֿה פֿון אַ ייִדישן פּאָעט,
וואָס האָט געקעמפֿט מיטן הונגעריקן קעגן זאַטן, —
איך בייג מײַן קאָפּ צום קבֿר פֿון דוד עדעלשטאַטן!

דער מאָטיוו פֿון בטחון גייט דורך פֿיל פֿון ווײַנפּערס לידער. אַפֿילו אין זײַנע חורבן־לידער געפֿינט ער אַ טרייסט און אַ געפֿיל פֿון האָפֿענונג און אָפּטימיזם. ווי ער שרײַבט: "עס האָט נישט קיין פֿײַער פֿון קיין שום גיהנום / צעאַשט אין מײַן האַרצן דעם גלויבן!" אָבער ער גיט צו: "אַז לעבן אַרום איז שווער און איז גרוי, איז ליד מײַנס אַ מאָל אויך אַזוי". נחמן מײַזיל שרײַבט אין שײַכות מיט דעם: "ווען אין לעבן האָבן געבושעוועט מוראדיקע ווינטן, ווען פֿון אַלע עקן וועלט זײַנען אָנגעקומען די וויסטע ידיעות, וועגן די היטלערישע מערדערײַען און די גרויל־בשׂורות וועגן אויסראָט פֿון מיליאָנען ייִדן און פֿון גאַנצע ייִדישע ייִשובֿים, האָט ווײַנפּער דאָך געזוכט טרייסט און האָפֿענונג, אַז עס "פֿלעמלט אינעם חושך" און אַז "אַ דונער און אַ בליץ וועט צערײַסן די שווערע, געדיכטע וואָלקנס".

איינע פֿון זײַנע שטאַרקע לידער איז זײַן ליד "אלה אזכּרה — אַז איך טו זיך טאָן דערמאָנען", פֿון וועלכן מיר ציטירן עטלעכע סטראָפֿעס:

און איצט? — עס רויען חזירים צעברוקעטע זיך אין דעם מיט די מאָרדעס, —
חזירים צעסוואַסטיקטע — קרעציקע היטלערשע האָרדעס!
— תּקיעה! — שטייט אויף! אָ, שטייט אויף און נעמט חשבון פֿאַר דעם נעכטן!
— שבֿרים! — דער נאַצישער שעכטער ווערט נישט מיד אונדז צו שעכטן!
— תּרועה — צום געווער! צום געווער! אומעטום און מיר אַלע צוזאַמען, צוזאַמען!
— תּקיעה־גדולה! — אונדזער לעבן גייט אויף איצט אין העלישע פֿלאַמען!

און טאָמער איז נישט גענוג אָט־די נאַכט, באַדאַרף נאָך גיסן אַ רעגן!
רציחהדיקע, חיהשע בליקן לאָקערן אויף אונדז איבער אַלע טונקעלע וועגן!
אונדזער הימל פֿאַרוואָלקנט, און יעדער וואָלקן ווערט געדיכטער און שווערער
איבער דעם לויטערן ליכט פֿונעם לעבן זיצט דער וויסטער נאַצי־פֿאַרצערער,
און וויפֿל ער פֿרעסט נישט און זויפֿט נישט, קאָן ער דעם אַפּעטיט נישט פֿאַרשטילן.
זעט, זעט, — עס שטייען פֿאַרגליווערטע אַזוי פֿיל פֿליגל איבער אונזערע מילן,
און טאָמער באַוועגן זיך נאָך דאָ און דאָרט אין אַ זשאָרנע די שטיינער,
זײַנען זיי צעבלוטיקט דאָך פֿון אונדזערע לייבער, פֿון אונדזערע ביינער.


און ער פֿאַרענדיקט מיט די שורות:

אלה אזכּרה — זאָלן די קומענדיקע דורות אָט־די פֿאָרכטיקע ווערטער געדענקען!
נישט אייביק וועט די ערד אין אונדזער פֿאַרגאָסענעם בלוט זיך דאָך שווענקען!
איצט רעגנט די נאַכט, אָבער נישט געמינערט אין אונדז איז דער גלויבן,
אַז סוף־כּל־סוף וועט אויפֿגיין די זון און דערגרייכן אויך אונדזערע שויבן,
און דעמאָלט? — יאָ, איך הער שוין דאָס יובל־געזאַנג פֿון פֿעלקער אויף וועגן,
וואָס גייען זיך איינע די אַנדערע, ווי שוועסטער און ברידער אַנטקעגן,
און מײַן פֿאָלק איז אויך צווישן זיי מיט אַלעמען, אַלעמען צוזאַמען.
איך זע שווימענדיקע שיפֿן איבער אַלע שטילע, און פֿרידלעכע ימען,
און יאָגט אַן עראָפּלאַן אין דער הויך, איז ער אַ גרוס פֿון די הויכן,
און פּרוּוון קליינע זילבער־שיפֿעלעך אין די אָפּגרונטן זיך טויכן,
איז דאָס, כּדי נײַע, פֿריידיקע דערגרייכונגען צו ברענגען פֿאַר מענטשן.
סוף־כּל־סוף וועט דאָך קומען דער טאָג און מענטש מיט מענטש וועט זיך בענטשן,
אָבער דעם "אלה אזכּרה" וועלן מיר דאָך נישט פֿאַרגעסן, ער וועט אונדז דערמאָנען
עד סוף כּל הדורות, ער וועט פֿלאַטערן אויף אַלע אונדזערע פֿאָנען,
ווי אַן אייביקער זכר אויף אונדזערע געפֿאַלענע שוועסטער און ברידער.
עס וועלן זייערע ליכטיקע נעמען אָפּקלינגען אין אַלע אונדזערע לידער, —
אַזאַ גרויליקע איז די תּקיעה און אַ צעבראָכענער איז דער שבֿרים,
אָבער תּורה איז שאַליק, און תּקיעה־גדולה איבער היטלערשע קבֿרים.

יעקבֿ מעסטל שרײַבט, אַז "די גרויזאַמע טראַגעדיע פֿון די ייִדישע קינסטלער און קולטור־שאַפֿער אין סאָוועטנלאַנד ווערט געשילדערט אויף אַ פּאָעטיש־אַלעגאָרישן אופֿן: "דער מוראדיקער שטורעם, וואָס האָט זיך דורכגעטראָגן איבער אונדזער דור און אַזוי פֿיל ביימער אַרויסגעריסן בײַ אונדז מיט די וואָרצלען האָט דאָך ניט באַוויזן מיטצושלעפּן מיט זיך דעם גאַנצן וואַלד... און אינעם געזאַנג פֿון די געבליבענע פֿייגל הערט זיך ניט איין מאָל דער טיפֿער ציטער־צאַפּל פֿון געוויין".

זישע ווײַנפּער איז געווען אַ פּאָפּולערער פּאָעט, ספּעציעל אין די לינקע קרײַזן, מיט וועלכע ער איז געווען פֿאַרבונדן אַ גרויסן טייל פֿון זײַן לעבן און וואָס האָבן שטאָלצירט מיט אים.