טשאַרנע שעכטער רעדט בײַ דער דעדיקאַציע פֿון דער ״שעכטער־ביבליאָטעק״ |
ווען זיי האָבן באַשלאָסן אַרויסצוציִען זיך פֿון זייער הויז, האָט דער "דזשאַנס האָפּקינס־אוניווערסיטעט" אין באָלטימאָר זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער וויכטיקער זאַמלונג. דער אוניווערסיטעט האָט אויך דאָס יאָר, צום ערשטן מאָל, אײַנגעפֿירט אַ קאַטעדרע פֿאַר ייִדיש; אַ פּאָזיציע וואָס ס׳וועט פֿאַרנעמען ד״ר מאַרק קאַפּלאַן. ער וועט אָנפֿירן מיט קורסן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור, און זײַן פֿרוי ד״ר ברוכה קאַפּלאַן, וועט לערנען די ייִדישע שפּראַך־קלאַסן.
די זאַמלונג איז אַריבער אין "דזשאַנס האָפּקינס" אַ דאַנק די באַמיִונגען פֿון ד״ר בנימין מאָס, וועלכער האָט געלערנט אינעם אוניווערסיעט פֿאַר אַ יאָרן, און האָט באַקומען אַ סטיפּענדיע אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט הײַנטיקס יאָר. דער "ייִוואָ"־אינסטיטוט אין ניו־יאָרק האָט איבערגענומען ד״ר מרדכי שעכטערס אַרכיוו, וואָס שליסט אײַן זײַן פֿאַרצווײַגטע קאָרעספּאָנדענץ און, דער עיקר, די כּלערליי פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, מיט וועלכע ער האָט זיך קונה־שם געווען.
דעם 12טן אָקטאָבער איז פֿאָרגעקומען אַ יום־טובֿ אין "דזשאַנס האָפּקינס"־אוניווערסיטעט, לכּבֿוד דעם נײַעם וווינאָרט פֿון דער ביבליאָטעק. משפּחה און פֿרײַנד זענען געקומען צו פֿאָרן קיין באָלטימאָר צו זען ווי עס ווערט געפֿירט די קאַטאַלאָגיר־אַרבעט. ד״ר טאָמאַס איזשביצי, קאָאָרדינירער פֿון די נײַע זאַמלונגען בײַם אוניווערסיטעט, און פּראָפֿ׳ דוד נירנבערג, דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער שטודיעס־פּראָגראַם, האָבן אָפּגעשאַצט די זאַמלונג פֿון אַן ערך 10,000 בענד, ווי אַ וויכטיקער צושטײַער פֿאַר דער וואַקסנדיקער ייִדיש־פּראָגראַם. טשאַרנע שעכטער האָט באַגריסט דעם עולם און זיך געפֿרייט, וואָס די נײַע דורות וועלן קענען לייענען די ביכער און זיי ניצן אין זייער אַרבעט. ד״ר מרדכי שעכטער איז נישט געווען בכּוח צו קומען, אָבער, ער האָט געשיקט אַ באַגריסונג, אין וועלכער ער האָט אויסגעדריקט אַ ספּעציעלע פֿרייד, וואָס צוויי פֿון זײַנע בעסטע תּלמידים, ד״ר מאַרק קאַפּלאַן און ד״ר בנימין מאָס, זענען פֿאַרבונדן מיט דער נײַער זאַמלונג און מיטן אוניווערסיטעט. עס האָט אויך געשיקט אַ באַגריסונג פּראָפֿ׳ דוד פֿישמאַן פֿונעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", אַן אַמאָליקער שכן, פֿרײַנד און קאָלעגע פֿון ד״ר שעכטערן. ער האָט אויפֿגענומען די געשעעניש אַזוי:
"ווי אַ געוועזענער תּושבֿ פֿון ׳ביינברידזשיווקע׳ איז די ביבליאָטעק פֿון דער משפּחה שעכטער געווען אַ וויכטיקער טייל פֿון מײַן קינדהייט און יוגנט. מיט איר ריזיקן פֿאַרנעם (ספּעציעל פֿאַר אַ קינד) האָט זי געמאַכט אויף מיר אַן אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקן רושם. אָפֿט האָט זיך מיר געדאַכט, אַז ניט די ביבליאָטעק געפֿינט זיך בײַ מרדכין און טשאַרנען אין שטוב, נאָר פֿאַרקערט — מרדכי און טשאַרנע וווינען צווישן די ביכער פֿון זייער ביבליאָטעק.
אַמאָל, אַז עס פֿלעג קומען אַ גאַסט אין ׳ביינברידזשיווקע׳ פֿלעג מרדכי ווײַזן אַ יקר־המציאות פֿון דער זאַמלונג: אַן אַלטן אַמסטערדאַמער תּנ״ך אויף ייִדיש, אַ מעשׂה־ביכל פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, אָדער אַ קרישלדיק ביכל פֿון פּוילן אין די 20ער יאָרן. מרדכי איז געווען ניט אַ לייענער, נאָר אַ לערנער פֿון ייִדישע ביכער. די קרײַזלעך און שטריכלעך און פּינטעלעך, לויט וועלכע ער האָט אָנגעוויזן אויפֿן מחברס לשון־אייגנשאַפֿטן, זײַנען געווען די הגהות פֿון אַ תּלמיד־חכם אויף די גליונות פֿון אַ ספֿר.
ס׳איז אַ פֿרייד וואָס די ביבליאָטעק גייט אַריבער בשלימות, און צו אַ חשובֿן אוניווערסיטעט, וווּ די ווײַטערדיקע דורות לייענער און פֿאָרשער וועלן פֿון איר געניסן. געוויס, וועלן זיי אויך אָפּשאַצן די איבערגעגעבנקייט פֿון דער משפּחה שעכטער, וואָס האָט די זאַמלונג געשאַפֿן און אָפּגעהיט ווי דאָס שוואַרצאַפּל אין אויג."