פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק (ניו־יאָרק)

מיר ברענגען הײַנט יום־טובֿדיקע לידער לכּבֿוד סוכּות, הושענא־רבה און שׂמחת־תּורה, אין וועלכע אונדזערע פּאָעטן באַזינגען דעם שטאָלץ פֿון דער אָרעמער סוכּה, אַ גלייבונג וועגן הושענא־רבה און די פֿרייד פֿון שׂמחת־תּרוה. ייִדן בכל־תּפֿוצות וועלן אָפּהיטן און נאָכפֿאָלגן די אַלטע טראַדיציעס פֿון אונדזער פֿאָלק צום נײַעם יאָר. זאָלן אַלע זיך ווינטשן אַ גוטן קוויטל, זאָל מען זינגען און זיך פֿרייען מיט דעם וווּנדער פֿון דער תּורה.


יהואש

די סוכּה

אַלטע טירן, אַלטע ברעטער
און פֿאַרפֿוילטע שטיקער האָלץ —
זאָגט וואָס האַמערט איר דאָרט, פֿעטער,
אין דעם שלעכטן אָסיען־וועטער —
און וואָס זײַט איר אַזוי שטאָלץ?

וואָס זשע קלערט איר דאָ צו מאַכן
פֿון דעם אָפּגענוצטן שטאָף?
אײַער בנין מאַכט מיך לאַכן —
ליאַדע ווינט און דאָס וועט קראַכן
און עס ווערט דערפֿון אַ סוף.

לאָזט דעם האַמער, לאָזט אים ליגן!
לאָזט דעם אָרעמען מאַטעריאַל!
ווײַל איר וועט דערפֿון ניט קריגן
ניט קיין נוץ, ניט קיין פֿאַרגעניגן
און איר שאַפֿט פֿאַר דעם פֿאָרפֿאַל.

"קינד, וואָס רעדסטו אַזעלכע דיבורים
און וואָס נוצסטו אַזאַ שפּראַך!
שווײַג! דו לעסטערסט גאָטס טורעם,
וואָס לאַכט פֿון דעם גרעסטן שטורעם
און וואָס שרעקט פֿאַר קיין שום זאַך.

"מײַן געבוי באַדאַרף קיין זײַלן
און קיין פֿעסטן פֿונדאַמענט
און קיין הובלען און קיין פֿײַלן,
און קיין קונסט געבראַכט פֿון מײַלן
און קיין ערדישן צעמענט.

...

מיט איר אויסערלעך געשטאַלט,
דאָך זי קען זיך גאוהדיק שטעלן
מיט די גרעסטע סיטאַדעלן
און פֿאַרשפּאָטן יעדע גוואַלד.

"זאָל דערפֿאַר דיר זײַן קיין חידוש,
וואָס איך האָב זיך דאָ געמיט,
דײַן געלעכטער איז נישט ייִדיש,
קום אין סוכּה, מאַך דאָרט קידוש
און זײַ שטאָלץ, דו ביסט אַ ייִד!"

יהודה־לייב גאָרדאָן

הושענא־רבה־נאַכט

האַלבע נאַכט הושענא־רבה
מיט הושענות פּעקלעך פֿיל.
גייט דער שמשׂ רבי אַבא
בײַ דער שול פֿאַרטראַכט און שטיל.

טיף פֿאַרזונקען אין זכרונות
פֿון זײַן לעבנס־קוואַל און פּײַן,
און עס לויפֿן די רעיונות
די אַרויס און די אַרײַן.

פּלוצלונג אוי, אַ שרעק, אַן אימה,
אים האָט ציטערן געמאַכט,
ער דערמאָנט זיך, אַז זײַן שלמה
איז געשטאָרבן דיזע נאַכט.

און ער זעט שוין אין טליתים
מיט לולבֿים אין די הענט,
קריכן פֿון די קבֿרים מתים,
און ער האָט זיי גלײַך דערקענט.

דאַכט זיך אים זיי לאַכן, שפּאַסן,
הייבן זיך אַרויף, אַראָפּ,
ער דערזעט באַלד אויך זײַן שאָטן
הינטער זיך, נאָר אָן אַ קאָפּ.

קען זיך מער ניט רירן, קערן,
בײַ דער שול־וואַנט בלײַבט ער שטיין,
און אַ שטימע לאָזט זיך הערן:
"רבי אַבא אַחרון"...

און ער גייט שוין נאָך דער שטימע
פּונקט ווי נאָך אַ צויבער־האַרף,
גייט אַרויף גלײַך אויף דער בימה,
מאַכט די ברכה קורץ און שאַרף.

און מען הייסט אים עתרוג בענטשן,
בענטשט ער אתרוג גיך און שנעל,
און אויף מאָרגן האָבן מענטשן
אים געפֿונען טויט בײַם שוועל...


מאָריס ראָזענפֿעלד

אַ שׂמחת־תּורה־טענצל
(פֿראַגמענט)

די אייביקע האָפּקע אַרום באַלעמער

אויס מיט זאָרג און מרה־שחורה!
פֿרייט זיך, ייִדן, מיט דער תּורה
און פֿאַרגעסט אַ ווײַל די פּײַן!
הייבט די פֿיסלעך!
נעמט צו ביסלעך!
שפּעטער וועט דאָס אומ׳טיק זײַן...

מיט הקפֿות און מיט לידער,
לוסטיק, לעב׳דיק, ליבע ברידער!
טאַנצט אין איינעם! טאַנצט אויף גיך!
׳רום באַלעמער
מיט אַ זמר;
מיט די אויסגעדרייטע שיך!...

דלות הײַנט און דלות מאָרגן,
וואָס זשע העלפֿט דאָס וויסטע זאָרגן?
תּורהס יום־טובֿ איז אַ תּוך, —
כאָטש אין סוכּה
זיץ און פּוקע;
כאָטש אין שיסל איז אַ בראָך...

קויפֿט, ר׳ תּודרות, קויפֿט, ר׳ מיכאל
אַתּה הראת אויפֿן ביכל!...
נאָר בטחון! גאָט איז רײַך...
ער וועט כ׳לעבן
מוזן געבן,
כאָטש ער האָט ניט איצט פֿאַר אײַך...
פֿרייט זיך, ייִדן, עס סגולה,
מיט דער תּורהס שיינער גדולה!
איר זײַט אירע גרויסע לײַט.
אַן עליה
און אַ שתּיה,
און די אומה איז באַנײַט.

שמעון פֿרוג

שׂמחת־תּורה
(פֿראַגמענט)

"שׂמחת־תּורה — האָפּעניו!
מיטן פֿוס אַ קלאָפּעניו,
מיטן צונג אַ קנאַקעלע —
און אין האַרץ — אַ מכּהלע"...
(אַן אַלט פֿאָלקסלידל)

פֿריילעך און פֿריש
זעצט זיך צום טיש,
מאַכט סעודת־מלך,
קוויקט זיך און טרינקט.
ייִדעלעך, זינגט
לעבעדיק, פֿריילעך!
אָן וואָג און אָן אַ מאָס
אַ כּוס נאָך אַ כּוס —
האָט ניט קיין מורא,
קוויקט זיך און טרינקט.
ייִדעלעך, זינגט
לכּבֿוד התּורה!...

***

גרויסער, ליבער יום־טובֿ, שׂמחת־תּורה!
הויך און ליכטיק שײַנט דײַן העלער שטערן,
פֿאַר אַזעלכן יום־טובֿ, כאָטש פֿאַר איינעם,
איז כּדאַי צו פֿאַסטן צען תּעניתים...