|
... |
Credit: Joan Roth |
מיטוואָך דעם 13טן אָקטאָבער, וועט די ייִדישע טעאַטער־וועלט אין ניו־יאָרק, זיך פֿרייען בײַ געדעקטע טישן לכּבֿוד דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון דער באַליבטער אַקטריסע שפֿרה לערער. אין דער פּראָגראַם, וואָס וועט פֿאָרקומען אין "סאָטען־פּלייס־סינאַגאָגע", וועלן אויפֿטרעטן די אַקטיאָרן און זינגער עלענאָר ריסאַ און חיים וואָלף. דער אָוונט ווערט אָרגאַניזירט דורכן "ייִדישע אַרטיסטן און פֿרײַנד־אַקטיאָרן קלוב".
שפֿרה לערער איז געבוירן געוואָרן אין לאָס־פּאַמפּאַס, אַרגענטינע, בײַ עלטערן, קאָלאָניסטן, דעם 30סטן אויגוסט 1915. ווי אַ קינד האָט זי אַרויסגעוויזן גרויסע פֿעיִקייטן צום טעאַטער. אין אַרגענטינע האָט זי זיך באַקענט און געשפּילט מיט גרויסע אַקטיאָרן פֿון דער ייִדישער בינע. דער ערשטער איז געווען זיגמונד טורקאָוו; דער צווייטער — סעמועל גאָלדענבערג און דער דריטער אַקטיאָר איז געווען יעקבֿ בן־עמי. זי איז ממש פֿאַרכּישופֿט געוואָרן פֿון בן־עמיס שפּילן, זײַן ערנסטע באַציִונג צום טעאַטער, און ווי ער האָט געאַרבעט איבער אַ ראָלע. שפֿרה האָט געשפּילט מיט אים אין אַזוינע דראַמעס ווי: פּרץ הירשביינס "גרינע פֿעלדער", "פּראָפֿעסאָר מאַמלאָק" פֿון פֿרידריך וואָלף, דאָסטאָיעווסקיס "דער אידיאָט", סטרינדבערגס "דער פֿאָטער" און לייוויקס "דער פּאָעט איז בלינד געוואָרן".
אין 1943 ווערט זי אַנגאַנזשירט דורך סאַמועל גאָלדענבערג צו שפּילן אינעם "פּאַרקווײַ־טעאַטער" אין ברוקלין און זי קומט קיין אַמעריקע. איר טעאַטער־משפּחה אין אַרגענטינע האָט געוואָלט זיך געזעגענען מיט איר "בײַ א גלעזעלע טײַ", אָבער פֿון דעם גלעזעלע איז אויסגעוואַקסן אַ גאַנצער באַנקעט, וווּ די "סמעטענע" פֿון דער אַרגענטינער ייִדישער קולטור איז געקומען איר ווינטשן הצלחה. אין 1949 גיט זי אָפּ אַן עקזאַמען און ווערט אַ מיטגליד אין דער "היברו אַקטיאָרן־יוניאָן."
ווען דער פּאָפּולערער זינגער און אַקטיאָר בן־ציון וויטלער האָט געדאַרפֿט אַ פּאַרטנער אויף דער בינע, האָט ער געפֿונען שפֿרה לערער, און זי איז געוואָרן זײַן פּאַרטנערין אויף דער בינע, און שפּעטער זײַן פּאַרטנערין אין לעבן. זי איז אַרומגעפֿאָרן מיט אים מיטן ייִדישן טעאַטער איבער דער גאַנצער וועלט, איבער גאַנץ דרום־אַמעריקע, צפֿון־אַמעריקע ,אייראָפּע, דרום־אַפֿריקע און ישׂראל.
צום ערשטן מאָל, דערמאָנט זיך שפֿרה, ווען וויטלער איז אויפֿגעטראָטן אין תּל־אָבֿיבֿ נאָכן חורבן, האָבן מענטשן אין זאַל באַגעגנט אים מיט אויסרופֿן: "וויטלער! קראָכמאַלנע־גאַס!" "וויטלער! סמאָטשע!" "וויטלער! לאָדזש!". וויטלער איז געשטאַנען פּריטשמעליעט, טרערן זענען אים גערינען פֿון די אויגן. דאָס בילד איז אײַנגעקריצט אויף אייביק בײַ שפֿרהן אין האַרצן. זיי האָבן אויסגעשפּילט 15 דערפֿאָלגרײַכע סעזאָנען צוזאַמען, ביז אין 1961 איז וויטלער אַוועק פֿון אונדז אין עלטער פֿון 54 יאָר.
ווען דזשיגאַן איז געקומען קיין ניו־יאָרק, האָט ער נאָר געוואָלט, אַז שפֿרה לערער זאָל זײַן זײַן פּאַרטנערין, ווי אויך שפּעטער מיט אים געשפּילט אין ישׂראל אין דער פּראָגראַם "אַבי געזונט".
אין די ווײַטערדיקע סעזאָנען גאַסטראָלירט זי אין אַרגענטינע און ישׂראל אין אַזעלכע פּיעסן ווי "סוזי", אַן איבערזעצונג פֿון שעפֿטל זאַק, "אָרעם ווי אַ קלויסטער מויז", רעזשי פֿון דוד ליכט; און גאָרדינס "כאַסיע די יתומה", רעזשיסירט פֿון הײַנריך צײַזל, מיט אָריגינעלער מוזיק פֿון בערעזאָווסקי. נאָך דעם ווי שפֿרה האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע אין דער פּיעסע וועגן חנה סענעש אויף ייִדיש אין 1965 אין בוענאָס־אײַרעס, איז אַ דעלעגאַציע געקומען און געבעטן בײַ איר זי זאָל שטעלן די זעלבע דראַמע אויף שפּאַניש פֿאַר דער ייִדישער יוגנט, וואָס פֿאַרשטייט נישט קיין ייִדיש, און זי האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלע פֿון חנה סענעש אין ביידע שפּראַכן. אין בוענאָס־אײַרעס באַנײַט זי אַן אַלטע באַקאַנטשאַפֿט מיטן אַקטיאָר מיכל מיכאַלאָוויטש און האָט מיט אים שפּעטער חתונה. שפֿרה און מיכל שפּילן צוזאַמען צום לעצטן מאָל אין לעאָן קאָברינס "צוריק צו זײַן פֿאָלק". ער איז ניפֿטר געוואָרן אין 1986.
אין די ענגלישע פֿילמען, שפּילט זי אין באַרי לעווינסאָנס "Avalon", אין "A Stranger Among Us" און אין וווּדי אַלענס Deconstructing Harry. שפֿרה האָט דערמאָנט דעם האָליוווּדער רעזשיסאָר, סידני לומעט, אַז זי האָט געשפּילט ייִדיש טעאַטער מיט זײַן טאַטן, ברוך לומעט.
אָבער פֿאַרן ייִדישן עולם איז איר הויפּט־ראָלע, פֿריידעלע, אינעם פֿילם "גאָט, מענטש און טײַוול" געוואָרן אַ קלאַסישע פּערסאָנאַזש, כאָטש דער בודזשעט פֿאַר דעם פֿילם האָט זיך נישט געקענט פֿאַרגלײַכן מיט אירע האָליוווּדער פֿילמען. די באַלויכטונג איז באַשטאַנען פֿון דרײַ פּשוטע לעמפּ און די קאָסטיומען האָבן די אַקטיאָרן אַליין געבראַכט. דער רעזשיסאָר יוסף סײַדען האָט געשלעפּט די רעקוויזיטן. די עלעמענטן זענען געווען פּרימיטיוו, אָבער דער פֿילם איז פֿאַרבליבן אינעם עזבֿון פֿון ייִדישן קינאָ.
שפֿרה האָט אויך לאַנגע יאָרן אָנגעפֿירט מיט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" און פֿאַר דער "פֿאָרווערטס־שעה" אויף WEVD. זי האָט באַקומען צוויי "גאָלדי"־פּרעמיעס פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס" און איז באַערט געוואָרן פֿון דער זשיטלאָווסקי־פֿונדאַציע. אין 2002 האָט זי באַקומען אַ פּרעמיע פֿונעם ניו־יאָרקער גובערנאַטאָר דזשאָרדזש פּאַטאַקי פֿאַר איר לעבן־לאַנגער קאַריערע אינעם ייִדישן טעאַטער.
מיר ווינטשן שפֿרה לערער געזונט און נחת פֿונעם לעבן און פֿרייען זיך, צוזאַמען מיט דער גאַנצער ייִדישער קולטור־וועלט בײַ דער געלעגנהייט פֿון איר 95סטן געבוירן־טאָג.