מיט סטודענטן אין ייִוואָ |
(המשך פֿון דער לעצטער וואָך)
אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז ס׳רובֿ פֿון מײַנע סטודענטן זײַנען אייניקלעך פֿון לעבן געבליבענע נאָך אונדזער קאַטאַסטראָפֿע, און כאָטש די באָבעס מיט די זיידעס טיילן זיך זעלטן מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, מיט דעם וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט אין צײַט פֿון דער מלחמה, דאָך לעבט דער יונגער דור, דווקא די מאָדערנע אָרטאָדאָקסן, מיטן באַוווּסטזײַן אַז זייערע נאָענטע טראָגן אין זיך אַ שווערן יאָך מיט איבערלעבונגען. מען פֿילט אין זייערע שריפֿטן אַ נאָענטקייט צו זייערע ליבסטע, און דאָס איז דערפֿאַר ווײַל די משפּחה האַלט זיך צוזאַמען. עס פֿאַרבינדט זיי דער שבת, דער יום־טובֿ און די ייִדישע שפּראַך. און איצט לייענט ווײַטער.
אופֿירה פּלאַט
עס געדענקט זיך מיר די זומערס פֿון מײַן קינדהייט, ווען מײַנע באָבע־זיידע, סבֿתּא לאָדזשאַ און פּאַפּי פֿלעגן קומען פֿון ישׂראל און פֿאַרנעמען זיך מיט מיר אין מאַנטעסעלאָ. עס געדענקט זיך מיר בולט ווי מײַן באָבע פֿלעגט מיך צודעקן מיט: "שלאָף געזונטערהייט, מײַן מיידעלע, שלאָף געזונטערהייט סבֿתּא לאָדזשאַ!" די באָבע פֿלעגט יעדע נאַכט האַלטן מײַן האַנט בײַם שלאָפֿן גיין, און ביידע באָבע־זיידע האָבן עס געטאָן מיט אַזאַ ליבשאַפֿט און וואַרעמקייט אַיעדן זומער. זיי האָבן גערעדט ייִדיש צווישן זיך, זיי האָבן אויך גערעדט אַ צעבראָכן ענגליש. ביידע זײַנען זיי געווען געראַטעוועטע פֿונעם חורבן. מיר געדענקט זיך ווי די באָבע האָט מיר געוויזן דעם נומער אויף איר אָרעם און איך האָב געמיינט אַז עס איז אַ טעלעפֿאָן־נומער. זי האָט מיר קיין מאָל נישט דערציילט וועגן אירע איבערלעבונגען אין פּוילן, דער זיידע אויך נישט. איצט פֿאַרשטיי איך ערשט וואָס ס׳איז פֿאַרלוירן געגאַנגען צווישן אונדז ווײַל איך האָב נישט פֿאַרשטאַנען זייער לשון. פֿאַר אַ יאָרן זומער, זײַנען ביידע אַוועק פֿון דער וועלט, און איצט, ברענגט עס מיך צוריק צו דער שפּראַך וואָס איך האָב דעמאָלט אָנגעוווירן. איך מוז פֿאַרשטיין זייער וועלט.
יצחק (טאַד) הירש
"ביסטו אַ ייִד?" פֿרעגט מען מיך כּסדר. ענטפֿער איך: "איך בין אַ האַלבער ייִד", און זיי וועלן גלײַך זאָגן: "דאָס איז אַן אַבסורד. דו קענסט נישט זײַן אַ האַלבער ייִד".
דער אמת איז אַז איך בין נישט קיין ייִד. מײַן מאַמע האָט מיך אויפֿגעצויגן ווי אַ פּראָטעסטאַנט, און איך גיי אין קלויסטער יעדן זונטיק. איך בין אַ קריסט, אָבער מײַן טאַטע איז אַ ייִד. דער צד פֿון דער משפּחה רעכענען זיך נישט ווי רוסן, פֿון וואַנען זיי שטאַמען. די רוסישע קאָזאַקן האָבן זיך נישט געשפּילט ווען זיי האָבן אַרויסגעשמיסן מײַנע קרובֿים פֿונעם שטעטעלע פֿון וואַנען זיי שטאַמען — ממש געגליכן צו דער פּיעסע "אַ פֿידלער אויפֿן דאַך". איז וווּ געפֿין איך זיך אין דעם סכום פֿון געשעענישן? איך בין נישט אַ האַלבער רוס און נישט קיין האַלבער ייִד? פֿאַראַן אַזעלכע וואָס טענהן אַז ייִדישקייט איז אַ רעליגיע, און מער נישט. אָבער מיר דאַכט זיך אַז ייִדישקייט איז אַ קולטור, אַ לעבנס־שטייגער, און אַזוי ווי די ייִדן האָט מען כּסדר גערודפֿט האָבן זיי נישט געהאַט קיין ברירה ווי צו האַלטן זיך בײַ זייער אמונה. איז לאָמיך אײַך זאָגן, אַז נישט געקוקט אויף דעם וואָס "איך עס פֿון דעם ברויט און טרינק פֿון דעם ווײַן, יעדן זונטיק (קריסטלעכער מינהג), האָב איך גרויס הנאה פֿון צוקוקנדיק זיך ווי מײַן זיידע שנײַדט די חלה בײַ משפּחה־אונטערנעמונגען, און זע ווי זיי פֿאַרזוכן דעם מרור פּסח-צײַט בײַם סדר, און בעת מײַן מאַמעס משפּחה זײַנען שוין דאָ אײַנגעבירגערט זינט דער אַמעריקאַנער רעוואָלוציע, האָב איך ליב זיך צוצוהערן ווי מײַנע עלטער־באָבעס און זיידעס, ווי זיי זײַנען אַהערגעקומען דורך "עליס־אײַלענד", און זיך אַרײַנגעצויגן אין אַ "טענעמענט" (אַן אַלט־אָפּגעלאָזט הויז) אויף דער "לאָוער־איסט־סײַד", און ווען מײַנע פֿרײַנד פֿרעגן מיך:
"דו מוזסט קריגן אַ סך מתּנות, סײַ חנוכּה און סײַ ניטל (קריסטמעס)?" דער אמת איז, אַז זיי זײַנען גערעכט. אָבער דאָס איז נישט די סיבה פֿון מײַן ירושה, און בעת איך קוק זיך צו צו ביידע פֿײַערונגען, זע איך ערשט ווי נאָענט ביידע קולטורן און רעליגיעס האָבן אַ שײַכות איינע מיט דער צווייטער, און אין דער זעלבער צײַט קוק איך זיך צו צו די אונטערשיידן צווישן זיי. נאָך אַלעמען, מיר האָבן אַלע די זעלבע פֿאַרלאַנגען. מיר אַלע שמייכלען, לאַכן, וויינען, ליבן. איז נישט נאָר בין איך אַ שמעלצטאָפּ, נאָר איך האַלט אַז איך בין אַ בײַשפּיל, כאָטש אַ קליינער בײַשפּיל פֿון אַ שלום וואָס מיר שטרעבן דערצו, און אויב איך קען אַרומנעמען די פֿאַרשיידענע קולטורן אין מײַן לעבן. פֿאַר וואָס נישט די גאַנצע פֿעלקער זאָלן נישט אָננעמען איינס ס׳אַנדערע, און אויב איך קען זען די ווערט פֿון יעדנס פֿאַרשיידענער קולטור־ירושה, איז פֿאַר וואָס קענען נישט אַנדערע זען די ווערט פֿון יעדערנס מענטשלעך לעבן? איז ווער בין איך? איך בין אַ קריסט, איך בין אַ ייִד. מײַן "אײַפּאַד" (Ipod) איז פֿול מיט קריסטלעכע הימנען און קלעזמער־מוזיק. איך האָב זיך אָנגעשלאָסן אין ביבלישע שטודיעס און אין ייִדישע קורסן. פֿאַראַן אַזעלכע וואָס וועלן האַלטן אַז איך בין אין גאַנצן צעמישט. איך אָבער טראַכט אַז איך בין אַ גליקלעכער מענטש. וואָס אַן אמת קען איך זיך נישט פֿאָרשטעלן צו זײַן בלויז איין זאַך. אין אַ געוויסן זינען בין איך ווי ייִדיש אַליין. מיר באַשטייען ביידע פֿון פֿאַרשיידענע עלעמענטן, און די רעזולטאַטן זײַנען באַרײַכערט, אינטערעסאַנט און אוניקאַל.
מלכּה (זשאַקלין) בריק
איך בין געבוירן געוואָרן אין לאָנג־אײַלענד, אָבער צו פֿערצן וווינען מיר אין ניו־יאָרק. איך בין איינע פֿון פֿינף, איך בין די פֿיפֿטע. איך האָב דרײַ שוועסטער און צוויי ברידער. איך קום אַרויס פֿון אַ פֿרומער היים און קען אַ גוטן העברעיִש. דאָ אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט וויל איך זיך קאָנצענטרירן אויף ענגליש און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור. אָבער מײַן ציל אין לעבן איז צו זײַן אַ נײַעס־קאָרעספּאָנדענטקע פֿאַר אַ טעלעוויזיע־סטאַנציע וואָס קאָנצענטרירט זיך אויף נײַעסן. אין קאָלומביע בין איך שטאַרק אַרײַנגעטאָן אין זייער אייגענער טעלעוויזיע־טראַנסמיסיע. לעצטנס האָב איך באַקומען מײַן אייגענע טעלעוויזיע־פּראָדוקציע וואָס וועט איבערגעבן נײַעסן וועגן געזונט אויפֿן קאַמפּוס. זומערצײַט בין איך געווען אַ באַהעלפֿערין אויף "פֿאַקס"-טעלעוויזיע-נײַעס-קאַנאַל. דאָרט האָב איך באַגעגנט אַ סך אינטערעסאַנטע מענטשן. איך האָב אויך געאַרבעט פֿאַר דער שרײַבערין לוסעט לאַגנאַדאָ. זי איז אַן אויספֿאָרש־זשורנאַליסטקע פֿאַרן "וואָל־סטריט־זשורנאַל" און אָנגעשריבן אַ פּרײַז־געוווּנענעם מעמואַר "דער מאַן אין ווײַסן הײַפֿיש־אָנצוג". איך האָב ליב צו קאָכן, ליזשבען זיך, פֿאָרן אויפֿן ביציקלעט. איך האָב אַ גאָרטן און זומערצײַט פֿאַרזיי איך גרינס. אַלע מײַנע באָבעס און זיידער רעדן ייִדיש און אויך מײַנע עלטערן. איך מיין אויך אַז ייִדיש איז איינס פֿון די בינדפֿעדעם וואָס פֿאַרבינדן אונדזער ייִדישע פֿאַרגאַנגענהייט מיטן הײַנט. איך בין אַנטציקט וואָס איך וועל זיך באַקענען מיט דער שפּראַך וועלכע שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע און מוז פּרעזערווירט ווערן.
(המשך קומענדיקע וואָך)