פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

מיט יאָרן צוריק האָט אויף מיר געמאַכט אַ רושם אַ שורה פֿון אַ ליד וואָס איך האָב געהערט דעקלאַמירן. די שורה איז געווען "גיט מיר צוריק די ערד אַ גאַנצע", וואָס איך האָב שפּעטער אויסגעפֿונען איז אַ ליד געשריבן פֿון ישׂראל אַשענדאָרף; דאָס ליד האָבן מיר אָפּגעדרוקט אין די "פּערל" אין 1976. דאָס ליד איז נאָך אַלץ אַזוי שטאַרק און קרעפֿטיק ווי אַ מאָל:


גיט מיר צוריק די ערד אַ גאַנצע

געווען אַ מאָל איין גרויסע, גאַנצע וועלט,

איז געקומען אַ מענטש און פֿאַרכאַפּט אַ שטיקל ערד,

אַרומגענומען עס מיט שטאַכײַטן און אַ זאָג געטאָן: מײַנס!

איז באַלד געקומען אַ צווייטער, פֿאַרכאַפּט עטלעכע ביימער,

זיי אַרומגענומען מיט אַ פּאַרקן און אַ זאָג געטאָן: מײַנס!

און אַ דריטער, אַ פֿערטער — ביז אויף גאַנצער ערדישער

ברייט

זענען זיך צעוואַקסן מעזשע, פּאַרקן, פּלויט און שטאַכײַט;

— מען טאָר ניט אַריבער פֿון יענער זײַט, מען טאָר ניט!

דאָ איז פֿאַר מיר, דאָרט — פֿאַר אײַך, און פֿאַר יענע?

— גאָרנישט!


געווען אַ מאָל איין גרויסע, גאַנצע וועלט,

האָבן מענטשן פֿאַרכאַפּט ברייטע ערדישע רוימען.

פֿילגאָרנדיקע הײַזער אויפֿגעשטעלט: דאָ וועלן מיר וווינען.

דאָ וועלן מיר עסן, שלאָפֿן מיטן ווײַב, פֿרייען זיך און קריגן.

און געלאָזט מאַכן טירן און צו טירן — שלאָס און ריגל

און אַ קוקערל: פֿאַר אַ נישט־געבעטענעם אָרעמאַן,

— מײַן בעט און מײַן ווײַב, מײַן גאָלד און קליידערשאַנק.

נישט וואַג אַריבערצוגיין די שוועל, מען טאָר נישט!

דאָ, איז פֿאַר מיר, דאָרט — פֿאַר דיר, און פֿאַר יענע?

— גאָרנישט!


געווען אַ מאָל איין גרויסע, גאַנצע וועלט,

האָבן מענטשן געמאַכט גרענעצן צווישן חלקים ערד,

און בײַ יעדער גרענעץ: סאָלדאַטן, מיט ביקס און שווערד.

ניט פּרוּווט אַריבערקומען, מיר וואָרענען אײַך!

ס׳קענען אַריבערשווימען די פֿיש אונטן דורך דעם טײַך,

ס׳קענען די פֿייגל אויבן דורך די הימלען וואַנדערן.

ס׳קען ווייען דער ווינט פֿון איין זײַט איבער דער אַנדערער,

נאָר איר — נישט, ווײַל — פֿרעג דעם ווינט, די פֿייגל און די

פֿיש...

דאָ, איז פֿאַר מיר, דאָרט — פֿאַר דיר און פֿאַר יענע:

— אין ערגעץ נישט!

און "יענע"? "יענע" — דאָס זענען מיר אומעטום!

איך און דו, מײַן חבֿר, און איר אַלע דאָ אַרום!

פֿאַר אונדז איז דער פּאַרקן צו פֿעלד און סאָד,

פֿאַר אונדז שלאָס און ריגל צום הויז אין שטאָט

און פֿאַר אונדז די גרענעץ צווישן לאַנד און לאַנד!


כּדי אָפּצוקויפֿן אַ שמאָל פּאַסיקל ערד בײַם פּאַן,

האָט אַ פּויער לאַנגע יאָרן די קינדער ס׳ברויט צוגעטיילט,

געשטאָרבן — און צום סכום האָט אַלץ צוגעפֿעלט

כּדי צו צאָלן דירה־געלט, האָט אַ שכן אין מײַן הויף,

די מלבושים פֿון זיך, די קישנס פֿון בעט פֿאַרקויפֿט.

און נאָך דרײַסיק יאָר וווינען אין דער דאָזיקער שטוב,

וווּ יעדעס ווינקל איז אים געוואָרן נאָענט אַזוי און ליב,

וווּ ער האָט חתונה געהאַט און קינדער געבוירן,

געפֿרייט זיך, געליטן, געקעמפֿט, געוווּנען און פֿאַרלוירן,

אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿאַר נישט צאָלן אַ ראַטע,

ווי מען נעמט און מען וואַרפֿט אַרויס אַ בינטל שמאַטעס.


כּדי די גרענעץ אַריבער, האָט זיך מײַנער אַ חבֿר

געגנבֿעט בײַ נאַכט, דורך וואַלד, וואַסער און ליים,

ער האָט אַרבעט געזוכט, ברויט און אַ פֿריילעכע היים,

נאָר אַ בלײַענע וועכטערישע קויל האָט געמאַכט אַן ענדע:

— מיט בלוט באַצייכנט די גרענעץ פֿון זײַן לעבן און פֿון

צוויי לענדער.

איצט שטיי איך דאָ, פֿרעג, און מיט מיר אַ סך:

— וואָס האָט איר, וואָס האָט איר פֿון מײַן וועלט געמאַכט?

איר האָט זי צעטיילט מיט גרענעצן, מיט טויערן און

שטאַכײַטן

גיט זי מיר צוריק אַ גאַנצע, אַ פֿרײַע און אַ ברייטע!

זי איז אונדזער אַלעמענס, אַיעדנס — פּונקט ווי מיר אַלע

געהערן צו איר נאָך דעם טויט!


גיט מיר, גיט מיר צוריק די ערד אַ גאַנצע,

אָן גרענעץ, אָן טויער און אָן פּלויט!


ישׂראל אַשענדאָרף איז געבוירן געוואָרן אין 1909 אין מיעלניצע, אוקראַיִנע, און איז אויפֿגעוואַקסן אין לעמבערג. ער האָט געלערנט אין אַ העברעיִשער פֿאָלקשול, שפּעטער אין אַ לערער־סעמינאַר. אין1927 האָט ער דעביוטירט מיט אַ באַלאַדע אין י. מ. ווײַסענבערגס "אונדזער האָפֿענונג". אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט ער געלעבט אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד; נאָך דער מלחמה האָט ער געלעבט אין בוענאָס־אײַרעס, וווּ ער איז פּלוצעם געשטאָרבן אין 1956 אין עלטער פֿון 47 יאָר.

אין עטלעכע לידער באַשרײַבט ער זײַן מאַמע, ווי זי גייט אין קראָם באָרגן אַ ביסל שפּײַז:


נאָכרוף

דו, דורכגייער, וואָס טרעפֿסט אויף אונדזער גאַס גאָר פֿרי

אַ פֿרוי אַ בלייכע — ווייס, מײַן מאַמע דאָס איז זי.

און כאָטש זי האָט אַ פּנים, ווי זי וואָלט געהאַט

בדעה צו באַגיין אַ שרעקלעך שווערע טאַט,

איז זי איצט גרייט צו באָרגן בלויז אַ ביסל שפּײַז:

אַ לאַבן ברויט, אַ פֿונט קאַרטאָפֿל, אָדער רײַז...


די לידער פֿון ישׂראל אַשענדאָרף זײַנען אייגנאַרטיק און דערמאָנונגס־ווערטיקע אין דער ייִדישער פּאָעזיע.