פּובליציסטיק, ייִדיש־וועלט
דער קלאַס אָנהייבער פֿון עלעמענטאַרן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט
דער קלאַס אָנהייבער פֿון עלעמענטאַרן ייִדיש אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט

(סוף פֿון דער לעצטער וואָך)

די קאָלומביע־סטודענטן וואָס שטודירן ייִדיש, זײַנען הײַנט ס׳רובֿ אַ פּראָדוקט פֿון מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע היימען. ס׳איז גאָר אַן אַנדער סגאַל מענטש און ייִד. זיי זוכן אַ וועג צו זיך, צו דער משפּחה, צו דער אַמאָליקער שעפֿערישקייט פֿון אונדזער פֿאָלק. זיי ווילן פֿאָלקס־מעשׂיות אויף ייִדיש, פּאָעזיע און מוזיק אויף ייִדיש, ליטעראַטור און אונדזער קולטור־געשיכטע אויף ייִדיש. דאָס איז אַ כוואַליע סטודענטן מיט נײַגעריקע אויגן, און ווען איך דערזע דעם פֿינקל אין זיי, דעם שמייכל אויפֿן פּנים, די פֿרייד פֿון אַנטדעקן זייערס, בין איך פֿון די גליכלעכע. פֿאַרגעסט נישט אַז די אַרבעטן האָבן זיי געשריבן די סאַמע ערשטע וואָך פֿון סעפּטעמבער. זעץ איך זיי איבער. און איצט לייענט ווײַטער:


ביילע האָל

איידער איך און מײַנע ברידער און שוועסטער האָבן דערזען די ליכטיקע שײַן, פֿאַר די אויגן האָבן שוין אונדזערע עלטערן אויפֿגעהערט צו רעדן אויף ייִדיש. די שפּראַך האָט פֿאַרלאָזט איר אינטימקייט און באַקוועמלעכקייט, ביז זי איז לגמרי פֿאַרשוווּנדן און אָפּגענוצט געוואָרן. איין טייל פֿון מײַן משפּחה האָט באַשלאָסן אַז ייִדיש איז אַלטמאָדיש און נישט וויכטיק. דער צווייטער צד פֿון דער משפּחה האָט אויסגעשלאָסן ייִדיש ווי אַ פֿאַרווײַטיקטן זכר פֿון דער משפּחה וואָס איז אומגעקומען אינעם חורבן. מײַן אינטערעס אין ייִדיש איז געקומען נישט־דערוואַרט, בעת אַ וויזיט אין אַ הויז פֿאַר עלטערע מענטשן. אַהין האָט אונדז די גימנאַזיע־לערערין געפֿירט צו פּראַקטיצירן אונדזער רוסיש. האָבן אַ סך פֿון די מענטשן געוואָלט וויסן ווער פֿון אונדז קען רעדן ייִדיש. איך האָב זיך באַקענט מיט אַן אײַנוווינער פֿון דעם הויז. ווען ער האָט מיר געשטעלט די זעלבע פֿראַגע: "קענסטו רעדן ייִדיש? יאָ צי ניין?" האָב איך אים געענטפֿערט אַז איך קען נישט. דער דזשענטעלמען האָט זיך אָפּגערופֿן:

"אַ שאָד! אַ שאָד!"

פֿון דעמאָלט אָן האָב איך נישט אויפֿגעהערט צו טראַכטן, פֿאַר וואָס עס איז אַזוי וויכטיק פֿאַר אונדז ייִדן? עס וואָלט אויך נישט געווען יושרדיק איך זאָל אָפּשטויסן די שפּראַך און אַוועקנעמען איר חשיבֿות, אָן באַקענען זיך מיט איר גופֿא. און דעריבער לערן איך זיך ייִדיש.


חנה וואַרהיט

איך בין אַזוי גליקלעך מיט דעם וואָס איך לערן זיך ייִדיש. אַז נישט נאָר גיב איך אָפּ כּבֿוד דער שפּראַך, נאָר טו ממשיך זײַן אַ טראַדיציע. מײַן גאַנצע משפּחה האָט גערעדט ייִדיש. נישט נאָר פֿלעגט מײַן באָבע מיך לערנען ייִדישע לידער און געהאַט עפּעס אין זינען דערבײַ, ווי למשל, נאָכן צינדן די שבת־ליכט פֿלעגט זי זינגען אַ ייִדיש ליד וועגן די פּרעכטיקע ליכטלעך. מיט דעם ליד האָט זי אויסגעפֿילט איר שליחות, נעמלעך אַז די שבת־ליכטלעך וואָס שײַנען און באַשײַנען, זאָגן עדות אַז דאָס ייִדישע פֿאָלק לעבט, נישט געקוקט אויף די שרעקלעכע איבערלעבונגען. זי לעבט און טוט ממשיך זײַן אונדזער טראַדיציע. עס איז זייער וויכטיק אויפֿצוהאַלטן אונדזער שפּראַך צוזאַמען מיטן ייִדישן פֿאָלק. און איך פֿיל אַז איך נעם דעם ייִדיש־קורס, נישט נאָר צוליב באַקענען זיך מיט איר גראַמאַטיק און וואָקאַבולאַר, נאָר עס וועט מיר אויך זײַן באַשערט צו באַקענען זיך מיטן אויפֿקום פֿון דער שפּראַך און איר געשיכטע, איר עטימאָלאָגיע און איר קולטור.


קעראָלין ריפֿקון

וואָס מיינט עס? אַזוי האָב איך געסווישטשעט ווי אַ פֿויגל. נאָך אַלעמען איז דאָך ייִדיש געווען די שפּראַך וואָס דערוואַקסענע האָבן זיך אין איר געסודעט, און איך האָב געדאַרפֿט רעדן ענגליש. נאַטירלעך האָט אין מיר די מיסטעריעזע שפּראַך דערוועקט אַן אינטערעס. די אַלע מוזיקאַלישע ווערטער וואָס האָבן געשילדערט, לאָמיר זאָגן, נאַראָנים און גלאַט אַזוי נישט־טויגעניכטסן. די שפּראַך האָט נאָך אַלעמען געקלונגען אַזוי לאַקריץ און גאָרגלדיק, און יעדעס מאָל וואָס איך האָב זיך פֿאַרטרויט פֿאַרן זיידן אַז איך וויל זיך לערנען ייִדיש, פֿלעגט ער זאָגן:

"ניין! ניין! ניין! דו לערן זיך בעסער העברעיִש."

ער איז דאָך אָבער געווען אַ דינאַמישער ייִדיש־רעדער, און דווקא ליב געהאַט דאָס לשון. איז פֿאַר וואָס האָט ער מיך אָפּגערעדט דערפֿון? און דווקא דערפֿאַר האָט זיך מיר פֿאַרגלוסט צו לערנען זיך ייִדיש. מײַן נײַגעריקייט האָט אַקטיוויזירט מײַן אינטערעס. אויב קיינער וויל נישט לערנען ייִדיש, וועל איך עס אַליין ווי נישט איז דערגיין. ווען איך בין געווען אַרום צען יאָר אַלט, האָב איך צוגעטשעפּעט סופֿיקסן צו ענגלישע ווערטער, ווי: "ניק" און "לע". יעדעס מאָל וואָס איך האָב געעפֿנט ס׳מויל צו רעדן, האָבן אַלע געזאָגט, ס׳איז אַ חוצפּה פֿון מיר, און מיר ווײַטער געעצהט צו לערנען אַ מער בכּבֿודיק לשון, אַ שפּראַך פֿון לאַנד און נישט פֿון אַ קולטור. "ייִדיש איז נישט מער ווי אַ שפּראַך פֿון גלות," פֿלעגט מײַן באָבע מיר אויפֿקלערן, "און נישט די שפּראַך פֿון ישׂראל." זי פֿלעגט אַלע מאָל דערמאָנען מיר, אַז מײַן דור איז דער לעצטער וואָס וועט עפּעס וויסן וועגן די געראַטעוועטע פֿון חורבן. זי פֿלעגט מיר ברענגען מתּנות און אַלע מתּנות האָבן געהאַט צו טאָן מיטן חורבן. צו די דרײַצן יאָר האָב איך אַרײַנגעקוקט אין די ביכער. מײַנע פֿרײַנד און איך האָבן זיך ממש דערשראָקן. נישט געקוקט אויף דעם, האָבן די ביכער אויך געשילדערט ייִדיש ווי אַ גערעדטע שפּראַך, און פּאַמעלעך, פּאַוואָליע האָט זיך די שפּראַך באַזעצט אין מיר. איך לערן זיך ייִדיש אין קאָלומביע, איך זאָל בעסער פֿאַרשטיין די לעבעדיקע שפּראַך וואָס איז פֿאַרוואָרצלט אין ייִדישן פֿאָלקלאָר, ליטעראַטור, שפּריכווערטלעך, אַ שפּראַך וואָס האָט באַרײַכערט אַ קולטור וואָס איז אויסגעשטאַנען מכּות־רצח. ס׳איז פֿאָרט די שפּראַך וואָס מײַן זיידע האָט מיטגעשלעפּט מיט זיך פֿון רוסלאַנד קיין פֿראַנקרײַך ביז עליס־אײַלענד. מײַן ווילן צו לערנען זיך ייִדיש איז נישט גלאַט באַזירט אויף נאָסטאַלגיע. איך וויל ווערן אַ טייל פֿון דער כּישוף־קולטור וועלכע האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט אַלע אַכזריותן.


גבֿריאלה שלוסעל

ייִדיש איז אַלע מאָל געווען אַ טייל פֿון מײַן קולטור־ירושה אָבער נישט קיין טייל פֿון מײַן טאָג־טעגלעכן לעבן. און ווי נאָר מײַנע נאָענטע זײַנען געקומען קיין אַמעריקע האָבן זיי פֿאַרוואָרפֿן די שפּראַך אין אַ זײַט און אָנגעהויבן רעדן נאָר ענגליש. איך פֿאַרשטיי, אַז אויב מען וויל זיך לערנען די שפּראַך מוז מען זיך נענטער באַקענען נישט נאָר מיט דעם לשון פֿון מײַן משפּחה, נאָר אויך פֿאַרשטיין ווי זיי האָבן געפֿירט זייער לעבן אויף יענער זײַט ים, אין וועלכע אומשטאַנדן האָבן זיי געלעבט, און ווי האָט אויסגעזען די ייִדישע קהילה אין וועלכער זיי האָבן זיך געפֿונען. איך דאַרף נישט געפֿינען דעם וועג צו ייִדיש אין מײַן לעבן, דער וועג לעבט שוין אין מיר. און נאָך עפּעס. מיטן מאָמענט וואָס אַ יונגער מענטש קומט אַרײַן אין שטוב, אַזוי הערן אויף מײַן באָבע און זיידע צו רעדן צווישן זיך ייִדיש. מען מוז לערנען דעם יונגן דור ייִדיש. דערמיט וועלן מיר פֿאַרזיכערן איר עקסיסטענץ, איר צוקונפֿט און איר קולטור.


תּמר גלאַטשטיין

ווי אַ קליין מיידעלע פֿלעג איך פֿאַרברענגען שעהען לאַנג אין מײַן באָבעס קליינער דירה אין וויליאַמסבורג, און זיך צוהערן ווי מײַן טאַטע און זי פּלאַפּלען ייִדיש זייער שנעל. איך געדענק ווען מיר פֿלעגן גיין אין קראָם און אין אַ געשעפֿט וווּ מ׳פֿלעגט פֿאַרקויפֿן צוקערקעס. דאָרט האָב איך זיך געפֿילט ווי אַ פֿרעמדע וואָס קען נישט רעדן אויף דער סודותדיקער שפּראַך. ווען איך בין אויסגעוואַקסן האָב איך געבעטן מײַן באָבען זי זאָל מיך אויסלערנען ייִדיש. זי האָט נאָכגעגעבן און מיך אויסגעלערנט ווי צו ציילן ביז צען, ייִדישע ווערטער דאָ און דאָרט, באַגריסן זיך און געזעגענען זיך, נאָך אַ פּאָר אויסדרוקן און שוין. מײַן באָבע איז שוין אַוועק פֿון דער וועלט מיט זעקס יאָר צוריק און מײַן ביסעלע ייִדיש האָט זיך פֿאַרענדיקט. כאָטש מײַן טאַטע וואַרפֿט אַרײַן אַ ייִדיש וואָרט דאָ און דאָרט, און לייענט אויך אַ ייִדישע צײַטונג, בין איך געבליבן בײַם ביסעלע ייִדש. ווען איך האָב אַדורכגעקוקט דעם קאָלומביע־קאַטאַלאָג, האָב איך פּלוצעם דערזען "ייִדיש." האָב איך באַשלאָסן אַז דאָס וועט זײַן אַ פּערפֿעקטער קלאַס פֿאַר מיר. נאָך אַלעמען איז ייִדיש פֿאַרבונדן אינטעגראַל מיט מײַן משפּחה. עס איז אַ שפּראַך וואָס דורות פֿאַר מיר האָבן גערעדט אויף איר. איך וויל פֿאַרזיכערן אַז די שפּראַך און קולטור זאָלן אייביק לעבן.


* * *

אינטערעסאַנט, די סטודענטן האָבן זיך אָנגעשטויסן אין דער ייִדישער שפּראַך אין דער היים, אַרום אַ שבת־טיש, יום־טובֿ און שׂימחה, און דאָס אויער האָט אָנגעכאַפּט אַ פּאָר ייִדישע ווערטער דאָ און דאָרט. איצט שטעלט אײַך פֿאָר אַז דער סטודענט וועלכער קומט אַרויס פֿון אַ פֿרײַער, סעקולערער, פֿרײַדענקערישער היים, וווּ קיין סימן פֿון ייִדישקייט איז נישט פֿאַראַן, פֿאַר וואָס זאָל אים צוציִען אַ שפּראַך וואָס איז אים פֿרעמד, אַ קולטור וואָס ער האָט נישט קיין שײַכות צו איר, אַ געשיכטע וואָס ער קען זי נישט. דער דאָזיקער סטודענט איז שוין פֿאַרשלונגען געוואָרן פֿון דעם אַרום, און פֿון דעם רחבֿות וואָס די גאַס שטעלט אים צו, דאָ אין אַמעריקע. אָט דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. און נישט געקוקט וואָס מיר ייִדן זײַנען אויסגעשטאַנען שיבֿעה־מדורי־גיהנום, מישט מען זיך אויס צווישן די אומות־העולם און מען ווערט פֿאַרפֿאַלן. אַ שאָד וואָס מיר זײַנען אַ פֿאָלק וואָס לייגט נישט קיין אַכט אויף די אייגענע גיטער, און לאָזן די דרויסנדיקע וועלט זיי צושלעפּן. וואָזשע איז דער אויסוועג? דער אויסוועג איז צו גלייבן אין זיך און וואָס דער זיך שטעלט מיט זיך פֿאָר, און אויב ער שטעלט מיט זיך פֿאָר קיום, פֿאַר אייגענער שפּראַך און קולטור, זײַנען מיר נאָך אויף אַ וועג. דאָס לעבן איז אַ רעטעניש, און קיינער ווייסט נישט פֿון וואַנען די ישועה וועט קומען.