פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

צום 90סטן געבוירן־טאָג

אין דער איצטיקער צײַט ווערט געפֿײַערט דער 90סטער געבוירן־טאָג פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר און כאָר־דיריגענט דוד באָטוויניק. נישט אַלע לייענער קענען אים און זײַנע מוזיקאַלישע ווערק, ווײַל ער האָט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן געלעבט און געווירקט אין מאָנטרעאַל. איך געדענק ניט צי ער איז אַ מאָל געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך האָב זיך מיט אים אייגנטלעך ניט געטראָפֿן. איך האָב אָבער אָנערקענט זײַן גרויסן פֿאַרדינסט אין נאָטירן פֿאַר שמערקע קאַטשערגינסקי די מעלאָדיעס פֿאַר די געטאָ־לידער אין זײַן גרויסן ווערק "לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן". איך האָב אויך געזען אין דעם לאַזאַר ווײַנער־אַרכיוו פֿון ייִוואָ אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, וווּ ס׳איז אָפּגעדרוקט באָטוויניקס ליד "לייזער, דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער", וואָס ווײַנערס כאָר האָט געזונגען. וועגן נאָך אַ ליד "רחלע" האָב איך געהערט און געפּרוּווט געפֿינען, אָן דערפֿאָלג. דאָס דאָזיקע ליד און אויך אַנדערע געזוכטע לידער געפֿינען זיך איצט אײַנגעהילט אין דעם פּרעכטיקן נייעם באַנד לידער וואָס טראָגט דעם טיטל "פֿון חורבן צום לעבן". דאָס בוך וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע האָט שוין באַקומען פֿיל לויב און אָנערקענונג פֿון מוזיקערס, שרײַבערס, פּראָפֿעסאָרן. און אַזאַ בוך, אין אַזאַ צײַט, מיין איך, איז ווערט צו באַטראַכטן פֿיל מאָל. אויב איך האָב ניט קיין טעות איז דאָס לעצטע בוך פֿון אַזאַ מין פֿאַרנעם געווען רות לעווינס פּראַכט־אויסגאַבע פֿון איר פֿאָטער לייבו לעווינס לידער מיט יאָרן צוריק.

דוד באָטוויניק איז אַ חורבן־געראַטעוועטער. ער איז געבוירן און אויפֿגעהאָדעוועט געוואָרן אין ווילנע, וווּ ער איז געווען אַ משורר און געלערנט מוזיק, ביז די מלחמה איז אויסגעבראָכן. זײַן באַשרײַבונג פֿון זײַנע קינדער־ און יוגנט־יאָרן איז, אַגבֿ, זייער אינטערעסאַנט. דערנאָך האָט זײַן לעבן אַרײַנגענומען די מלחמה, לעבן אין לאָדזש, רוים, איטאַליע, וווּ ער האָט געלערנט ווײַטער, און מאָנטרעאַל, וווּ ער האָט אָנגעפֿירט מיט כאָרן אין די שולן און סינאַגאָגעס. מע קען זיך פֿאָרשטעלן וויפֿל קינדער און דערוואַקסענע ער האָט באַווירקט מיט ייִדישער מוזיק — זיכער זײַן זון אַלעקסאַנדער־סענדער וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פֿאַרשפּרייטן און קולטיווירן דאָס ייִדישע געזאַנג, און איז געווען די טרײַבקראַפֿט פֿאַר דעם נײַעם בוך.

דאָס בוך איז אײַנגעטיילט אין עטלעכע קאַפּיטלען: זײַנע חורבן־לידער, פֿאַרן־חורבן־לידער, ישׂראל, לידער צו פּאָעטישע שאַפֿונגען, קינדער־לידער און יום־טובֿ־לידער; עס זײַנען פֿאַראַן אויך כאָראַלע לידער אַרײַנגעפֿלאָכטן. ס׳איז אַ רײַכער אויסוואַל פֿון מוזיקאַלישע אינטערפּרעטאַציעס און סטילן. די לידער ווערן באַאַרבעט מיט פֿאַרשיידענע אַראַנזשירונגען; פּרטימדיקע מוזיקאַלישע באַהאַנדלונגען פֿון יעדער סטראָפֿע ווערן באַזונדערס אָנגעגעבן, ער באַניצט זיך מיט זייער פֿיל פּיאַניסטישע וואַריאַציעס צוצוגעבן דינאַמישקייט צו די לידער. אַ מאָל ציטירט ער אַליין אַן עפֿעקט — ער שרײַבט אין זײַן ליד "לייזער, דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער" למשל: "מיט דער שורה (פּיאַנע סאָלאָ: טאַקטן 16—20) האָב איך געוואָלט אויסדריקן ווי אַזוי די דײַטשן מיט זייערע העלפֿערס פֿירן די ייִדן צו אַ באַשטימטן פּלאַץ און ברענגען זיי אום (עס הערן זיך, בעת־מעשׂה, די שרעקלעכע געשרייען פֿון די קרבנות איידער און בעת מען וואַרפֿט זיי אין די גריבער)". מע קען דערקענען באָטוויניקס ווירטואָזיטעט אין מוזיק און ווערן באַווירקט פֿון זײַנע עמאָציאָנעלע אויסדרוקן. דאָס ליד ווערט אַ גאַנצע קאָמפּאָזיציע, און ניט בלויז די נאָטן וואָס מע חזרט איבער צו יעדער סטראָפֿע. מוזיקאַלישע אינטערליודן פֿאַרבינדן די קאָמפּאָזיציע און מאַכן עס אַ גאַנצקייט. מע וויל הערן די לידער פֿאָרגעבראַכט און האָפֿן, אַז מען וועט זיי רעקאָרדירן.

די טעקסטן פֿון זײַנע לידער זײַנען פּשוטע נאָר פֿעסטע און קלאָרע. אָט איז דאָס ליד "לייזער, דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער", צו וועלכן ער האָט געשריבן די ווערטער:


1

דאָרט, אין דער געטאָ,

הערשט אַ יאָמער, אַ געוויין,

ס׳קומט פֿאָר אַן אַקציע,

ווידער ווערט אַ מחנה ייִדן צוגענומען

און געפֿירט צום טויט.

מען פֿירט זיי געטריבן, געשלאָגן, געפּײַניקט,

די ליכטיקע זון זעען זיי דאָס לעצטע מאָל.


לייזער, אַ שיינער, אַ ייִנגל מיט ביינער,

אַ הויכער, אַ פֿעסטער,

די געטאָ איז אים אַזוי פֿאַרמיאוסט.

ניין, ער וועט דאָרט מער ניט זײַן,

מער דעם דײַטש קיין שקלאַף ניט זײַן,

און אין אַ שטילער שעה,

ער איז דאָרט מער ניטאָ.


דורך וועלדער און פֿעלדער, דורך גריבער איבער וועגן,

ניט געשלאָפֿן, געלאָפֿן, אַדורכגעווייקט פֿון רעגן,

ניט געגעסן מעת־לעתן,

פֿאַרפֿאָלגטערהייט פֿון פֿײַנט,

דערפֿרייט זיך לייזער הערנדיק דאָרט

טריט פֿון מענטשנפֿרײַנד.


די טריט אין די וועלדער

ווערט הילכיקער און שווערער,

פֿון צענדליקער, הונדערטער,

מער און מער און מערער,

און לייזער אין גיכן ווערט אַ פּאַרטיזאַנער,

אַ ייִדישער יאַט וואָס גייט העלדיש אין פֿײַער,

און לייזער אין גיכן ווערט אַ פּאַרטיזאַנער,

אַ ייִדישער יאַט וואָס פֿאַרלירט ניט דעם מוט.


2

דאָרט אין דער געטאָ

האָט ער זײַנע בעסטע פֿרײַנד,

הילפֿלאָזע מענטשן,

ס׳הערשט אַן אימה און אַ פּחד,

ס׳איז יום־כּיפּור דאָרטן אַלע טאָג,

ייִדישע געטאָ, פֿינצטערע געטאָ,

פֿאַרשאָלטן זאָל זײַן

דער וואָס האָט דיך אויסגעטראַכט.


לייזער שפּרינגט אויף,

דאָס בלוט זײַנס צעקאָכט זיך,

די אויגן, זיי ברענען,

ער ווערט אויפֿגעשטורעמט אַזש ביז גאָר.

ער נעמט פֿעסט דעם אַווטאָמאַט,

האַלט פֿעסטער דעם גראַנאַט,

און מיטן לײַב און לעבן

וואַרפֿט ער זיך אין שלאַכט.


ער שלאָגט זיך און קעמפֿט

מיט די ברוינע באַטאַליאָנען,

רײַסט אויף ליניעס, לייגט מינעס,

צעשמעטערט עשעלאָנען,

רײַסט אויף בריקן,

צעפֿליקן מוז ער דעם שׂונאס מאַכט,

זײַן שטאַרקע האַנט דערגרייכט אויך

דאָרט וווּ ס׳איז צו מערסט באַוואַכט.


דער שטאָלענער מוט זײַנס

ווערט קיין מאָל ניט געבויגן,

אַפֿילו אויך אָפֿט ווען

דער טויט שטייט פֿאַר די אויגן,

און לייזער, דער העלד,

ער נעמט אָן פֿײַנט נקמה

פֿאַר ייִדישע ליידן, פֿאַר ייִדישע געטאָס,

און לייזער, דער העלד,

ער נעמט אָן פֿײַנט נקמה

פֿאַר ייִדישע קינדער, פֿאַר ייִדיש בלוט.


געוויסע לידער זײַנען געשריבן אין דעם פּאָפּולערן פּוילישן טאַנגאָ־ריטעם, און זײַנען געוויס פּאָפּולער צו זינגען. צום סוף קומען אַ צאָל קינדער־ און יום־טובֿ־לידער וואָס זײַנען אַ פֿאַרגעניגן צו הערן. זיי זײַנען מעלאָדיש און זינגען זיך זייער לײַכט. די קינדער האָבן מסתּמא גרויס הנאה געהאַט בײַם הערן און פֿאָרברענגען זיי.

אַ פּאָר נישטיקע באַמערקונגען: "אַ ליטוויש שטעטעלע" איז מחברט פֿון יוסף יאָפֿע. מיר האָבן געשריבן וועגן דעם אין די "פּערל" אין 1983. עס איז ניט אַ געטאָ־ליד. מײַן פֿאָטער פֿלעגט דאָס זינגען. סידאָר בעלאַרסקי האָט עס אויך פֿאַרשריבן. די ווערטער פֿון "טרערן גיסן זיך אין די גאַסן" געפֿינען זיך אין דער זאַמלונג "פֿאָלקסלידער" פֿון ש. גינזבורג און פּ. מאַרעק, 1091. צי זײַנען די ווערטער "פֿאָרן פֿורן" פֿון מאַני לייבס ליד וועגן ברויט, אָדער פֿון אַ פֿאָלקסליד?

מיר באַגריסן דוד באָטוויניקן צו זײַן 90סטן געבוירן־טאָג, מיר זײַנען זייער צופֿרידן צו מאַכן מיט אים באַקאַנטשאַפֿט, און ווינטשן אים פֿיל גליק און פֿרייד ביז הונדערט און צוואַנציק!