- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
עס קומען און גייען אַוועק מוזיקאַלישע פּראָיעקטן; נאָך איידער מע קוקט זיך אַרום, זענען זיך שוין צעגאַנגען קאַפּעליעס; גרופּעס, וואָס מע וואָלט זיי טאַקע זייער געוואָלט הערן ווײַטער. למשל, פֿון מאָנטרעאָל האָב איך באַקומען אַ נײַ קאָמפּאַקטל, אַרויסגעגעבן אין 2009 וואָס הייסט "דער מעראָוויץ־פּראָיעקט" [Merovitz Project + Brass: Live in Montreal] מיטן זינגער אַלאַן מעראָוויץ. די רעקאָרדירונג איז נישט פֿון די סאַמע בעסטע אין די לעצטע יאָרן, אָבער, פֿון דעסטוועגן, הערט מען טאַלאַנטן אויפֿן קאָמפּאַקטל, וואָס ס׳איז אַ שאָד — מע וועט זיי שוין מער נישט קענען זען אָדער הערן אין דער צוקונפֿט. לויט אָנרי אָפּענהײַם, דעם אַקאָרדיאָניסט און אַראַנזשירער פֿון דער גרופּע, האָט דער "מעראָוויץ־פּראָיעקט" זיך אָנגעהויבן אין האַרבסט 2008 און זיך צעפֿאַלן אין האַרבסט 2010. די זעלביקע מוזיקער שפּילן הײַנט ווײַטער, אָבער אָן מעראָוויץ; מיט אַן אַנדער זינגער, אַ קאָמעדיאַנטקע, אַן אַקטריסע פֿון מאָנטרעאַל, מיטן נאָמען מישעל הײַסלער. דעם נאָמען פֿון דער גרופּע האָט מען געביטן, פֿאַרשטייט זיך, און הײַנט הייסט זי "מגילה" [magillah.com]. אַלאַן מעראָוויץ איז באַקאַנט געוואָרן אין דער ברייטער קלעזמער־וועלט מחוץ קאַנאַדע, ווי דער ערשטער זינגער פֿון דער גרופּע "די פֿליִענדיקע בולגאַרס" [Flying Bulgars], וואָס דער טרומייטער דוד בוכבינדער פֿון טאָראָנטאָ האָט געשאַפֿן און מיט איר אָנגעפֿירט. די גרופּע איז יאָרן לאַנג געווען די בעסטע קאַפּעליע אין קאַנאַדע. אָבער, זעט אויס, לויט זייער וועבזײַטל, טרעט שוין נישט די גרופּע אויף אַ צוויי יאָר. מעראָוויץ איז מיט יענער קאַפּעליע קונה־שם געוואָרן מיט זײַן אייגנאַרטיקן געזאַנג־סטיל — עמאָציאָנעל, אָבער לאַוו־דווקא טעאַטראַליש, מיט אַ שטאַרקער באַדערפֿעניש אַרײַנצוציִען דעם עולם אין דער פֿאָרשטעלונג. נאָך די "פֿליִענדיקע בולגאַרס" איז מעראָוויץ אויפֿגעטראָטן מיט די גרופּעס "אָט אַזוי קלעזמער" פֿון אַמסטערדאַם, און Beyond the Pale פֿון טאָראָנטאָ. אין וואָסער קאַפּעליע ער זאָל נישט זינגען, פֿאַרנעמט ער דאָרט דעם אויבן אָן מיט זײַן פּערזענלעכקייט און קול. אָנרי אָפּענהײַם, דער מוזיקאַלישער דירעקטאָר פֿונעם "פּראָיעקט", איז פֿריִער געווען אַ מאַטעמאַטיקער. אָבער אין 1998 האָט ער באַשלאָסן אין גאַנצן זיך אָפּצוגעגעבן מיט מוזיק, און האָט אָנגעפֿירט מיט דער מאָנטרעאַלער גרופּע "קלעזטאָרי". (ער איז, אַגבֿ, נישט דער איינציקער מאַטעמאַטיקער־קלעזמער הײַנט; מע קען צוגעבן צו דער רשימה דעם סאַקסאָפֿאָניסט אַלעקס קאָנטאָראָוויטש און דעם פּיאַניסט אַדריאַן — ביידע פּראָפֿעסאָרן און פֿאָרשער פֿון מאַטעמאַטיק). אין 2007 האָט אָפּענהײַם געוווּנען אַ חשובֿע אָנערקענונג פֿון דער קוויבעקער מוזיקער־אָרגאַניזאַציע פֿאַר זײַן רעקאָרדירונג. די קאַפּעליע פֿונעם "מעראָוויץ־פּראָיעקט" איז באַשטאַנען פֿון 7 מוזיקער, מיטן טראָפּ אויף דער פֿידלערין זשולי טריקע, און מעש־אינסטרומעטן. מיטן "מעראָוויץ־פּראָיעקט", שרײַבט אָפּענהײַם, האָבן די מוזיקער געוואָלט "אָפּשפּיגלען די שורשים און די שאָסוועגן פֿון די מוזיקער אין דער פֿיל־קולטורעלער שטאָט מאָנטרעאַל — קוועבעקער, ענגלישע קאַנאַדער, פֿראַנצייזישע, ייִדישע און נישט־ייִדישע; קלעזמער, דזשעז־ אָדער וועלט־מוזיק־ספּעציאַליסטן" — אַן אָפּשפּיגלונג פֿון די מוזיק־טראַדיציעס אין דער שטאָט — סײַ עלטערע, סײַ נײַערע. מיט אַ ספֿרדישן נוסח פֿון "שלום־עליכם" הייבט זיך אָן דאָס קאָמפּאַקטל וואָס איז רעקאָרדירט געוואָרן בעת אַ קאָנצערט; אַ נוסח מיט אַ מיטל־מיזרחדיקן ריטעם. מעראָוויץ זינגט דאָס ליד מיט אפֿשר צו פֿיל התפּעלות, און מע קען פֿילן, אַז די עמאָציע איז אַ געקינצלטע. מיט מער עכטקייט זינגט ער די אַנדערע לידער, ווי זײַן אייגענע שאַפֿונג — "אין קאַלגאַרי" אין קאַלגאַרי וווינט אַ קלעזמער, מיט זײַן ווײַב און טאָכטער געטרײַ, און אַזוי הייבן זיי אָן צו הוליען אײַ דײַ דײַ, דײַ דײַ אין טאָראָנטאָ וווינט אַ רבי לעבן זײַן פֿרײַנד, אַפֿילו אַ גוי און אַז ער הייבט אָן צו דאַווענען בוי, בוי בוי בוי אַ פֿײַנער זינגער איז מעראָוויץ, אָבער קיין שייקספּיר איז ער בפֿירוש ניט. אין זײַנע אַראַנזשירונגען האָט אָפּענהײַם צוגעגעבן נײַע ריטמען צו אַלטע לידער, און די קאָמבינאַציעס זענען געוויינטלעך געראָטענע. למשל, אין "טאַנצט אַ פֿריילעך" שפּילט מען די ייִדישע מעלאָדיעס צום ריטעם פֿון קאַריביאַנישער רעגיי־מוזיק. אַ היפּ־האָפּ־ריטעם האָבן זיי צוגעגעבן צו מאַלי פּיקאָנס "אַבי געזונט". אָבער אָנצורופֿן די אַראַנזשירונגען "עקספּערימענטאַל", ווי אָפּענהײַם טוט עס אין קאָמפּאַקטל־ביכל, איז שוין צו עקסטרעם — די קלעזמאָרים "עקספּערימענטירן" איבער דער וועלט הײַנט אויף אַזאַ אופֿן. ווי אַ זינגער טרעט אויף מעראָוויץ צום בעסטן אין משה אוישערס "דריי דריידעלעך", וואָס איז אַ לעבעדיק חנוכּה־ליד. כאָטש ס׳איז קלאָר, אַז מעראָוויץ האָט ליב צו הוליען, קען ער אויך זינגען אַ פּאַמעלעך ליד ווי "מײַן רוע פּלאַץ" פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד, וואָס ער טוט מיט האַרץ און געפֿיל. אויך דאָס פֿאָלקסליד פֿון בראָניע סאַקינאַס רעפּערטואַר, "סאַפּאָזשקעלעך" טײַטשט ער אויס זייער פֿײַן. צום פֿאָלקסליד "לאָמיר זיך איבערבעטן" האָט אָפּענהײַם צוגעגעבן אַ ריטעם וואָס קלינגט מער גריכיש און טערקיש, ווי ייִדיש; און מעראָוויץ אימפּראָוויזירט זינגענדיק, אַז די גאַנצע וועלט דאַרף זיך איבערבעטן צו מאַכן שלום אויף דער וועלט. די איינציקע אָריגינעלע שאַפֿונג פֿון אָפּענהײַם — "יאָנאַס סטאָקאַטאָ" — וואָס עס שפּילט די פֿידלערין, מאַכט אַ רושם און דער צוהערער וויל הערן נאָך אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס. די רעקאָרדירונג ענדיקט זיך מיטן לאַגער־פֿײַער־ליד "אַרום דעם פֿײַער", וואָס ווערט געשפּילט מיט אַ טאַנגאָ־ריטעם. פֿאַר וואָס אַזאַ ריטעם? פֿרעגט מיך בחרם; מיר דאַכט זיך, אַז נישט אַלע ריטעם־בײַטן האָבן אַ זינען. אין אַלגעמיין, אָבער, שפּילט מען גוט און מעראָוויץ איז צווישן די בעסטע ייִדישע זינגערס הײַנט. מיר קוקן אַרויס אויף די נײַע פּראָיעקטן פֿון דער גרופּע, אויב נישט צוזאַמען, איז ווי יחידים. |