פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

נחום יודס קינדערלידער האָבן באַרײַכערט דעם רעפּערטואַר פֿון די וועלטלעכע שולן. אין פּוילן איז געווען באַרימט זײַן ליד "מיר קומען אָן"; אין אַמעריקע האָט מען געזונגען זײַן "ליד צו דער ייִדישער שול", "ניט־געשטויגן — ניט־געפֿלויגן". אויף דער פּלאַטע פֿון "גאָלדענעם לאַנד" וואָס דער אַרבעטער־רינג האָט אַרויסגעגעבן אונטער יאָסל מלאָטעקס נאַראַציע, האָט מען געזונגען זײַן ליד "אַמעריקע". די מוזיק וואָס פֿאַרשיידענע קאָמפּאָזיטאָרן האָבן געשאַפֿן איז געווען צוגעפּאַסט צו נחום יודס פּשוטע און חנעוודיקע ווערטער.

נחום יוד איז דער פּסעוודאָנים פֿון נחום יערוסאַלימטשיק. ער איז געבוירן געוואָרן אין באָבער, מאָהיליעווער געגנט, ווײַסרוסלאַנד. ביז 14 יאָר האָט ער געלערנט אין חדר, און גלײַכצײַטיק געלערנט וועלטלעכע לימודים בײַ פּריוואַטע לערערס און דורכגעמאַכט אַ מיטלשול־קורס. ער האָט אָנגעהויבן שרײַבן לידער אין רוסיש, דערנאָך איז ער אַריבער צו ייִדיש. זײַנע ערשטע ייִדישע לידער האָט ער פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַרשע אין . 1913אין 1916 איז ער אָנגעקומען קיין אַמעריקע, וווּ ער האָט געדרוקט לידער, פֿאַבעלן, און דערציילונגען אין אַ סך צײַטשריפֿטן און געדרוקט אַ צאָל ביכער. פֿאַר צענדליקער יאָרן איז ער געווען אַן אינעווייניקסטער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס", וווּ עס פֿלעגט דערשײַנען יעדע וואָך זײַנס אַ ליד אָדער אַ פֿאַבעל. אין זײַן לעצטן בוך "געבענטשטע שעה" האָט ער געדרוקט כּמעט אַלע זײַנע לידער אויף איבער 700 זײַטן. ער איז געשטאָרבן אין 1966.


דאָס ערשטע פֿון זײַנע קינדער־לידער וואָס מיר דרוקן הײַנט האָט מען געזונגען מיט צוויי מעלאָדיעס. די ערשטע מעלאָדיע האָט הערש וואָלאָוויטש געשאַפֿן. די צווייטע מעלאָדיע פֿון ש. וויינער איז געדרוקט אין דער זאַמלונג "יום־טובֿדיקע טעג" פֿון חנה מלאָטעק און מלכּה גאָטליב. די ווערטער זײַנען:


לאָמיר זינגען אַ ליד צו דער ייִדישער שול,

וואָס איז אַלעמען אונדז אַזוי טייער;

לאָמיר זינגען מיט פֿרייד און מיט האָפֿענונג פֿול

אויף אַ וועלט אַ באַפֿרײַטער, אַ נײַער.


לאָמיר לערנען פֿון די וועלכע האָבן געבויט,

און אין קאַמף זייער מוט ניט פֿאַרלאָרן;

לאָמיר טראָגן דעם גײַסט וואָס מען האָט אונדז פֿאַרטרויט

שוין פֿון טויזנטער, טויזנטער יאָרן.


אין פּוילן איז געווען פּאָפּולער נחום יודס ליד "מיר קומען אָן", מיט מוזיק פֿון יאַנקל טרופּיאַנסקי, וואָס איז געוואָרן דער הימען פֿון דער מעדעם־סאַנאַטאָריע אין מיעדזעשין, ניט ווײַט פֿון וואַרשע. עס ווערט געזונגען אין דעם פּרעכטיקן פֿילם פֿון דער סאַנאַטאָריע. די אָריגינעלע ווערטער זײַנען:


מיר קומען אָן


אַ יום־טובֿ מאַכט אויף אַלע מערק

און פֿײַערן צינדט אָן אויף בערג!

מיר קומען — שטורעמס אָן אַ צאַם,

פֿון לאַנד צו לאַנד, פֿון ים צו ים.


מיר קומען אָן, מיר קומען אָן!

מיר קומען אָן, מיר קומען אָן!


און פֿעסט און זיכער אונדזער טראָט!

מיר קומען אָן פֿון גרויסער שטאָט

מיט הונגער־פֿײַערן אין בליק,

מיט הערצער אויסגעבענקט נאָך גליק.


מיר קומען אָן, מיר קומען אָן...


אַ פּאָפּולער הומאָריסטיש ליד איז זײַן ליד "ניט־געשטויגן — ניט־געפֿלויגן" וועלכע יוסף טשערניאַווסקי האָט געקליידט מיט אַ חנעוודיקער מעלאָדיע. די איבערגעטריבענע אימאַזשן, ליגנס און קאָמישע שטעלן האָבן קינדער ליב געהאַט צו זינגען:


ניט־געשטויגן — ניט־געפֿלויגן


הערט אַ מעשה, קינדערלעך,

הערט מיט נאָז און אויגן;

איבער באָבע יאַכנעס דאַך

איז אַ קו געפֿלויגן.


רעפֿריין:

דאָס איז אמת, דאָס איז אמת,

דאָס איז אמת אַלץ געווען.

דאָס איז אמת, דאָס איז אמת,

איך אַליין האָב דאָס געזען.


זומער אָוונט אין דער פֿרי

איז אַ שניי געגאַנגען,

און אויף אַ געברענטן שטרוי

איז אַ בער געהאַנגען.


אויף אַ בוים געטאַנצט אַ שער

האָבן גענדז און ציגן,

און אַ קאַץ האָט זיך געזעצט

אויסמעלקן די פֿליגן.


האָט אַ פּאַווע אײַנגעשפּאַנט

העכט אַ פּאָר אין צעבער,

און בײַ יאָשקען אויף דער נאָז

הענגט אַ לונג און לעבער.


דאָס איז אמת, דאָס איז אמת...


דאָס פֿערטע ליד וואָס מיר האָבן דערמאָנט בײַם אָנהייב איז זײַן ליד צו אַמעריקע, מיט מוזיק פֿון מיכל געלבאַרט. דאָס ליד ווערט געזונגען צום סוף פֿון דער פּלאַטע "דאָס גאָלדענע לאַנד", אין וועלכן געלבאַרט האָט אַרײַנגעפֿלאָכטן טענער פֿון דעם אַמעריקאַנער הימען:


צו אַמעריקע


אַמעריקע, מײַן וווּנדערלאַנד,

מײַן אייביק־יונג און ליכטיק לאַנד,

ווי שיין דו ביסט, ווי גרויס דו ביסט,

ווי מעכטיק און ווי רײַך!


דאָס לאַנד פֿון פֿרײַהייט און פֿון פֿרייד,

פֿאַר אַלעמען אָן אונטערשייד,

מיט אמת און גערעכטיקייט

פֿאַר אַלע מענטשן גלײַך!


זאָל פֿלאַטערן דײַן פֿרײַהייטס־פֿאָן,

דײַן שיינע שטרײַף־ און שטערן־פֿאָן,

און זאָל זי אַ דערמוטיקונג,

אַ פֿרייד פֿאַר יעדן זײַן.


דו לאַנד פֿון שטאָלצע און געטרײַע,

פֿון קעמפֿער מוטיקע און פֿרײַע —

ביז אייביק זאָלסטו זײַן געבענטשט,

אַמעריקע דו מײַן!


מוזיק צו נאָך עטלעכע לידער פֿון נחום יוד וואָס געפֿינען זיך אין פֿאַרשיידענע כרעסטאָמאַציעס זײַנען: "אין וואַלד" פֿון מיכל געלבאַרט, "פֿאָרויס" פֿון הערש וואָלאָוויטש, "אונדזערע טעג" פֿון מ. ירדיני. מיר זײַנען זיכער, אַז די לייענער, וואָס זײַנען געגאַנגען אין די ייִדישע שולן, וועלן זיך דערמאָנען אָן נחום יודס לידער מיט פֿרייד, און אפֿשר וועלן זיי זיי מיטזינגען אויך.