"החדר׃ מחקרים, תעודות, פּרקי ספֿרות וזיכרונות".
עורכים׃ עמנואל אטקס ודוד אַסף.
אוניברסיטת תל אביב, 2010.
דער חדר איז אפֿשר די סאַמע צענטראַלע אינסטיטוציע פֿון דער אַשכּנזישער קולטור. "אין משך פֿון הונדערטער יאָרן איז דער חדר געווען דאָס אָרט, וווּ עס האָבן באַקומען דערציִונג דאָס רובֿ־רובם פֿון ייִדישע ייִנגלעך" — מיטן קאָנסטאַטירן דעם דאָזיקן פֿאַקט עפֿנט זיך דער וואָגיקער באַנד (570 זײַטן פֿון גרויסן פֿאָרמאַט) מיטן טיטל "חדר׃ פֿאָרשונגען, עדותן, קאַפּיטלען ליטעראַטור און זכרונות", וואָס איז אַרויס אינעם פֿאַרלאַג פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט בשותּפֿות מיט בית שלום־עליכם אונטער דער רעדאַקציע פֿון עמנואל אטקס און דוד אַסף, צוויי באַקאַנטע מומחים אויף דער געשיכטע פֿון דער טראַדיציאָנעלער ייִדישקייט אין מיזרח־אייראָפּע.
ווי עס קומט פֿונעם אונטערטיטל, באַשטייט דאָס בוך פֿון עטלעכע אָפּטיילן אין הסכּם מיט די זשאַנערס. דער ערשטער אָפּטייל נעמט אַרײַן היסטאָרישע און ליטעראַרישע פֿאָרשונגען; דער צווייטער — באַקענט דעם הײַנטיקן לייענער מיט צוויי וויכטיקע דאָקומענטאַלע באַשרײַבונגען פֿון חדר (פֿון אליעזר מאיר ליפֿשיץ און יחיאל שטערן; דער לעצטער איז איבערגעזעצט פֿון ייִדיש), ווי אויך מיטן באַריכט פֿון דער רוסישער געזעלשאַפֿט מפֿיצי־השׂכּלה וועגן דעם מצבֿ פֿון חדרים אין רוסלאַנד אין 1912.
אינעם דריטן אָפּטייל געפֿינט מען פֿראַגמענטן פֿון ליטעראַרישע טעקסטן און זכרונות וועגן דעם חדר. צווישן די אַכצן מחברים, וואָס זייערע ווערק זײַנען אַרײַן אינעם באַנד, געפֿינען מיר מענדעלע, שלום־עליכם, יחזקאל קאָטיק, שמעון דובנאָוו. ווי אַ בײַלאַגע צו דעם באַנד איז דאָ אַן אַנאָטירטע ביבליאָגראַפֿיע וועגן דעם חדר אין מיזרח־אייראָפּע, צונויפֿגעשטעלט פֿון אוריאל געלמאַן.
אינעם ערשטן קאַפּיטל באַשרײַבט חוה טורניאַנסקי דעם אַשכּנזישן חדר פֿאַר דער מאָדערנער תּקופֿה. ווײַזט אויס, אַז דער דאָזיקער טערמין באַווײַזט זיך שוין אין די מקורים פֿונעם 13טן יאָרהונדערט, הגם ערשט אַרום דעם 17טן יאָרהונדערט באַקומט מען אַ מער אָדער ווייניקער פּרטימדיק בילד פֿונעם חדר. די מקורים דערציילן וועגן פּעדאַגאָגישע מעטאָדן פֿון יענער תּקופֿה, ווי למשל, וועגן דעם אופֿן אויסצולערנען דעם אַלף־בית אין דירעקטן און פֿאַרקערטן סדר, דאָס הייסט, פֿון אַלף ביז תּוו און צוריק פֿון תּוו ביז אַלף. די אַלטע פּעדאַגאָגן האָבן געהאַלטן, אַז דאָס וועט העלפֿן דעם קינד בעסער פֿאַרגעדענקען די אותיות. ביז גאָר וויכטיק איז געווען אָנצולערנען די קינדער צו פֿאַרשטיין די תּפֿילות, ווײַל אַ תּפֿילה אָן כּוונה האָט מען געגליכן צו "אַ גוף אָן אַ נשמה".
בעתן לערנען אינעם חדר פֿלעגט מען פֿאַרטײַטשן לשון־קודש אויף ייִדיש וואָרט בײַ וואָרט, ניט נעמענדיק אין באַטראַכט די גראַמאַטישע חילוקים צווישן די שפּראַכן. למשל, מע האָט פֿאַרטײַטשט "בני ישׂראל" ווי "קינדער ישׂראל" אַנשטאָט "קינדער פֿון ישׂראל", און "יום אחד" ווי "טאָג איין", אַנשטאָט "איין טאָג"; אין דעם אייגענעם סדר ווי אינעם מקור, אָבער ניט אין הסכּם מיט דער ייִדישער גראַמאַטיק.
צוליב פּעדאַגאָגישע צוועקן האָט מען ספּעציעל פֿאַרפֿאַסט אַזאַ מין "פּינקטלעכע" איבעזעצונג פֿון חומש און פֿינף מגילות. ביזן הײַנטיקן טאָג זײַנען דערגאַנגען אַרום צוואַנציק אַזעלכע ביכער. אייניקע מלמדים האָבן פֿאַרמאָגט אַ קליינע ביבליאָטעק פֿון ווערטער־ביכער און לעקסיקאָנען, וואָס האָבן פֿאַרטײַטשט לשון־קודשדיקע ווערטער אויף ייִדיש און אויף אַנדערע שפּראַכן, און צומאָל אַפֿילו דערקלערט די גראַמאַטישע יסודות פֿון לשון־קודש.
אָבער דער הויפּט־וועגווײַזער צו פֿאַרשטיין דעם טעקסט פֿון חומש זײַנען געווען די טראַדיציאָנעלע פּירושים, בפֿרט רש״י. דאָס האָט שפּעטער אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק מצד די משׂכּילים. זיי האָבן געמאַכט חוזק פֿון אָט דעם סטיל אויסטײַטשן, ווי למשל מענדעלע אין זײַן ערשטער דערציילונג "דאָס קליינע מענטשעלע".
טורניאַנסקי איז ניט אין גאַנצן מסכּים מיט דער משׂכּילישער קריטיק פֿון דער טראַדיציאָנעלער פּעדאַגאָגיק. זי האַלט, אַז אַזאַ צוגאַנג האָט פֿאַרמאָגט געוויסע מעלות. רש״יס דערקלערונגען זײַנען געווען ניט אַקוראַט גראַמאַטיש, אָבער זיי האָבן געמאַכט די אוראַלטע און פֿרעמדע וועלט פֿונעם תּנ״ך היימיש פֿאַר קליינע קינדער און געשאַפֿן אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג צווישן דעם קינד און דעם טעקסט. אַזוי האָט מען פֿאַרלייגט פֿעסטע יסודות פֿון דער ייִדישער "אידענטיטעט".
שאול שטאַמפּפֿער קוקט אויף דעם ענין אַ ביסל אַנדערש. אים אינטערעסירט די ראָלע, וואָס די טראַדיציאָנעלע ייִדישע דערציִונג האָט געשפּילט אין אונטערהאַלטן די סאָציאַלע סטרוקטור אין דער ייִדישער געזעלשאַפֿט. טראַדיציאָנעל, איז דער ייִדישער כּלל געווען צעטיילט אויף צוויי גרויסע סאָציאַלע קאַטעגאָריעס׃ "שיינע ייִדן" און "פּראָסטע ייִדן". אַפֿילו הײַנט קען מען הערן אַזעלכע באַגריפֿן פֿון עלטערע ייִדן, וואָס וווינען נאָך אין די אַמאָליקע שטעטלעך פֿון פּאָדאָליע.
שטאַמפּפֿער האַלט, אַז דורך לייענען חומש מיט רש״י האָבן די קינדער אײַנגעזאַפּט די יסודות פֿונעם מיטל־עלטערלעכן וועלטבאַנעם, וואָס האָט פֿעסטע באַגריפֿן פֿון סאָציאַלער היעראַרכיע. דאָס דאָזיקע סאָציאַלע באַוווּסטזײַן האָט מען ווײַטער באַפֿעסטיקט אינעם "חדר־התּלמוד", ווען די קינדער האָבן געלערנט די מישנה. דאָס קינד איז אַרויס פֿון דער חדר־סיסטעם צו בר־מיצווה שוין ווי אַ גאַנצער ייִד, מיט פֿעסטע און קלאָרע השׂגות וועגן דעם סאָציאַלן סדר פֿון זײַן געזעלשאַפֿט.
ערשט צום סוף פֿונעם 19טן יאָרהונדערט האָט מען זיך פּאַמעלעך גענומען אַרײַנצופֿירן חידושים אין דער חדר־דערציִונג אויף אַ גרויסן פֿאַרנעם. דער ציל פֿון די רעפֿאָרמערס איז געווען צו אַנטוויקלען נײַע פֿעיִקייטן און געניטשאַפֿטן בײַם קינד, אויסצולערנען אים צו פֿאַרשטיין לשון־קודש און צו שרײַבן אויף דער דאָזיקער שפּראַך. דאָס איז שוין געווען די צײַט, ווען דער גאַנצער ייִדישער ציבור אין מיזרח־אייראָפּע איז אַרײַן אין דער מאָדערנער תּקופֿה. די רעפֿאָרם פֿון דער חדר־דערציִונג איז געווען באַצוועקט אויף דעם שאַפֿן אַ נײַעם ייִד, וואָס זאָל זײַן סאָציאַל מער אַקטיוו.
דער פּראָצעס פֿון מאָדערניזאַציע פֿון דער ייִדישער דערציִונג ווערט באַהאַנדלט אינעם אַרטיקל פֿון רחל אלבוים־דרור. דאָס איז ניט פֿון די סאַמע בעסטע מאַטעריאַלן אינעם באַנד. עס איז מערקווירדיק, וואָס די מחברין באַרירט ניט די וועלטלעכע שול־סיסטעם אויף ייִדיש, וואָס האָט עקזיסטירט אין משך פֿון כּמעט הונדערט יאָר און האָט געהאַט אירע אָפּצווײַגן אויף אַלע פֿינף קאָנטינענטן. מען פֿאַרשטייט דעם באַגריף פֿון דער ייִדישער שול זייער באַגרענעצט, ווי אַ מין העברעיִשער "בית־ספֿר".
אַזוי אַרום ווערט דער מאָדערניזירונג־פּראָצעס פֿון דער ייִדישער דערציִונג פֿאַרקרימט; פֿאָרגעשטעלט ווי די מאָדערניזאַציע פֿון דער העברעיִשער דערציִונג. דערבײַ ווערן נאַטירלעך איגנאָרירט די פֿאָרשונגען און מקורים אויף ייִדיש — ווי למשל, די גרונדיקע פֿאָרשונג פֿון חיים־שלמה קאַזדאַן "פֿון חדר און 'שקאָלעס’ ביז צישאָ" (מעקסיקע, 1956), וואָס באַהאַנדלט פּונקט די דאָזיקע טעמע.
אַ מעלה, וואָס קאַזדאַנס ביכער און אַנדערע ייִדישע מקורים זײַנען דאָך אַרײַן אין דער ביבליאָגראַפֿישער בײַלאַגע צו דעם באַנד. אָבער פֿאַרגעסן זײַנען געבליבן אייניקע וויכטיקע רוסישע פֿאָרשונגען, ווי למשל לעאָן בראַמסאָנס בוך "צו דער געשיכטע פֿון דער אָנהייב־בילדונג פֿון ייִדן אין רוסלאַנד" (1896).
צוויי ווײַטערדיקע קאַפּיטלען זײַנען געווידמעט דער ליטעראַרישער געשטאַלט פֿונעם חדר. אבֿנר האָלצמאַן מאַכט אַן אַרומנעמיקן איבערזיכט פֿון דער העברעיִשער ליטעראַטור. ער דערווײַזט, אַז דער אימאַזש פֿונעם חדר, וואָס באַזירט זיך כּסדר אויף דעם מחברס זכרונות וועגן זײַנע קינדער־יאָרן, האָט שפּעטער באַקומען פֿאַרשידענע אויסטײַטשונגען. פֿאַר אייניקע שרײַבער איז דאָס געווען אַ מין גיהנום, און האָט געדינט ווי אַ מיטל פֿון קריטיק פֿונעם אַלטן ייִדישן שטייגער. פֿאַר די אַנדערע, להיפּוך, איז דער חדר געווען אַ טייל פֿון זייערע זיסע קינדער־יאָרן. ביידע טענדענצן האָבן באַקומען אַ קינסטלערישן אויסדרוק אין ח. נ. ביאַליקס אויטאָביאָגראַפֿישער מעשׂה "ספֿיח", הגם, לויט האָלצמאַנס מיינונג, איז די ראָמאַנטיש־נאָסטאַלגישע שטי־מונג דאָ בולטער, איידער דער קריטישער קוק. עס איז כּדאַי אָפּצומערקן, אַז די טעמע פֿון חדר אין דער העברעיִשער און דער ייִדישער ליטעראַטור איז שוין באַהאַנדלט געוואָרן אונטער אַן ענלעכן קוקווינקל אין קאַזדאַנס בוך מיט 60 יאָר צוריק.
דאָס לעצטע אַרטיקל אינעם זאַמלבוך (פֿון דוד אַסף) איז געווידמעט דעם סאַמע באַקאַנטן פּאָעטישן אימאַזש פֿונעם חדר, דעם ליד "אויפֿן פּריפּעטשעק" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי. דאָס ליד איז אַרויס אין וואַרשע אין 1901 אין וואַרשאַווסקיס זאַמלבוך "ייִדישע פֿאָלקסלידער מיט נאָטן", און זינט דעמאָלט בלײַבט עס אפֿשר דאָס סאַמע באַקאַנטע ייִדישע "פֿאָלקסליד".
שלום־עליכם האָט דערזען אין וואַרשאַווסקין אַן עכטן סאַמאָראָדנעם פֿאָלקסדיכטער, וואָס שרײַבט פֿאַרן פֿאָלק און זוכט ניט קיין כּבֿוד פֿאַר זיך. אַזאַ מין פֿיגור האָט זיך גוט אַרײַנגעפּאַסט אין שלום־עליכמס טעאָריע פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ליטעראַטור. אָבער וואַרשאַווסקיס שאַפֿונג איז ניט אַלעמען געווען צום האַרצן. דער באַקאַנטער ייִדישער מוזיקער און פֿאָלקלאָר־פֿאָרשער יואל ענגעל האָט געטענהט, אַז די מוזיק פֿונעם ליד איז בכלל ניט קיין ייִדישע. און דאָך האָט ענגעלס קריטיק ניט געהאַט קיין השפּעה אויף דער פּאָפּולערקייט פֿונעם ליד.
אַסף אַנאַליזירט היסטאָרישע פּרטים, וואָס וואַרשאַווסקי האָט אַרײַנגענומען אין זײַן ליד. וואַרשאַווסקיס ליד איז דערשינען פּונקט אין יענעם היסטאָרישן מאָמענט, ווען דער אַלטער חדר האָט שוין געהאַלטן בײַם אַוועקגיין פֿונעם רעאַלן לעבן. דער אַדוואָקאַט און דער פֿאָלקס־דיכטער האָט זייער געניט געכאַפּט דאָס געפֿיל פֿון זיסער נאָסטאַלגיע נאָך דער "אויטענטישער" ייִדישקייט, וואָס האָט דעמאָלט פֿאַרכאַפּט אַ טייל פֿון דער רוסיש־ייִדישער אינטעליגענץ. ער האָט איר געגעבן אַ פּערפֿעקטן אויסדרוק אין דער פֿאָרעם פֿון אַ פֿאָלקסליד, וואָס לעבט עד־היום אין פֿאַרשידענע גילגולים.
אַן ענלעכע שטימונג שפּירט מען אויך אין אַנדערע ליטעראַרישע ווערק פֿון יענער צײַט, ווי למשל, אין שלום אַשס "אַ שטעטל" אָדער אין דוד איינהאָרנס לידער. אָבער קיין אַנדערער מחבר איז ניט געווען בכּוח צו געפֿינען אַזאַ טרעפֿלעכן אויסדרוק פֿאַר אָט דעם ביטער־זיסן נאָסטאַלגיע־געפֿיל ווי מאַרק וואַרשאַווסקי.
דעם גרעסטן טייל פֿונעם באַנד פֿאַרנעמען היסטאָרישע מקורים און דאָקומענטאַלע מאַטעריאַלן. דער העברעיִשער לייענער באַקומט אַ מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט עטלעכע קאַפּיטלען פֿון יחיאל שטערנס ווערק "חדר און בית־מדרש", וואָס באַשרײַבט די ייִדישע דערציִונג אינעם פּוילישן שטעטל טישעוויץ. אַן אַנדער וויכטיקער מקור איז דער רוסישער באַריכט "דער הײַנטיקער חדר", וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דער חבֿרה מפֿיצי־השׂכּלה אין 1912. די דאָזיקע פּובליקאַציע באַזירט זיך אויף דער פֿאָרשונג פֿונעם מצבֿ פֿון די חדרים אין פֿאַרשידענע פּראָווינצן פֿון דער רוסישער אימפּעריע.
דער זאַמלבאַנד "חדר" איז בלי־ספֿק אַ וואָגיקער בײַטראָג צו דער פֿאָרשונג פֿון ייִדישער קולטור־געשיכטע, וואָס וועט דינען סײַ סטודענט, סײַ פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער ווי אַ וויכטיקער קוואַל פֿון מאַטעריאַלן אויף פֿאַרשידענע טעמעס. אָבער איינצײַטיק טראָגט דער באַנד בולטע סימנים פֿונעם איינזײַטיקן צוגאַנג צו ייִדישער קולטור־געשיכטע, וואָס איז, צום באַדויערן, גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין ישׂראל. ייִדיש פֿאַרנעמט דאָ די נידעריקע שטעלע פֿון אַ דינסטמיידל, בעת די פֿולע באַלעבאָסטע איז העברעיִש. מע באַנוצט זיך יאָ מיט ייִדישע מקורים, אָבער אין אַ באַגרענעצטער מאָס. דער ייִדיש־שפּראַכיקער צוגאַנג צו דעם ייִדישן עבֿר ווערט ניט גענומען אין באַטראַכט.