װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
עטל ריים און מיישקע אַלפּערט
עטל ריים און מיישקע אַלפּערט
Credit: Janina Wurbs

מיט אַ טויזנט יאָר צוריק האָט זיך ייִדיש אַנטוויקלט אויף דער דײַטש־רעדנדיקער טעריטאָריע, און די פּראָגראַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" האָט דאָס יאָר באַשלאָסן אַרויסצוהייבן די קולטורעלע פֿאַרבינדונגען, בפֿרט די מוזיק־ און טאַנץ־טראַדיציעס צווישן די צוויי קולטורן במשך פֿון די הונדערטער יאָרן.

ד״ר אַלען בערן, דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האָט דאָס יאָר פֿאַרבעטן געלערנטע און עקספּערטן, סײַ אין דער ייִדישער קולטור, מוזיק און טענץ, סײַ אין דײַטשישע פֿאָלקלאָר־טראַדיציעס. אין דײַטשלאַנד איז פֿאַראַן אַ גרויסער חילוק אינעם פֿאָלקלאָר צווישן דעם צפֿון־ און דרום־טייל פֿון לאַנד, האָט מען פֿאַרבעטן מומחים פֿון ביידע שטחים.

אין דעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט, אין וועלכן איך האָב זיך באַטייליקט ווי אַ לעקטאָר וועגן ייִדישע פֿאָלקסלידער, האָט מען צעטיילט די קלאַסן אויף דרײַ טעמעס. "אַשכּנז 1" האָט געדעקט די געשיכטע פֿון ייִדיש אין דײַטשלאַנד, וווּ מע האָט גערעדט "מערבֿ־ייִדיש"; ווי אויך טיילן פֿון צפֿון־איטאַליע, אַמסטערדאַם, און אַנדערע ערטער, וווּ די אַשכּנזישע ייִדן האָבן זיך באַזעצט צו דער צײַט. "אַשכּנז 2" האָט געדעקט ייִדיש אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע לענדער. אַגבֿ, האָט דער פֿילאָלאָג מאַקס ווײַנרײַך לאַנצירט די צוויי "אַשכּנז"־טערמינען.

אַ דריטע "אַשכּנז"־טעמע האָט מען אויך געלערנט אין אַן אַנדער וואַרשטאַט — "אַשכּנז X". דער לערער פֿון דעם וואַרשטאַט איז געווען דער יונגער זינגער און קאָמפּאָזיטאָר דן קאַהן, און אין דעם קלאַס האָבן די אָנטיילנעמער זיך באַמיט צו שאַפֿן אָריגינעלע ווערק אויף ייִדיש, אָדער וועגן ייִדיש, אָדער איבערזעצונגען פֿון ייִדיש, אָדער פֿון אַן אַנדער שפּראַך אין ייִדיש.

די לערערס פֿון "אַשכּנז 1" זענען געווען פּראָפֿ’ דיאַנאַ מאַטוט און אַווערי גאָספֿילד. ד״ר מאַטוט, אַן אויסערגעוויינטלעכע קענערין פֿון די אַלטע ייִדישע לידער אין דײַטשלאַנד, בפֿרט פֿון די לידער מיט מוזיק, האָט מיטן קלאַס אַראַנזשירט עטלעכע מוסטערן פֿונעם זשאַנער. אַווערי גאָספֿילד פֿירט אָן מיטן אַנסאַמבל "לוטשידאַריום", וואָס ספּעציאַליזירט זיך אין זינגלידער און מוזיק פֿונעם 15טן ביזן 18טן יאָרהונדערט. דער קלאַס, וואָס איז באַשטאַנען פֿון פֿײַנע און, צום טייל, פּראָפֿעסיאָנעלע זינגער און מוזיקער, האָט מיט באַגײַסטערונג זיך אַרײַנגעטאָן אין דער אַרבעט, וואָס האָט אויך אַרײַנגענומען אַ געזונגענעם נוסח פֿונעם קלאַסישן בבֿא־בוך. דער מוזיקער ישׂשׂכר וואַרשאַוער האָט זיי געהאָלפֿן מיט דער באַגלייטונג.

אין "אַשכּנז 2" האָבן די זינגערס עטל ריים און מיישקע אַלפּערט געלערנט ייִדישע פֿאָלקסלידער מיטן טראָפּ אויפֿן טראַדיציאָנעלן, נישט־באַגלייטן סטיל. "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" איז באַקאַנט ווי די אינטענסיווסטע ייִדישע קולטור־פּראָגראַם, און מיט דעם שיידט זי זיך אונטער פֿון די גרעסערע קלעזמער־פֿעסטיוואַלן. אין אַ צוויי שעהעדיקן קלאַס, האָבן די לערערס געלערנט נישט מער ווי איין אָדער צוויי לידער — אַ שורה נאָך אַ שורה, כּדי די סטודענטן זאָלן כאַפּן די סובטילע אָרנאַמענטאַציע וואָס מע הערט אינעם אַלטן געזאַנג.

צום סוף פֿון דער וואָך, האָבן די אָנטיילנעמער אַליין פֿאָרגעשטעלט זייערע קענטענישן און שאַפֿונגען. די באַפֿעלקערונג פֿון ווײַמאַר איז אויך געווען פֿאַרבעטן אויפֿן וווּנדערלעכן קאָנצערט, וואָס האָט אַרײַנגענומען סײַ ייִדישע לידער פֿון דער רענעסאַנץ־תּקופֿה אין דײַטשלאַנד און איטאַליע, סײַ ווייניק באַקאַנטע ייִדישע פֿאָלקסלידער און סײַ אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס און איבערזעצונגען. אין דער קומעדיקער רובריק פֿון "וועלט פֿון ייִדיש", וועלן מיר זיך באַקענען מיט עטלעכע פֿון די אָנטיילנעמער.

אַ.ג.

אָנטיילנעמער אינעם "
אַשכּנז־X"
 וואַרשטאַט רעפּעטירן די פֿאָרשטעלונג פֿון אַן אָריגינעל ליד וועגן ייִדיש
אָנטיילנעמער אינעם " אַשכּנז־X" וואַרשטאַט רעפּעטירן די פֿאָרשטעלונג פֿון אַן אָריגינעל ליד וועגן ייִדיש