- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
וועגן אַ ייִדישן שרײַבער, וואָס האָט געהייסן נפֿתּלי-הערץ כּהן, האָב איך צום ערשטן מאָל דערהערט — פּינקטלעכער, דערהערט ווי עס דאַרף צו זײַן — בלויז מיט עטלעכע יאָר צוריק. קאַרען אויערבאַך, דעמאָלט אַ דאָקטאָראַנט פֿון בראַנדײַז-אוניווערסיטעט, האָט געשריבן וועגן אים, און איך האָב געגרייט איר אַרטיקל פֿאַרן זשורנאַל "צוקונפֿט" (אַרויס אין פֿרילינג-זומער נומער, 2007). אויף קאַרענס אַרטיקל זײַנען טיילווײַז באַזירט אויך מײַנע איצטיקע נאָטיצן. מע דאַרף גלײַך זאָגן, אַז קיין שרײַענדיקער נאָמען איז נפֿתּלי-הערץ כּהן אין דער ייִדישער ליטעראַטור ניט געווען. דערצו נאָך, איז זײַן לעבנסוועג דורכגעגאַנגען אין עטלעכע לענדער, אַזוי אַז קיין אָנגעוואַרעמט אָרט האָט ער אין קיין געאָגראַפֿיש-באַגרענעצטער ליטעראַרישער סבֿיבֿה ניט איבערגעלאָזט. אָבער זײַן לעבנסוועג גופֿא איז געווען אַזוי טראַגיש, אַז דאָס אַליין פֿאַרדינט, מע זאָל וועגן אים — און אויך וועגן זײַנע ווערק — ניט פֿאַרגעסן. די פֿישעלעך אין וואַסער, בײַ זיי איז שוין פֿיל בעסער, בײַ זיי איז נישט קיין אונטערשייד, פֿון קלענער ביז צום גרעסער. (אַ ייִדיש פֿאָלקסליד) אַזוי האָט אונדזער שכן אין בראָנקס, צוניע רײַמער, געזוננגען ווען מען איז זיך צונויפֿגעקומען פֿרײַטיק־צו־נאַכטס בײַ אונדז. דעמאָלט האָבן מיר געגעבן אַ שמייכל בײַ דער סטראָפֿע, ווײַל, אַז בײַ די פֿיש זאָל נישט זײַן "קיין אונטערשייד פֿון קלענער ביז צום גרעסער", איז אַוודאי נישט אמת. דער פֿאָלקלאָר־פּראָפֿעסאָר וואָלפֿגאַנג מידער האָט אַפֿילו אָנגעשריבן אַ לענגערע אַרבעט וועגן דעם פֿאָלקלאָר־מאָטיוו פֿון גרויסע פֿיש וואָס עסן קליינע פֿיש. אָבער אויף אַ מעשׂה — און אַ פֿאָלקסליד — פֿרעגט מען נישט קיין קשיא. פֿיש אין אונדזערע פֿאָלקסלידער באַווײַזן זיך פֿון צײַט צו צײַט, און נישט אַלע מאָל צום גוטן. מײַן באָבע האָט געזונגען אַ באַלאַדע פֿון אַ דערטרונקענעם חתן, און אין איין סטראָפֿע זינגט זי: די וואָך האָט דאָס אַמעריקאַנער העכסטע געריכט אָנגעהויבן באַטראַכטן דעם ענין פֿון צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן, וועלכע טענהן, אַז זייער ירושלים־געבוירן ייִנגעלע האָט אַ רעכט, אַז אין זײַן אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט זאָל שטיין אָנגעוויזן דאָס לאַנד פֿון זײַן געבוירן ווערן. מענטשן וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים זענען די איינציקע אויף דער וועלט, וואָס בײַ זייערע אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן שטייט נישט אָנגעשריבן זייער היימלאַנד. בײַ אַ געבוירענעם אין פּאַריז שטייט פֿראַנקרײַך; בײַ אַ געבוירענעם אין תּל־אָבֿיבֿ — ישׂראל. אָבער בײַ אַ ירושלים־געבוירענעם שטייט בלויז ירושלים. הגם ישׂראל באַצייכנט ירושלים ווי איר אייביקע און אומצעטיילעוודיקע קרוינשטאָט, האַלטן כּמעט אַלע לענדער אויף דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זייערע אַמבאַסאַדעס אין תּל־אָבֿיבֿ. אין 2002 האָט דאָס פּאָרפֿאָלק, נעמי און אַרי זיוואָטאָפֿסקי, געהאַט אַ ייִנגעלע, מנחם, אינעם "שערי־צדק שפּיטאָל" אין מערבֿ־ירושלים און געבעטן, אַז אין מנחמס אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט און אַנדערע דאָקומענטן, זאָל שטיין, אַז זײַן געבוירן־אָרט איז ירושלים, ישׂראל. די אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטישע אינסטאַנצן האָבן אָבער געענטפֿערט, אַז לויט די תּקנות פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, מעגן זיי בלויז שרײַבן "ירושלים" ווי זײַן געבוירן־אָרט, ווײַל די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנערקענט נישט קיין לאַנד, וואָס זאָל האָבן די השגחה איבער ירושלים. ווי אַ פּועל־יוצא האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אָנגעקלאָגט די סעקרעטאַרין פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, הילאַרי ראָדהאַם קלינטאָן. עס קאָכט זיך אין גאַנץ אייראָפּע מיט קלעזמער־ און ייִדישע קולטור־אַקטיוויטעטן. אָבער, ביז לעצטנס, האָט מען אין גאַנצן נישט באַמערקט קיין שום אינסטיטוציעס אָדער אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געשטרעבט אויפֿצולעבן, אָדער אַפֿילו דערמאָנען, די ייִדישע קולטור אין רומעניע — דאָס באַזונגענע לאַנד פֿון אַהרן לעבעדיעוו, וואָס איז "שיין און פֿײַן", וווּ "מע טרינקט רומעניש ווײַן" און "מע עסט קאַרנאַצעלעך (וווּרשטן), מאַמעליגע, ברינדזע און קאַשקאַוואַל (ווייכע און האַרטע שאָפֿענע קעזן)." ווי ווײַט ס'איז אָפּגעפֿרעמדט געוואָרן די הײַנטיקע רומענישע סבֿיבֿה פֿון אַזאַ אויפֿלעבונג, פֿאַרשטייט מען פֿונעם ווײַטערדיקן עפּיזאָד: ווען די ניו־יאָרקער מוזיקער דבֿורה שטראַוס, דזשעף וואַרשאַוער און בנימין פֿאָקס־ראָזען, האָבן אָנגעהויבן זייער קאָנצערט אין טראַנסילוואַניע אין 2009 מיטן פֿריִער דערמאָנטן באַקאַנטן "סעקאָנד־עוועניו" לעבעדיעוו־ליד "רומעניע, רומעניע", האָט "קיין איינער אינעם עולם נישט געקענט דאָס ליד", דערמאָנט זיך פֿאָקס־ראָזען. אמת, לעבעדיעווס "רומעניע" איז געווען אַ "היט" אין אַמעריקע; צי די ייִדן, וועלכע זענען געבליבן אין רומעניע, האָבן דאָס אַמאָל געהערט איז אַ ספֿק. פֿון דעסטוועגן, שפּיגלט אָפּ די שטומע רעאַקציע אויף דעם ליד בײַ דעם קאָנצערט ווי ווייניק מע ווייסט הײַנט אין רומעניע וועגן דער רײַכער ייִדישער רומענישער קולטור־ירושה, און וועגן דער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער ירושה איבער דער וועלט. עס שפּיגלט אויך אָפּ דער אומחשק אין לאַנד אויסצופֿאָרשן די רעשטלעך פֿונעם אַמאָליקן עבֿר אין רומעניע. איך הער שוין, ווי מע פֿרעגט מיך: פֿאַר וואָס דווקא "נעכטן, הײַנט, מאָרגן"? אויב מיט אויפֿמערק באַטראַכטן די הײַנטצײַטיקע געשעענישן, אויב מען באַמיט זיך צו דערגרונטעווען צו זייער יסוד, געפֿינט מען, אַז דער הײַנט איז טיף אײַנגעוואָרצלט אין דעם נעכטן; מע זעט אויך, די צאַרטע שפּראָצן, וועלכע וועלן זיך אין גיכן צעוואַקסן, צעבליִען. צווישן די דאָזיקע דרײַ צײַט־אָפּשניטן עקזיסטירט אַ דיאַלעקטישע פֿאַרבינדונג, און מע קאָן ניט אָפּטיילן דעם הײַנט פֿונעם נעכטן, און אָפּרײַסן דעם מאָרגן פֿונעם הײַנט. ס’רוישט אַרום אונדז דאָס הײַנטיקע לעבן. ערגעץ אין אַ שטוב, מיט דער הילף פֿון די עלטערן, טוט אַ קינד זײַן ערשטן שפּאַן. מיט דער הילף פֿון די לערער, הייבן די תּלמידים אָן אין די שולן צו לייענען, די סטודענטן אין די אוניווערסיטעטן — לאָזן זיך אין וועג אַרײַן אויף צו באַהערשן די שפּיצן פֿון וויסנשאַפֿט. ערגעץ אין אַ שפּיטאָל גרייט זיך אַ כירורג צו אַן אָפּעראַציע. אין אַ ייִדישן טעאַטער הייבט מען אויף דעם פֿאָרהאַנג... עס זענען פֿאַראַן פֿיל טעמעס, וועגן וועלכע מע קאָן שרײַבן. עס וויל זיך אָבער אין יעדער אַרומיקער דערשײַנונג זען אַן אָפּשײַן פֿון דעם טאָג; דעם נעכטיקן און אַן אויפֿשטײַג פֿון אַ טאָג אַ נײַעם. כ׳בין אין וועלט אַ שפּור פֿון דיר און יעדע זאַך איז ווי אַ טיר, לאָמיך אַלע שפּורן שפּירן, דורך אַלע זאַכן גיין צו דיר! "אין פֿאַרנאַכטן: ד", אַבֿרהם־העשל
די זינגערין בתיה שעכטער, באַקאַנט פֿאַר איר גרופּע "פּרעהס טאָכטער" טרעט אויף שוין עטלעכע יאָר מיט אַ פּראָגראַם פֿון אָריגינעלע קאָמפּאָזיציעס צו די ווערטער פֿון הרבֿ אַבֿרהם־יהושע העשל. איין קאָנצערט האָבן מיר רעצענזירט פֿון דער פּראָגראַם מיט יאָרן צוריק, און, סוף־כּל־סוף, איז איצט אַרויסגעקומען אַ קאָמפּאַקטל "Songs of Wonder", (לידער פֿון וווּנדער) מיט צען פֿון די העשל/שעכטער לידער. אין וואַרשע, 1933, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿונעם פֿאַרלאַג "אינדזל" אַבֿרהם העשלס ערשט בוך, אַ זאַמלונג ייִדישע לידער מיטן טיטל — "דער שם־המפֿורש: מענטש". דער מחבר איז געווען 26 יאָר אַלט, ווען ער האָט זיי אָנגעשריבן, און איז געווען אַ דאָקטאָראַנט אין פֿילאָסאָפֿיע בײַם בערלינער אוניווערסיטעט. די לידער דערמעגלעכן אַ זעלטענעם אַרײַנבליק אינעם לעבן און טראַכטן פֿון אַ מענטש, וואָס וועט שפּעטער ווערן אַ וויכטיקער ייִדישער דענקער און רעליגיעזער פֿירער אין אַמעריקע. זײַן סינטעז פֿון פֿירן אַ ייִדיש לעבן בשעת מען איז אויך אַקטיוו אין לייזן די אַלגעמיינע סאָציאַלע און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון דער וועלט, האָט אים געמאַכט אַ נאָמען איבער דער וועלט. ווי אַ פּראָפֿעסאָר אינעם "ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר", האָט ער משפּיע געווען אויף דורות יונגע געלערנטע. ווי אַ ייִנגל אין ראָטשעסטער, צפֿון־ניו־יאָרק, פֿלעגט נפֿתּלי האַנאַו, אַהיימפֿאָרנדיק פֿון שול, אָפֿט מאָל אַראָפּגיין פֿון אויטאָבוס מיט אַ סטאַנציע פֿריִער, און זיך אַרײַנכאַפּן צו דער כּשרער יאַטקע. דאָרט פֿלעגט דער קצבֿ אים געבן עטלעכע רעפֿטלעך סאַלאַמי אָדער באָלאָני. הײַנט איז דער קצבֿ אין ראָטשעסטער איינער פֿון האַנאַוס געטרײַע קונים. דאָס פֿלייש, וואָס ער באַקומט פֿון האַנאַו איז אָבער אַנדערש ווי דאָס פֿלייש פֿון די אַנדערע כּשרע שעכטפֿירמעס, ווײַל האַנאַוס פֿירמע, "גראָו ענד ביהאָלד" (Grow and Behold) האַלט זיך בײַ די שטרענגע פּרינציפּן נישט בלויז וואָס שייך כּשרות (די פֿירמע איז אונטער דער השגחה פֿונעם אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד, בעסער באַקאַנט ווי דער O-U), נאָר אויך וואָס שייך אַ מער מענטשלעכער באַהאַנדלונג פֿון די חיות. אין פֿאַרגלײַך מיט געוויינטלעכע שעכט־פֿאַרמען, וווּ מע האָדעוועט טויזנטער הינער מיט אַ מאָל אין גאָר ענגע, אומבאַקוועמע שטײַגן, און מע גיט זיי אײַנשפּריצונגען פֿון אַנטי־ביאָטיק, כּדי צו פֿאַרהיטן, אַז זיי זאָלן נישט קראַנק ווערן, האָדעוועט האַנאַו זײַנע הינער "אויפֿן פֿרײַען פֿעלד" אין דרויסן, וווּ זיי קענען זיך פּאָרפּלען ווען זיי ווילן. אַ צאָל עקספּערטן האַלטן, אַז די באַדינגונגען פֿון הינער אויפֿן פֿרײַען פֿעלד זענען מער נאַטירלעך און געזינטער, ווי די בײַ די אַנדערע שעכט־פֿירמעס, ווערן זיי דערפֿאַר זעלטן קראַנק, און במילא נייטיקן זיי זיך נישט אין קיין פּרעווענטיווע אַנטי־ביאָטיק־אײַנשפּריצונגען.
מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבערס׃ "דער זכּרון איז מער ווי דאָס וויסן", זאָגט יאָסל בירשטיין (1920—2003) אין איינעם פֿון זײַנע מאָנאָלאָגן אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקט־דיסק, וואָס איז אָקערשט אַרויס אין דער סעריע "ייִדישע שרײַבערס". און בירשטיין האָט טאַקע יאָ פֿאַרמאָגט אַ מעכטיקן זכּרון, וואָס איז געווען פֿולגעפּאַקט מיט די סאַמע קלענסטע פּרטים פֿונעם מענטשלעכן קיום. חוץ דעם, וואָס ער האָט פֿאַרגעדענקט אַלץ, וואָס ער האָט אַ מאָל געזען, געהערט, אָדער געשמעקט, האָט ער פֿאַרמאָגט אַן איבערמענטשלעכע פֿעיִקייט צו פֿאַרוואַנדלען אָט דעם רוישטאָף אין געטאָקטע מעשׂיות, און דערצו נאָך אין צוויי שפּראַכן, ייִדיש און העברעיִש. בירשטיינס שאַפֿונג איז סײַ מאָדערן, סײַ טראַדיציאָנעל. ער איז געווען דער פּיאָנער פֿון דער קיבוץ־טעמע אויף ייִדיש. זײַן ערשטער ראָמאַן "אויף שמאָלע טראָטואַרן" (1958) שעפּט פֿונעם מחברס דערפֿאַרונג פֿון לעבן אין קיבוץ גבֿת, וווּ ער האָט פֿאַרבראַכט זײַנע ערשטע צען יאָר אין ישׂראל. אָבער דאָס רובֿ פֿון זײַן שאַפֿונג געהערט צו דעם אַלטן ייִדישן זשאַנער פֿון מעשׂיות. ער האָט זיך גערופֿן אַ "מגיד פֿון מעשׂיות", און אין דעם זין איז ער אַ געטרײַ אייניקל פֿון שלום־עליכם.
Harriet Murav. אין אַ לעקציע, וואָס ער האָט געהאַלטן אינעם וואַרשעווער ליטעראַטן־פֿאַראיין דעם דריטן יוני 1930 האָט דוד בערגעלסאָן פֿאַרגליכן די סאָוועטישע ליטעראַטור "צו אַ סימפֿאָנישן אָרקעסטער, וואָס געפֿינט זיך אויפֿן לויפֿנדיקן שנעל־צוג. מיר שטייען אויף אַ וואָקזאַל און עס דערגייען צו אונדז קלאַנגען פֿונעם אָרקעסטער אינעם לויפֿנדיקן, איילנדיקן צוג. עס זענען אָפּגעריסענע, נישט־פֿאַרענדיקטע קלאַנגען. אָבער מיר, וואָס שטייען אויפֿן וואָקזאַל, האָבן דעם חשק זיך אַרײַנצוכאַפּן אין אָט דעם אײַלנדיקן צוג." געמיינט האָט ער, אַז דער ראַטן־פֿאַרבאַנד לויפֿט פֿאָרויס אין דער צוקונפֿט ווי אַן עקספּרעס־באַן, בעת די קאַפּיטאַליסטישע וועלט שטייט פֿאַרפּלעפֿט אויף דער פּלאַטפֿאָרמע. די סאָוועטישע ליטעראַטור שפּילט איר אייגענע מוזיק, וואָס מען קאָן הערן בלויז איינצלנע קלאַנגען דערפֿון. די דאָזיקע מאָדערניסטישע מעטאַפֿאָר, מיט וועלכער בערגעלסאָן האָט פֿאַרענדיקט זײַן לעקציע, נאָך דעם ווי ער האָט באַשריבן דעם עלנטן מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור אין פּוילן און אַמעריקע, דינט ווי אַן אויסגאַנג־פּונקט פֿאַר דער נײַער שטודיע פֿון דער סאָוועטישער ייִדישער קולטור פֿון פּראָפֿעסאָר האַריעט מוראַוו. ווי אַלע בערגעלסאָנס אימאַזשן, האָט זי אַ טאָפּלטן באַטײַט, און איר אינעווייניקע סתּירותדיקייט ווערט אַנטפּלעקט אינעם גאַנג פֿון מוראַווס גרינדלעכער און טיפֿזיניקער פֿאָרשונג. אין יאָר 1958 איז עס געשען. אין איין באַן האָבן זיך געטרייסלט אויפֿן וועג פֿונעם ייִשובֿ פּערעדעלקינאָ, וווּ ס׳האָבן זיך געפֿונען די דאַטשעס פֿון די פּני פֿון דעם שרײַבער־פֿאַראיין, קיין מאָסקווע, דרײַ סטודענטן. זיי האָבן זיך געלערנט אינעם ליטעראַרישן אינסטיטוט, פֿאָרשטייער פֿון דער פֿיל־נאַציאָנאַלער סאָוועטישער ליטעראַטור — גאַלינאַ אַרבוזאָוואַ, אין דער צוקונפֿט אַ באַקאַנטע רוסישע קריטיקערין און קינאָ־דראַמאַטורגין, און די יונגע פּאָעטן פּאַרויִר סעוואַק און גענאַדי אײַגי. עמעצער פֿון זיי האָט אַרויסגעשלעפּט אַ בוך און אָנגעהויבן לייענען לידער אויף אַ קול. דאָס איז דווקא געווען פּרץ מאַרקישעס פּאָעמע "צו אַ ייִדישער טענצלערין", איבערגעזעצט אין רוסיש. דער אַרמענער סעוואַק, ווי אַן היציקער קאַווקאַזער יאַט, האָט באַלד אויסגעשאָסן, אַז מער קיין קרום וואָרט וועגן ייִדן, אַפֿילו אין אַ וויץ, וועט זײַן מויל נישט אַרויסברענגען. טאַקע דעמאָלט האָבן ביידע פּאָעטן, דער אַרמענער פּאַרויִר סעוואַק און דער טשוּוואַשער גענאַדי אײַגי באַשלאָסן איבערצוזעצן דאָס ווערק יעדער אויף זײַן שפּראַך. די איבערזעצונג פֿון סעוואַק האָט מען גאָר אין גיכן אָפּגעדרוקט; די אַרמענער, וואָס האָבן אַליין איבערגעלעבט זייער אייגענעם גענאָציד, האָבן גוט געוווּסט וואָס עס מיינט, אַ מאַסן־פֿאַרניכטונג. זײַן ליטעראַרישע טעטיקייט כאַפּט אַרום בלויז איין יאָרצענדליק, ווען ער האָט געלעבט ניט אין קאַבינעט־שטילקייט, נאָר אין קאַזאַרמע, אין זאָטל, אין טראַנשייען, אָדער, בשעת ער איז פֿרײַ געווען פֿון מיליטער־דינסט, אונטערוועגנס, אין פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. איבערגעלאָזט האָט ער אונדז עטלעכע און זעכציק קורצע לידער. דאָס בוך זײַנס איז, דאַכט זיך, דאָס סאַמע דינסטע צווישן אַלע "געזאַמלטע ווערק" אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אין אָנהייב פֿון זײַן שעפֿערישן וועג (1908—1911) שרײַבט שוואַרצמאַן לירישע לידער, אין וועלכע עס קלינגט דאָס באַגײַסטערטע קול פֿון ערדיש פֿאַרליבטער יוגנט. פֿון דעם דיכטערס ביאָגראַפֿיע דערוויסן מיר זיך, אַז נאָך אין דער פֿריִער קינדהייט האָט אים געצויגן צו זיך די נאַטור. ער איז געבוירן דעם 18טן אָקטאָבער 1889 אין דעם דאָרף ווילניאַ, לעבן קאָראָסטישעוו (אוקראַיִנע). די קינדער־יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין אוקראַיִנישע וועלדער, וווּ זײַן טאַטע האָט געאַרבעט בײַ וואַלד־סוחרים. אויף שטויביקע דאָרפֿישע גאַסן, בײַ גרינע ברעגן פֿון דעם טײַך טעטערעוו און אין געדיכטע וואַלד־טיפֿענישן האָט אָשר באַנומען די שיינקייט פֿון דער נאַטור. אין דעם מיזרחדיקסטן טייל פֿון דײַטשלאַנד, אין די שטעט דרעזדען און גאָרליץ, קומט פֿאָר איינער פֿון די שאַפֿערישסטע ייִדיש־פֿעסטיוואַלן אויף דער וועלט. די יערלעכע "ייִדישע מוזיק־ און טעאַטער־וואָך" האָט זיך אָנגעהויבן מיט 15 יאָר צוריק אין דרעזדען און גייט ווײַטער אָן דאָס יאָר מיט אַ פֿולער פּראָגראַם, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן דעם 25סטן סעפּטעמבער און וועט האָבן איר לעצטע פֿאָרשטעלונג דעם 13טן נאָוועמבער. במשך פֿון די 7 וואָכן וועט דער עולם קענען געניסן פֿון טעאַטער, מוזיק, אַן אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ, קלאַסן און אויסשטעלונגען. די דרעזדענער/גאָרליצער אָרגאַניזאַציע שיידט זיך אונטער בפֿירוש פֿון אַנדערע ייִדישע קולטור־גרופּעס וואָס פֿירן דורך אַזוינע פֿעסטיוואַלן מיט דעם, וואָס זי שטעלט דעם טראָפּ אויף טעאַטער. הײַנטיקס יאָר האָט מען אָנגעהויבן די "וואָך" מיט אַן אינטערנאַציאָנאַלער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע — "ייִדישע מוזיק אין מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע ווי אַ קולטורעלע פֿאַרבינדונג". רעדנערס זענען געקומען פֿון פֿאַרשידענע לענדער אין אייראָפּע; אַמעריקע, רוסלאַנד און ישׂראל. |