ייִדיש־וועלט, געזעלשאַפֿט
צי זענען די קינדער געבוירן אין ישׂראל, אָדער בלויז אין ירושלים?
צי זענען די קינדער געבוירן אין ישׂראל, אָדער בלויז אין ירושלים?
Credit: Getty Images

די וואָך האָט דאָס אַמעריקאַנער העכסטע געריכט אָנגעהויבן באַטראַכטן דעם ענין פֿון צוויי אַמעריקאַנער ייִדישע עלטערן, וועלכע טענהן, אַז זייער ירושלים־געבוירן ייִנגעלע האָט אַ רעכט, אַז אין זײַן אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט זאָל שטיין אָנגעוויזן דאָס לאַנד פֿון זײַן געבוירן ווערן.

מענטשן וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים זענען די איינציקע אויף דער וועלט, וואָס בײַ זייערע אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן שטייט נישט אָנגעשריבן זייער היימלאַנד. בײַ אַ געבוירענעם אין פּאַריז שטייט פֿראַנקרײַך; בײַ אַ געבוירענעם אין תּל־אָבֿיבֿ — ישׂראל. אָבער בײַ אַ ירושלים־געבוירענעם שטייט בלויז ירושלים.

הגם ישׂראל באַצייכנט ירושלים ווי איר אייביקע און אומצעטיילעוודיקע קרוינשטאָט, האַלטן כּמעט אַלע לענדער אויף דער וועלט, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, זייערע אַמבאַסאַדעס אין תּל־אָבֿיבֿ.

אין 2002 האָט דאָס פּאָרפֿאָלק, נעמי און אַרי זיוואָטאָפֿסקי, געהאַט אַ ייִנגעלע, מנחם, אינעם "שערי־צדק שפּיטאָל" אין מערבֿ־ירושלים און געבעטן, אַז אין מנחמס אַמעריקאַנער פּאַספּאָרט און אַנדערע דאָקומענטן, זאָל שטיין, אַז זײַן געבוירן־אָרט איז ירושלים, ישׂראל. די אַמעריקאַנער דיפּלאָמאַטישע אינסטאַנצן האָבן אָבער געענטפֿערט, אַז לויט די תּקנות פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, מעגן זיי בלויז שרײַבן "ירושלים" ווי זײַן געבוירן־אָרט, ווײַל די פֿאַראייניקטע שטאַטן אָנערקענט נישט קיין לאַנד, וואָס זאָל האָבן די השגחה איבער ירושלים. ווי אַ פּועל־יוצא האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אָנגעקלאָגט די סעקרעטאַרין פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, הילאַרי ראָדהאַם קלינטאָן.

די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע, אַזוי ווי די אַדמיניסטראַציעס פֿון די פֿריִערדיקע רעפּובליקאַנער און דעמאָקראַטישע פּרעזידענטן, זאָגט, אַז זי וויל נישט אויפֿהעצן די אַראַבישע וועלט, דורך אָננעמען אַ שטעלונג וועגן דעם גורל פֿון ירושלים. לויט דער אָפֿיציעלער אַמעריקאַנער פּאָליטישער ליניע, איז די שטאָט ירושלים, וואָס איז וויכטיק פֿאַר ייִדן, מוסולמענער און קריסטן, באַצייכנט געוואָרן אין 1947 ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלע שטאָט, וואָס איר פּערמאַנענטער סטאַטוס קאָן בלויז באַשטימט ווערן דורך פֿאַרהאַנדלונגען.

די זיוואָטאָפֿסקיס האָבן געהאַלטן, אַז ס׳איז נישט יושרדיק, וואָס דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט טוט עס בלויז מיט ירושלים און נישט מיט די אַנדערע שטעט, וואָס געפֿינען זיך אין אַ מחלוקת. דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט, למשל, מיט יאָרן צוריק געמאַכט אַן אויסנאַם פֿאַר די אַמעריקאַנער בירגער, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין טײַוואַן. אויף זייערע פּאַספּאָרטן שטייט דווקא געשריבן טײַוואַן, נישט כינע.

די זיוואָטאָפֿסקיס און זייערע אָנהענגער טענהן אויך, אַז אין די אָפֿיציעלע דאָקומענטן פֿון אַנדערע אַמעריקאַנער פֿעדעראַלע אַגענטורן, ווי, למשל, בײַם שוץ־ און יוסטיץ־דעפּאַטאַמענט שטייט יאָ געשריבן "ירושלים, ישׂראל". דערצו, געפֿינט זיך דער "שערי־צדק שפּיטאָל", וווּ מנחם איז געבוירן געוואָרן, אין מערבֿ־ירושלים, וווּ ס׳איז בכלל נישטאָ קיין חילוקי־דעות, אַז דאָס געהערט צו ישׂראל — אַחוץ בײַ יענע צדדים, וואָס שטעלן זיך אַנטקעגן דער עקזיסטענץ פֿון ישׂראל בכלל.

אין 2002, דרײַ וואָכן איידער מנחם איז געבוירן געוואָרן, האָט פּרעזידענט דזשאָרדזש דאָבליו בוש געהאַט אונטערגעשריבן אַ געזעץ־פּראָיעקט, וואָס פֿאַראָרדנט דעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט צו שטעמפּלען סײַ די שטאָט ירושלים, סײַ דאָס לאַנד ישׂראל, אויף די אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן פֿון יענע קינדער, וואָס זענען געבוירן געוואָרן אין ירושלים — אויב טאַטע־מאַמע ווילן אַזוי.

דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט אָבער אָפּגעוואָרפֿן פּרעזידענט בושס פֿאַראָרדענונג, טענהנדיק, אַז נאָכן אונטערשרײַבן דאָס געזעץ, האָט בוש אַליין צוגעגעבן, אַז ער וועט נישט צווינגען דעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט עס דורכצופֿירן. "דאָס געזעץ — האָט בוש דערקלערט — וועט שטערן די קאָנסטיטוציאָנעלע אויטאָריטעט פֿונעם פּרעזידענט צו רעפּרעזענטירן אַמעריקע אין די אינטערנאַציאָנאַלע ענינים און צו באַשטימען די מיטלען ווי אַזוי אַמעריקע זאָל אָנערקענען אַנדערע מדינות". מיט אַנדערע ווערטער, אויב די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועט דערלויבן אַ ירושלים־געבוירענעם צו באַצייכענען זײַן היימשטאָט ווי אַ טייל פֿון ישׂראל, הייסט עס, אַז אַמעריקע באַשטעטיקט אָפֿיציעל ירושלים ווי אַ ישׂראלדיקע שטאָט, און וועט במילא מער נישט באַצייכנט ווערן ווי אַ נייטראַלער שפּילער אין די פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.

די קאָנטראָווערסיע וועגן דעם, צי ירושלים זאָל באַצייכנט ווערן ווי ישׂראל צי נישט, שטאַמט פֿונעם באַשלוס מצד דער "יו־ען" אין 1947 צו צעטיילן "פּאַלעסטינע" אויף צוויי מלוכות, אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע, און ירושלים — ווי אַן אינטערנאַציאָנאַלע טעריטאָריע. וויסנדיק וועגן דער סענסיטיווקייט אַרום דעם ענין ירושלים, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם דעמאָלטדיקן אַמעריקאַנער פּרעזידענט האַרי טרומאַן, געהאַט דערקלערט, אַז דער גורל פֿון ירושלים זאָל באַשטימט ווערן בלויז דורך די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען צווישן ישׂראל און די אַראַבער; און זינט דעמאָלט האָט יעדער פּרעזידענט ממשיך געווען אָט די שטעלונג.

גיורה כּץ, אַ ירושלים־געבוירענער אוראָלאָג, וואָס וווינט איצט אין מאַניטאָוואָק, וויסקאָנסין, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז עס גייט אים נישט שטאַרק אָן וואָס די לענדער פֿון דער וועלט טראַכטן וועגן דעם סטאַטוס פֿון ירושלים. "ווי אַן אַמעריקאַנער ייִד האַלט איך, אַז דער בעסטער מיטל צו ווירקן אויף דער פּאָליטיק פֿון דער אַמעריקאַנער רעגירונג איז דורך פּאָליטישע איניציאַטיוון (political action committees)," האָט כּץ דערקלערט. "און ווי אַ ייִד שטיץ איך ׳אייפּאַק׳ מיטן גאַנצן האַרצן און נעם אָן אַלע אירע פּאָזיציעס וואָס שייך דער אַמעריקאַנער שטעלונג צו ענינים וועגן דער ייִדישער נאַציאָנאַלער אידענטיטעט.

"איך וווּנדער זיך אָבער ווי אַזוי די אַראַבער פֿון מיזרח־ירושלים ווערן רעגיסטרירט אין די אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן," האָט כּץ געזאָגט.

כּדי צו דערגיין דעם ענטפֿער, האָט דער "פֿאָרווערטס" אָנגעקלונגען אין מלוכה־דעפּאַרטאַמענט מיט דער שאלה. קענעט טשאַוועז, אַ וואָרטזאָגער פֿונעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט האָט געענטפֿערט, אַז בײַ די אַראַבער, וואָס ווערן געבוירן אין מיזרח־ירושלים, שטייט אויך בלויז "ירושלים".

גיורהס פֿרוי, חנה, אַ פּענסיאָנירטע דאָקטאָרין, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין חולון, אָבער האָט יאָרן לאַנג געאַרבעט אין "הדסה עין־כּרם" שפּיטאָל, זאָגט אַז ירושלים טראָגט בײַ איר נאָך אַלץ דעם זעלבן כּישוף ווי אַמאָל. "ווען איך קום אין ירושלים, איז עס גלײַך ווי אַ ליד שפּילט אַרײַן אין מײַן האַרץ," האָט זי געזאָגט.

פֿון דעסטוועגן, האָט זי אויסגעדריקט זאָרג וועגן ענדערן די אַמעריקאַנער פּאַספּאָרטן פֿון די ירושלים־געבוירענע ייִדן. "אויב דער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט וועט יאָ מסכּים זײַן צו שרײַבן ׳ישׂראל׳ ווי דאָס געבוירן־אָרט, האָב איך מורא, אַז מע וועט אין גאַנצן אַרויסנעמען דאָס וואָרט ׳ירושלים׳. אויב מע גיט אַ ברירה, צי איז בעסער אַז עס זאָל שטיין ׳ירושלים׳ צי ׳ישׂראל׳, וואָלט שוין בעסער געווען ׳ירושלים׳," האָט זי געזאָגט.

צורי מאַצויִ, אַ 36־יאָריקער בוי־קאָנטראַקטאָר, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין דער חרדישער ירושלימער געגנט מאה־שערים און וווינט הײַנט אין בראָנקס, נ״י, האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז ער האָט נישט געוווּסט וועגן דעם גאַנצן ענין, אָבער עס שטערט אים טאַקע וואָס מע שרײַבט נישט "ירושלים, ישׂראל" ווי דאָס געבוירן־אָרט. "ירושלים איז דאָך די קרוינשטאָט פֿון ישׂראל," האָט ער געזאָגט. אויף דער פֿראַגע, צי וואָלט ער געוואָלט, אַז מע זאָל זײַן געבוירן־אָרט בײַטן אויף "ירושלים, ישׂראל", האָט מאַצויִ געענטפֿערט: "אויב דאָס איז טאַקע וויכטיק און וואָלט געהאָלפֿן ירושלים, וואָלט איך געזאָגט "יאָ", אָבער אויב עס רעדט זיך וועגן טאָן עס בלויז פֿאַר מײַן פּערזענלעכער סאַטיספֿאַקציע, וואָלט איך געזאָגט "ניין"; ס׳איז מיר פּשוט נישט גענוג וויכטיק."

אין אויגוסט האָבן עלף וויכטיקע ייִדישע אַמעריקאַנער אָרגאַניזאַציעס אָנגעגעבן יורידישע שטיצבריוו לטובֿת דער בקשה פֿון די זיוואָטאָפֿסקיס, און אין אָקטאָבער האָט די לינק־געשטימטע "אַמעריקאַנער פֿאַר שלום איצט" אָנגעגעבן שטיצבריוו לטובֿת דעם מלוכה־דעפּאַרטאַמענט. דער "אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט" האָט אָבער געמאָלדן, אַז ער וועט בלײַבן נייטראַל, ווײַל ער האַלט, אַז דאָס העכסטע געריכט איז נישט דער פּאַסיקער פֿאָרום צו באַשטימען די אויסלענדישע פּאָליטיק.